|
חנא גאָטעספֿעלד |
|
"ער איז דורכגעגאַנגען דאָס גאַנצע שרײַבערישע לעבן זײַנס מיט אַ שמייכל — חנא גאָטעספֿעלד — דער גאַליציאַנער, לויטן געבורט און לויטן געמיט, און נישט אומזיסט האָט ער אַ גאָר גרויסן טייל פֿון זײַנע הומאָרעסקעס געשריבן אונטערן פּעננאָנען: טובֿיה שמייכל. 'טובֿיה' האָט ער זיך גערופֿן צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, כּדי מיט דעם אָנצורירן די פּאָלע פֿון שלום-עליכמס טובֿיה דעם מילכיקן און זיך צו שטויבן אין זײַן שטויב, ווי דאָס רעדט זיך אין די רבנישע מליצות; און צווייטנס, כּדי מיט דעם אָנצודײַטן, אַז ער האָט ליב די גוטסקייט.
און טאָמער פֿאַרטשעפּעט ער וועמען עס איז מיט זײַן שרײַבן — מיינט ער נישט אים שלעכטס צו טאָן און נײַערט אַ ביסל צו שטיפֿן. אונטערן נאָמען 'דאָס שטיף-קינד' האָט ער יאָרן לאַנד געפֿירט די הומאָריסטישע אָפּטיילונג אין 'פֿאָרווערטס'."
אַזוי האָט וועגן חנא גאָטעספֿעלדן (1890–1964) געשריבן אין "מײַן לעקסיקאָן" מלך ראַוויטש. און נאָך איין אויסצוג וויל איך ברענגען — וועגן ראַוויטשעס באַגעגעניש מיט גאָטעספֿעלדן אין סעפּטעמבער 1939, אויף איסט-בראָדוויי. גאָטעספֿעלד האָט דעמאָלט גענומען אים דערציילן וועגן דעם דערפֿאָלג פֿון זײַנע טעאַטראַלע קאָמעדיעס אין וואַרשע. "הער איך און עס וווּנדערט מיך אַ ביסל, וואָס פּונקט אין די מוראדיקע טעג דערציילט ער מיר די פֿריילעכע מעשׂיות. [...] און אָט גיב איך אַ קוק אויף זײַן פּנים און איך זע, אַז ער וויינט גאָר שטילערהייט."
קיין אַמעריקע איז גאָטעספֿעלד געקומען אין 1907 און אינעם זעלבן יאָר פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דערציילונג אין "פֿאָרווערטס". זינט 1914 איז ער שוין געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין זײַן בוך "וואָס איך געדענק פֿון מײַן לעבן" — אַרויס אין 1960 און באַזירט אויף די קאַפּיטלען, געדרוקט אין "פֿאָרווערטס", זינט דעם 25סטן יאַנואַר 1958 — האָט גאָטעספֿעלד באַשריבן, טאַקע מיט אַ שמייכל, די געשיכטע פֿון זײַן ווערן אַ "פֿאָרווערטס"-מיטאַרבעטער. אַגבֿ, אַ פּאָר קאַפּיטלען זכרונות פֿון חנא גאָטעספֿעלד קען מען לייענען אויך אויף ענגליש אין דער אַנטאָלאָגיע (How We Lived, 1880-1930 1979), צונויפֿגעשטעלט פֿון אירווינג האַו און קענעט ליבאָ.
אַזוי צי אַזוי, אָבער אַ חוץ זײַן טאַלאַנט, האָט גאָטעספֿעלדן געהאָלפֿן אויך די שטיצע פֿון זײַנע לאַנדסלײַט, די גאַליציאַנער ליטעראַטן. צוזאַמען מיט עוזיאל פֿליישמאַן (1875־1953) האָט ער אַפֿילו אַ קורצע צײַט געהאַלטן אַ קרעמל, כאָטש ביידע האָבן זיי זיך ווייניק אויסגעטויגט ווי געשעפֿטסלײַט. פֿליישמאַן האָט געלעבט אין אַמעריקע זינט 1896, פֿון 1903 האָט ער געדרוקט לידער אין פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס, מע האָט אים געהאַלטן פֿאַר אַ צוזאָגנדיקן פּאָעט. אָבער זײַן ליטעראַרישע קאַריערע איז שפּעטער, זינט 1914, פֿאַרבונדן געוואָרן, דער עיקר, מיט זשורנאַליזם, אין דער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג".
