- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט, "שטויסט זיך אָן" געוויינטלעך אויף דעם נאָמען פֿון דובֿ-בער סלוצקי. בײַ מיר זײַנען אויך געווען ניט ווייניק "באַגעגענישן" מיט סלוצקין — בײַם פֿאָרשן אי די פֿאַר-סאָוועטישע תּקופֿה אי די געשעענישן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917. למשל, ווען איך האָב געגרייט די מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַרטיקל מכּוח דעם ייִדישן דעמאָגראַף, עקאָנאָמיסט און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סלוצקי האָט בשעתּו אַראָפּגעפֿירט לעשצינסקין פֿון דעם "גלײַכן וועגן", פֿונעם גאַנג פֿונעם עלטערן דור. איך בין אויסגעוואַקסן אָן אַזעלכע ווערטער ווי "האָלאָקאָסט" אָדער "חורבן". אין מײַן אַרום האָט מען גענוצט דאָס וואָרט "מלחמה". דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך האָב געלעבט, איז געווען צעטיילט אויף "פֿאַר דער מלחמה", "בעת דער מלחמה" און "נאָך דער מלחמה". איך בין געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה, אָבער (כ׳האָב שוין, דאַכט זיך, וועגן דעם געשריבן) אַפֿילו איצט צעטייל איך אָפֿט מאָל די געשעענישן אויף אָט די דרײַ צײַט-אָפּשניטן. דאָס וואָרט "גלאָבאַליזאַציע" האָט פֿאַר מיר אַ פּערזענלעכן אינהאַלט. איך האָב צוויי בירגערשאַפֿטן — אַ בריטישע און אַ רוסישע. אמת, דער רוסישער פּאַס איז בײַ מיר שוין היפּש פֿאַרעלטערט געוואָרן, אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. אַרבעטן אַרבעט איך אין ניו-יאָרק, אָבער אונדזער משפּחה-נעסט איז אין אָקספֿאָרד. אין משך פֿון די קומענדיקע פֿיר חדשים וועל איך פֿאַרברענגען צו צוויי וואָכן אין איטאַליע און דײַטשלאַנד, און צו עטלעכע טעג אין שפּאַניע און רומעניע. אין אַלטע צײַטונגען און אייניקע אַנדערע מאַטעריאַלן האָב איך זיך ניט איין מאָל אָנגעשטויסן אויף דערמאָנונגען פֿון דעם ייִדישן פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס האָט עקזיסטירט אין יעקאַטערינאָסלאַוו אין די יאָרן אַרום דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער אַלע מאָל איז דער אינסטיטוט געווען דערמאָנט על-רגל-אַחת, אָן פּרטים, און דאָס האָט ניט געקענט באַפֿרידיקן מײַן נײַגעריקייט, מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז בײַ מיר געבוירן און פֿאַרפֿעסטיקט געוואָרן די אידעע, און מײַן ווײַב האָט עס אונטערגעהאַלטן, אַז מיר מוזן פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָנגעגעבן דאָקומענטן האָבן מיר שפּעטער, אין האַרבסט 1979; אָבער זינט 1978 זײַנען מיר שוין "געזעסן אויף די וואַליזקעס". בײַ אונדז זײַנען טאַקע געשטאַנען צוגעגרייט זעקס וואַליזקעס פֿון אַ געוויסן סאָרט — פֿון אַ לײַכטער סחורה, כּדי אײַנשפּאָרן וואָג פֿאַר נייטיקע זאַכן. דאָס בוך "טשוקאָווסקי און זשאַבאָטינסקי" (אויף רוסיש), צונויפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך יעווגעניאַ איוואַנאָוואַ, איז אַרויס אין 2005, אָבער איך האָב עס איבערגעלייענט נאָר מיט עטלעכע טעג צוריק. איך ווייס, אַז איך קען זיך ניט גרויסן מיט אָט דער פֿאַרשפּעטיקונג, ווײַל ס׳איז אַ וויכטיקע פּובליקאַציע פֿאַר יעדן איינעם ווער עס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישער אינטעלעקטועלער געשיכטע. אָבער קודם-כּל מוז איך דערקלערן עפּעס וועגן קאָרניי טשוקאָווסקי (1882—1969). דער נאָמען איז בלי-ספֿק זייער גוט באַקאַנט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס", וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיט רוסישער קולטור. טשוקאָווסקיס קינדער-לידער האָט דאָך געלייענט יעדעס קינד אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און מע לייענט נאָך איצט. מיר איז די טעג אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ חתונה. דער חתן געהערט צו דער קאַטעגאָריע מאַנצבלען, וואָס זײַנען געדיכט באַדעקט מיט האָר, און דאָס האָבן די לצים, זײַנע נאָענטע פֿרײַנד, ניט געקענט פֿאַרשווײַגן אין זייערע הומאָריסטישע ווינטשעוואַניעס. איינער פֿון די געסט האָט אין זײַן אַרויסטרעטונג געזאָגט, אַז עס האָט געדויערט עפּעס אַ צײַט, ביז ער האָט אונטער די האָר סוף-כּל-סוף דערזען דעם גוטן בחור. אין עפּעס אַ דאָקומענטאַר־פֿילם האָב איך מיט יאָרן צוריק געזען, ווי וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער פֿירער פֿון סאָציאַליסטישן פּוילן, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ הייסער רעדע פֿאַר אַ גרויסן עולם פֿון הויכגעשטעלטע פּאָליאַקן. דער קאָמוניסטישער מנהיג האָט דערציילט זיי וועגן די "פֿאַרברעכנס" פֿון די היגע "ציוניסטן". דער עולם האָט רעאַגירט ווי עס האָט געדאַרפֿט צו זײַן: מיט קללות אין דעם אַדרעס פֿון די ייִדן. אין די יאָרן, ווען דעם "פֿאָרווערטס" האָט רעדאַגירט מרדכי שטריגלער ז׳׳ל, האָט די צײַטונג געהאַט אַ רובריק, וואָס האָט געהייסן (אויף וויפֿל איך געדענק) "אַזוי שרײַבן זיי". געפֿירט זי האָט דער רעדאַקטאָר אַליין, רעאַגירנדיק דערמיט אויף פּובליקאַציעס אין די ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע צײַטשריפֿטן. וועגן דער דאָזיקער רובריק האָב איך זיך דערמאָנט בײַם איבערלייענען אַ פּאָר מאַטעריאַלן, טעאָרעטיש איז עס אַזוי: אַ ייִד טאָר ניט געבן קיין אַנדערן ייִדן געלט אויף פּראָצענט. וועגן דעם שטייט געשריבן ניט איין מאָל אין די הייליקע ספֿרים. טאָ פֿון וואַנען האָט זיך גענומען דער "פּראָצענטניק" צי דער "וואָכערער"? אַ סך מיאוסע געשטאַלטן באַשעפֿטיקן זיך מיט אַזעלכע זאַכן אין ייִדישער ליטעראַטור. למשל, מרדכי ספּעקטאָר האָט אין יאַנואַר 1886 פֿאַרעפֿנטלעכט אין "יודישעס פֿאָלקס-בלאַט" אַ פֿעליעטאָן, וואָס הייסט "דער פּראָצענטניק", מיט אַזאַ עפּיגראַף: "וואָס וואַקסט אָן רעגן און גיך ווי קראָפּעווע? — פּראָצענט! (אַ ייִדיש ווערטל)". אַרכיוון ציִען צו היסטאָריקער ווי אַ צוויט ציט צו בינען. יונגע דאָקטאָראַנטן און באַיאָרנטע געלערנטע זײַנען גרייט צו פֿאָרן זייער ווײַט און פֿאַרברענגען אַ לענגערע צײַט אין ווייניק באַקוועמע באַדינגונגען, אַבי צו האָבן אַ צוטריט צו קוואַלן פֿון היסטאָריש-וויכטיקער אינפֿאָרמאַציע. אָבער צו מאָל — זייער זעלטן — "שווימען אַרויס" אַרכיוון-מאַטעריאַלן גלײַך ווי אַליין פֿאַר זיך, ווען מע זוכט זיי אַפֿילו ניט. אַזוי איז עס געווען מיט די דאָקומענטן, וואָס אייניקע פֿון זיי וועלן ווײַטער געבראַכט ווערן. איך לאָז זיך אײַנרעדן, לכל-הפּחות פֿון מאָל צו מאָל. מיט אַ יאָר זיבן צוריק האָט מיך אַן איטאַליענער גנבֿ אײַנגערעדט צו קויפֿן דרײַ לעדערנע זשאַקעטן. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט אויף אַ לאָנדאָנער גאַס און פֿאַרדרייט מיר דעם קאָפּ. האָב איך געגלייבט, אַז איך האָב אַרויסגעכאַפּט אַ מציאה — פֿאַר זיך, פֿאַרן זון און פֿאַרן איידעם. דער סוף איז געווען, אַז קיינער האָט עס ניט געטראָגן, ווײַל ס׳איז געמאַכט געוואָרן ניט פֿון לעדער, נאָר פֿון עפּעס אַ ביליקן פּלאַסטיק. מײַן ווײַב האָט מיר דעמאָלט גאָרנישט ניט געזאָגט, אָבער איך האָב אַלץ געקענט איבערלייענען בײַ איר אויפֿן פּנים. |