אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַזאַ זאַך מאַכט זיך זייער אָפֿט, ווען מע זוכט עפּעס אין אַלטע צײַטונגען, דהײַנו: מע שטויסט זיך אָן אויף אַ פּובליקאַציע, וואָס איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, כאָטש עס האָט ניט קיין דירעקטן שײַכות צו דער פֿאָרשונג, צוליב וועלכער דו ווערסט בלינד, לייענענדיק די מיקראָפֿילמען מיט שלעכט פֿאָקוסירטע קאָפּיעס פֿון פֿאַרצײַטיקע פּובליקאַציעס. דאָס מאָל האָב איך געזוכט אַרטיקלען וועגן ייִדישער עקאָנאָמיע אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", אָבער ס׳איז "אַרויפֿגעשוווּמען" אויך אַן אַרטיקל, וואָס אילוסטרירט דעם מצבֿ ערבֿ דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ געוויסן זין, קער איך זיך אום צו דער טעמע, וועלכע עס האָט שוין באַרירט איציק גאָטעסמאַן אין זײַן אַרטיקל "סאָסואַ: די ייִדן פֿון דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק" ("פֿאָרווערטס", דעם 22סטן פֿעברואַר). די רייד איז געגאַנגען וועגן דער אויסשטעלונג אין דעם ניו-יאָרקער "מוזיי פֿאַר ייִדישער ירושה", וועלכע איז געווידמעט דער גע­שיכ­טע פֿון אַ קהילה, אויפֿגעבויט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל (מיטן נאָמען "סאָסואַ") פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן לאַנד, וואָס איז געווען גרייט אויפֿצונעמען צענדליקער טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון נאַציזם.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש

אין 1984 איז אין מאָסקווע, אין דעם פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" (סאָוועטישער שרײַבער) אַרויס אויף רוסיש אַ גרויס בוך, פֿון זכרונות פֿון יחידים (דער עיקר, ליטעראַטן), וועלכע האָבן געקענט דעם שרײַבער עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש. איך האָב ניט קיין קאָפּיע פֿון דער אויסגאַבע, וואָס הייסט Воспоминания о Эм. Казакевиче (זכרונות וועגן עמ. קאַזאַקעוויטש), אָבער עמעצער האָט עס אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, און כ׳האָב עס דורכגעלייענט אויפֿן עקראַן פֿון מײַן קאָמפּיוטער.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט פֿינף-און-זיבעציק יאָר צוריק, האָט מען אַדאָלף היטלערן — דעמאָקראַטיש! — צוגעלאָזט צום רודער פֿון דײַטשלאַנד. ווײַטער איז געווען דאָס, וואָס איז געווען. איך וועל דאָ ניט שרײַבן וועגן דעם חורבן גופֿא. די טעמע איז אַן אַנדערע — ווי בערלין איז פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע פֿון ייִדישן זשורנאַליזם.

נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה איז דאָך בערלין געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿאַר ייִדישער טעטיקייט. אין דײַטשלאַנד, בכלל, און אין בערלין, בפֿרט, האָבן זיך באַ­זעצט טויזנטער פּליטים פֿון מיזרח-אייראָפּע.

פּובליציסטיק, געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ מיר אין קעשענע, אָדער פּינקטלעכער, אין דעם זכּרון פֿון מײַן קאָמפּיוטער, ליגט שוין אַ בילעט אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס פֿליט פֿון לאָנדאָן קיין קיִעוו. דעם 22סטן און 23סטן יאַנואַר וועט דאָרטן דורכגיין אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער "קולטור-ליגע". איך האָף, אַז די קאָנפֿערענץ וועט טאַקע מקוים ווערן, ווײַל מע אָרגאַניזירט זי זייער אידאָסינקראַטיש. ס׳איז ווי אַ מין מיראַזש — אָט באַווײַזט זיך עס, און אָט ווערט עס שוין אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן. דאָך, האָב איך באַשלאָסן צו פֿאָרן.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר זײַנען שקלאַפֿן פֿון אײַנגערעדטע זאַכן. למשל, מײַן שוויגער איז זיכער, אַז מע טאָר ניט זינגען אין דער פֿרי, און די דאָזיקע מאַנקאָליע האָט זי איבערגעגעבן מײַן ווײַב. איז שוין אַריבער דרײַ יאָרצענדליק ווי איך זינג ניט אויף אַ ניכטערן מאָגן. אָבער וווּ שטייט עס געשריבן, אַז מע טאָר עס ניט טאָן? די פֿאַראייניקטע נאַציעס מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון אָט דער פּראָבלעם, און די דאָקטוירים שווײַגן אויך.

