- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר ביידע, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך ממש פֿאַרליבט אין קראָאַטיע. "פֿעמיניסטיש"-רעדנדיק, איז עס ניט קיין ריכטיקע ליבע — פּונקט ווי ס'איז "ניט ריכטיק" צו האָבן ליב אַ פֿרוי, ווײַל זי איז שיין. מיר געפֿעלט דאָס לאַנד צוליב דער געבענטשטער קאָמבינאַציע פֿון בערג, געוויקסן-וועלט און די צוויי ימען — אַ ים מיט שמאַראַגד-גרינעם, ציכטיקן וואַסער און אַ ים מיט זון, וואָס פֿעלט תּמיד אין ענגלאַנד. פֿרעג אַ ייִדישן עמיגראַנט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וואָס וווינט הײַנט אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד וכד׳, צוליב וואָס זי צי ער האָט גענומען די טאָרבע און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. דער ענטפֿער וועט בדרך-כּלל זיך דרייען אַרום אַנטיסעמיטיזם. אין תּוך אַרײַן, חזרט עס איבער דעם מצבֿ, וואָס מע האָט געהאַט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. אין דער מיטאָלאָגיע פֿון ס'רובֿ משפּחות, וועמעס אבֿות האָבן פֿאַרלאָזט רוסלאַנד אין יענע צײַטן, פֿאַרנעמט אַנטיסעמיטיזם, בפֿרט אין דער פֿאָרעם פֿון פּאָגראָמען, דאָס צענטראַלע אָרט. איך קען נאָך אַלץ ניט צוגעוווינט ווערן צום היגן אופֿן פֿון לערנען געשיכטע אין שול. מע טוט עס שטיקלעכווײַז. מײַן איידעם, למשל, געדענקט זייער אַ סך פּרטים וועגן דער ערשטער וועלט-מלחמה און וועגן דעם רוסישן קייסער פּעטער דעם ערשטן. אָבער ער איז זיך מודה אַליין, אַז די געשיכטע פֿון זײַן אייגן לאַנד, גרויס-בריטאַניע, ווייסט ער זייער שלעכט — אים איז פּשוט ניט באַשערט געווען עס צו לערנען. אין די סאָוועטישע שולן האָט מען די געשיכטע געלערנט כראָנאָלאָגיש, וואָס האָט — ניט געקוקט אויף די אידעאָלאָגישע משוגעתן — איבערגעלאָזט אין מוח אַן אַלגעמיין בילד פֿון געשעענישן. די טעג בין איך אַרײַן אין דער סלאַווישער ביבליאָטעק פֿון אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט צו נעמען אויף איבערצולייענען איוואַן טורגענעווס ראָמאַן "רויך". איך זאָג צו, אַז אין אַ וואָך אַרום, אין מײַן קומענדיקן אַרטיקל, וועל איך, אם ירצה השם, דערקלערן צוליב וואָס מיר איז נייטיק געווען עס צו לייענען. אָבער איצט בין איך אויסן צו קאָנצענטרירן זיך אויף גאָר אַן אַנדער טעמע. אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אויך עפּעס געזוכט אויף די פּאָליצעס פֿון דער ביבליאָטעק, האָט דערזען דעם "רויך" אין מײַנע הענט און זיך געוואָנדן צו מיר. ניט לאַנג צוריק איז אין דעם זשורנאַל Jewish History, באַנד 20, נומ. 3–4, דערשינען אַן אינטערעסאַנטער אַרטיקל פֿון גור אלרואי (חיפֿה-אוניווערסיטעט). די אַרבעט הייסט "דעמאָגראַפֿיע אויף דער דינסט פֿונעם פֿאָלק: ליבמאַן הערש, יעקבֿ לעשצינסקי, און די פֿריִע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער מיגראַציע". וועגן לעשצינסקין האָב איך שוין ניט איין מאָל געשריבן, און מײַן גרויסער ענגלישער אַרטיקל וועגן דעם מערקווערדיקן מענטשן וועט אָט-אָט דערשײַנען אין דעם זשורנאַל Science in Context, וואָס האָט אויסגעטיילט אַ גאַנצן נומער דער טעמע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט. ווען איך האָב מיט אַ יאָר זעקס צי זיבן צוריק גענומען פֿאָרשן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין בערלין אַרום דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָב איך באַמערקט, אַז פֿון צײַט צו צײַט פֿלעגן מיר אַרײַנפֿאַלן אין די הענט מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן געהאַט אַ שײַכות צו קאָפּענהאַגען. פֿריִער האָב איך קיין מאָל ניט געטראַכט וועגן דער קרוינשטאָט פֿון דענמאַרק ווי וועגן אַ ייִדישן קולטור-צענטער, סײַדן, עס איז געווען פֿאַרבונדן מיט עפּעס אַ טעטיקייט אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון 20סטן יאָרהונדערט. ניט לאַנג צוריק האָט מען אין אַ צאָל מדינות געפֿײַערט דעם נצחון-טאָג איבערן פֿאַשיסטישן דײַטשלאַנד. אין אַזעלכע לענדער, ווי די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גייט דורך די דאָזיקע דאַטע ניט באַמערקט דורך ס'רובֿ תּושבֿים, אָבער מע פֿײַערט עס נאָך אַלץ גאַנץ ברייט אין אייראָפּע: אין פֿראַנקרײַך, רוסלאַנד, אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, טשעכיע און נאָך עטלעכע לענדער איז עס אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. אָבער אויך אין אַמעריקע, ישׂראל און, בכלל, אומעטום, וווּ עס לעבן וועטעראַנען פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, פֿאַרגעסן זיי ניט וועגן דער דאַטע. הלל ראָגאָף האָט אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון 'פֿאָרווערטס'" אַ באַזונדערן קאַפּיטל וועגן די "בונדיסטישע שרײַבער" פֿון "פֿאָרווערטס". ער דערציילט: "בײַ אַב. קאַהאַן איז געווען אָנגענומען, אַז אַ שרײַבער וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין אַ בונדישער רעדאַקציע, קען ניט טויגן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס'. און ווען מען האָט מיט אים גערעדט וועגן אָנשטעלן אַזאַ שרײַבער אָדער באַשטעלן בײַ אים אַרטיקלען, איז זײַן ערשטע רעאַקציע געווען 'ניין'. ער האָט זיך פֿאַר אַזוינע שרײַבער 'געשראָקן'. אַ מאָל האָבן די ייִדישע שפּראַכקענער איבערגעקערט די וועלט צו ווײַזן און איבערצײַגן, אַז ייִדיש איז אַן אַלטע, בכּבֿודיקע שפּראַך, ניט קיין פֿריש-אָפּגעבאַקענער "זשאַרגאָן". הײַנטיקע טעג אַמפּערט זיך וועגן דעם שוין, דאַכט זיך, קיינער ניט. אַ פֿרישן באַווײַז פֿון אַ דרך-ארצדיקער באַציִונג צו ייִדיש לייענען מיר אויף אינטערנעץ, אין אַ רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (tauac.typepad.com/ac/2007/04/everything_yidd.html). די סאַמע ערשטע פֿראַזע אין דעם רעקלאַמע-טעקסט קלינגט אַזוי: אַנטאָן טשעכאָוו האָט געהאַט קלוגע געדאַנקען, וועלכע ער האָט ניט בלויז אַרויסגעזאָגט, נאָר אויך פֿאַרשריבן. צווישן זיי איז פֿאַראַן אַזאַ: טאָמער איר זעט, אין גאַנג פֿון אַ פּיעסע, אַז דער מחבר צי רעזשיסאָר האָט אויפֿגעהאָנגען ערגעץ אויף דער בינע אַ ביקס, מוז זי אין דער פּיעסע, סוף-כּל-סוף, אויסשיסן. אַנדערש האָט עס ניט קיין זין צו ווײַזן אַ ביקס. איך ווייס ניט, צי אײַך זאָגט עפּעס דאָס וואָרט „האָלאָדאָמאָר”, (מאָרען מיט הונגער) וויל איך עס, פֿון דעסטוועגן, דערקלערן: מיט דעם טערמין באַשרײַבט מען דעם קינסטלעכן, געשאַפֿן אין אַ גרויסער מאָס דורך דער רעגירונג, הונגער אין 1932–1933, וואָס האָט אָפּגעקאָסט זייער טײַער די פּויערים אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, בפֿרט אין אוקראַיִנע. די דערפֿער האָט מען איבערגעלאָזט כּמעט אָן ברויט און, בכלל, אָן גאָרנישט. מיליאָנען — קיינער ווייסט ניט פּינקלעך וויפֿל — מענטשן זײַנען אויסגעשטאָרבן. "ער איז דורכגעגאַנגען דאָס גאַנצע שרײַבערישע לעבן זײַנס מיט אַ שמייכל — חנא גאָטעספֿעלד — דער גאַליציאַנער, לויטן געבורט און לויטן געמיט, און נישט אומזיסט האָט ער אַ גאָר גרויסן טייל פֿון זײַנע הומאָרעסקעס געשריבן אונטערן פּעננאָנען: טובֿיה שמייכל. 'טובֿיה' האָט ער זיך גערופֿן צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, כּדי מיט דעם אָנצורירן די פּאָלע פֿון שלום-עליכמס טובֿיה דעם מילכיקן און זיך צו שטויבן אין זײַן שטויב, ווי דאָס רעדט זיך אין די רבנישע מליצות; און צווייטנס, כּדי מיט דעם אָנצודײַטן, אַז ער האָט ליב די גוטסקייט. |