דורכצולייגן דעם וועג אין "פֿאָרווערטס" האָט גאָטעספֿעלדן געהאָלפֿן נאָך איין גאַליציאַנער — יעקבֿ אַדלער (1874–1974), וואָס איז מער באַקאַנט ווי ב. קאָוונער, אַזאַ פּסעוודאָנים האָט פֿאַר אים צוגעטראַכט אַב. קאַהאַן. קאָוונער האָט זײַנע לידער און הומאָרעסקעס געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" זינט 1897, און פֿון 1911 געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אינטערעסאַנט, אַז איידער ער איז אַרײַן אין די פֿעדערן ווי אַ "פֿאָרווערטס"-שרײַבער, האָט אַדלער זיך אויסגעצייכנט אין אויסלאַכן סײַ די צײַטונג סײַ איר רעדאַקטאָר. אמת, קאַהאַן האָט זיך ווייניק אינטערעסירט מיט אַזעלכע פּובליקאַציעס. אַדלערן האָט ער דערהערט, און אָפּגעשאַצט, ווען יענער איז אַרויסגעטראָטן בשעת אַ באַנקעט. אַ דאַנק אַדלער-קאָוונערן זײַנען די הומאָריסטישע זײַטלעך פֿון "פֿאָרווערטס" געוואָרן זייער פּאָפּולער בײַ די לייענער, הגם ניט ווייניק פֿײַנשמעקער האָבן קרום געקוקט אויף אַזאַ "נידעריקן" זשורנאַליזם.
אָבער דעם לעצטן, און טאַקע דעם שטאַרקסטן שטופּ אין "פֿאָרווערטס" האָט גאָטעספֿעלדן געגעבן דער סאַמע השפּעהדיקסטער גאַליציאַנער אין יענער סבֿיבֿה — אַדאָלף העלד (1885–1969), וואָס איז אין 1912–1917 געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער צײַטונג. אַ דאַנק העלדן, האָט מען דעם יונגן הומאָריסט גענומען אויף דער אַרבעט.
אין די ווײַטערדיקע יאָרן האָט גאָטעספֿעלד געהאַט צוויי הצלחהדיקע קאַריערעס: ווי אַ זשורנאַליסט און ווי אַ דראַמאַטורג. זײַנע פּיעסעס האָט מען אַ סך מאָל אויפֿגעפֿירט אין ניו-יאָרקער און אַנדערע ייִדישע טעאַטערס. למשל, אין 1923 האָט ער אָנגעשריבן די פּיעסע "רײַכע קבצנים", אין 1924 — "ווען שטאַרבט ער?", אין 1926 — "פּרנסה", אין 1929 — "מלאכים אויף דער ערד".
צוליב זײַן טעאַטראַלער מלאָכה האָט ער זיך שיִער ניט צעקריגט מיט אַב. קאַהאַנען. געווען איז עס אין 1928, ווען די ווילנער טרופּע האָט געשטעלט זײַן פּיעסע "פּרנסה". עמעצער האָט גאָטעספֿעלדן געזאָגט, אַז קאַהאַן האָט כּלומרשט געהייסן אָפּצושטעלן די רעפּעטיציעס. איז גאָטעספֿעלד ברוגז געווען אויף זײַן רעדאַטאָר און האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט. שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער מענטש, וואָס האָט אונטערגעטראָגן גאָטעספֿעלדן די אינפֿאָרמאַציע, האָט עס פּשוט אויסגעטראַכט. אַ שלום צווישן קאַהאַנען און גאָטעספֿעלדן האָט געמאַכט אַן אַנדער גאַליציאַנער, מאיר גיליס, אַ כּלל-טוער וואָס איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער צײַטונג.