פּאָליטיק

מיט אַריבער צוועלף יאָר צוריק האָבן מיר געקויפֿט אַ הויז אין אָקספֿאָרד, וווּ זינט יענער צײַט געפֿינט זיך דער צענטער פֿון אונדזער משפּחה-לעבן. אין דעם גאָרטן, וואָס איז אויך אַ מין סאָד, האָבן די פֿריִערידע בעלי-הבתּים איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ סך רויזן-קוסטעס און דרײַ עפּלביימער. הגם פֿון מײַן מאַמעס צד שטאַם איך פֿון ייִדישע פּויערים, שטאַרקער זײַנען אין מיר, אַ פּנים, דווקא די שטעטלדיקע וואָרצלען, וואָס זײַנען פֿונעם טאַטנס צד — פֿון די קירזשנער אין קראַסילאָוו, ניט ווײַט פֿון פּראָסקוראָוו. אמת, אַפֿילו מײַן דאָרפֿישער זיידע איז געווען מער אַ סטאָליער ווי אַ פּויער. הקיצור, סײַ די הענט ליגן מיר ניט צו גערטנערײַ, סײַ איך האָב עס ליב נאָר פֿון דער ווײַטנס.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַס­צינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּע­ראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך
דוד בערגעלסאָן

צווישן די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז קיינער ניט געווען אַזוי ברייט באַוווּסט אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן. באַזונדערס גוט האָט מען אים געקענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כאָטש ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע ווייניקער פֿון זעקס חדשים — אין סוף 1928 און אָנהייב 1929. אָבער אין די 1920ער יאָרן און שפּעטער איז זײַן נאָמען ניט אַראָפּ פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען — לכתּחילה אין "פֿאָרווערטס" און, זינט 1926, אין דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש, וועלכע האָט ראַדיקאַל געביטן דעם גאַנג פֿון דער גאַנצער ווײַטערדיקער געשיכטע. מיליאָנען מענטשן זײַנען אומגעקומען, געוואָרן קרבנות פֿון דעם אידעאָלאָגישן עקספּערימענט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אידעאָלאָגישע קאַליקעס, רעליגיעז פֿאַרגלייבטע אין אַן אוטאָפּיע. דער כּישוף פֿון קאָמוניזם לאָזט ניט אָפּ די גלויביקע און ציט נאָך אַלץ צו צו זיך נײַע סעקטאַנטן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַדאָלף העלד (רעכטס) און די פֿירער פֿונעם אַמעריקאַנער

דעם 3טן סעפּטעמבער 1936 האָט זיך אין "פֿאָרווערטס" באַוויזן אַזאַ מודעה:


דער "פֿאָרווערטס" פֿאַנגט אָן צו דרוקן אַ סעריע אַרטיקלען אַיבער ביראָבידזשאַן פֿון אַדאָלף העלד

גענאָסע אַדאָלף העלד, דער פּרעזידענט פֿון דער אַמאַלגאַמייטעד באַנק און פּרעזידענט פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישן, האָט זיך מיט עטלעכע טעג צוריק אומגעקערט פֿון אַ רײַזע איבער ביראָבידזשאַן, רוסלאַנד און פּוילן. ער האָט די לענדער באַזוכט אין די אינטערעסן פֿון דעם "אָרט" און אויך אַלס פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס".