- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די יאָרן, ווען דעם "פֿאָרווערטס" האָט רעדאַגירט מרדכי שטריגלער ז׳׳ל, האָט די צײַטונג געהאַט אַ רובריק, וואָס האָט געהייסן (אויף וויפֿל איך געדענק) "אַזוי שרײַבן זיי". געפֿירט זי האָט דער רעדאַקטאָר אַליין, רעאַגירנדיק דערמיט אויף פּובליקאַציעס אין די ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע צײַטשריפֿטן. וועגן דער דאָזיקער רובריק האָב איך זיך דערמאָנט בײַם איבערלייענען אַ פּאָר מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן זיך באַוויזן דווקא אין דער שוועסטער-צײַטונג פֿון "פֿאָרווערטס" — דעם ענגלישן "פֿאָרוואַרד" און זײַן וועבזײַטל. קודם-כּל, וויל איך ברענגען אַ ציטאַט פֿון מיכאל וועקס׳ אַרטיקל Latrine Detail ("אָפּטרעט-פּרט"), געדרוקט אין "פֿאָרוואַרד" דעם 28סטן מאַרץ: Any Yiddish-speaker can tell you that most human beings start their lives as Pishers and end them as ALteh KAkers. For a Yiddish-speaking Jew, life is one long trip to the toilet, in which extremes of youth and age are expressed in terms of evacuation. איטלעכער ייִדיש-רעדער קען אײַך זאָגן, אַז ס׳רובֿ בשׂר-ודמס הייבן אָן זייער לעבן ווי "פּישערס" און פֿאַרענדיקן עס ווי "אַלטע קאַקערס". פֿאַר אַ ייִדיש-רעדנדיקן ייִדן, איז דאָס לעבן אַ לאַנגע נסיעה אין דעם טואַלעט, וווּ עקסטרעמקייטן פֿון יונגע און אַלטע יאָרן ווערן באַשריבן אין טערמינען פֿון אויסליידיקן זיך. ווײַל איך געהער צו דער קאַטעגאָריע פֿון "איטלעכער ייִדיש-רעדער", ווייס איך פֿון קינדווײַז אָן דעם באַטײַט פֿון די באַגריפֿן "פּישער" און "(אַלטער) קאַקער". אָבער אַ סטודענט פֿון ייִדיש קען, אפֿשר, האָבן שוועריקייטן מיט פֿאַרטײַטשן אַזעלכע גראָבע ווערטער. אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך, וואָס האָט בשעתּו גענומען אויף זיך דאָס שליחות צו דיקטירן דעם סטאַנדאַרט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך, באַשעפֿטיקן זיך ניט די מענטשן מיט אַזעלכע זאַכן ווי פּישן און קאַקן. (אין די צײַטן פֿון אַלכּסנדר האַרקאַווי האָט מען עס נאָך געטאָן.) אַ מאָדערנער ייִדיש-רעדנדיקער אָרגאַניזם מוז אויספֿילן אַנדערע פֿונקציעס, אַזעלכע ווי "אורינירן", צי (גאָר פּאָעטיש!) "משתּין זײַן". אַגבֿ, דער סאָוועטישער נוסח איז אויך געווען שטרענג אין אַזעלכע זאַכן. אין דעם סאַמע בעסטן פֿאַל האָט מען דערלויבט צו "לאָזן די השתּנה". איך בין גרייט צו לאַכן, צוזאַמען מיט אײַך, פֿון אַזאַ היפּער-סענסיטיווקייט פֿון ייִדישע לעקסיקאָגראַפֿן. אָבער איך פֿיל אויך גרויס דרך-ארץ צו זיי, ווײַל די דאָזיקע אַלטפֿרענקישע איבערקלײַבערישקייט ווײַזט דעם אָפּשײַ, וואָס זיי האָבן געהאַט צו ייִדיש. אין דעם טאַקע זע איך דעם גוואַלדיקן אונטערשייד צווישן אַן "איטלעכן ייִדיש-רעדער" און דעם מענטשן, וואָס געהערט צו דעם וואָס מע רופֿט איצט post-vernacular Yiddish. ניט נאָר האָט מען אויפֿגעהערט צו רעדן ייִדיש; מע האָט אויך אין גאַנצן פֿאַרלוירן דעם אָפּשײַ צו דער שפּראַך. אַנדערש קען איך ניט דערקלערן די מאַנקאָליע פֿון אויסזוכן אין ייִדיש נאָר די ווערטער, וועלכע מע פֿלעגט נוצן, דער עיקר, אין אַן אינטימער, ניט-פֿאָרמעלער צי אַפֿילו אונטערוועלטלעכער סבֿיבֿה, און מאַכן פֿון זיי אַ וועזן. מע פּאָסמאַקעוועט זיך פֿון זיי ממש, אַזש די סלינע רינט: וואָס מיאוסער — אַלץ בעסער, אַלץ "היימישער", אַלץ funnier. דאָס וועבזײַטל פֿון FORWARD האָט אַ מין פּאָעטישן אָפּטייל, נעבעך. איך שטעל אַרײַן דאָס וואָרט "מין", ווײַל די רייד גייט ניט, צום באַדויערן, וועגן עכטער פּאָעזיע, נײַערט וועגן געגראַמטע, כּמו-בדחנישע שורות. מילא, ס׳איז אויך אַ זשאַנער. בפֿרט נאָך, אַז דער הויפּט-מחבר פֿון אָט דעם אָפּטייל, סטענלי סיגעלמאַן, לייגט פֿאָר (דעם 22סטן מאַרץ) אַ גאַנץ פּאָזיטיווע, אָפּטימיסטישע וויזיע פֿון אַ פֿאַרזיכערטער צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש:
Demise of Yiddish? Don’t be sure!
איך נעם אויף זיך די העזה אַ פּרוּוו טאָן איבערצוזעצן אָט דעם שטאַרקן פּאָעטישן מאַניפֿעסט:
אונטערגאַנג פֿון ייִדיש? אײַל זיך ניט!
איך לאָז אײַך אַרײַן אין מײַן שעפֿערישער לאַבאָראַטאָריע: כ׳האָב זיך געסטאַרעט אָפּצוהיטן אַ גראַם, אָבער אַלע מאָל האָבן זיך באַקומען גראַמען פֿון אַזאַ סאָרט ווי "קינד — שוועסטערקינד". האָב איך באַשלאָסן, אַז בעסער זאָל עס שוין בלײַבן אַזוי, ווי איר זעט עס. מער וועל איך, גאָט צו דאַנקען, ניט מוזן איבערזעצן, ווײַל דער זעלבער מחבר, סטענלי סיגעלמאַן, שרײַבט אויך אויף אַ "פּאָסט-ווערנאַקולאַר" ייִדיש, דאָס הייסט, מיט לאַטיינישע אותיות. למשל, זײַן מוזע איז צערייצט געוואָרן דורך דער אויפֿפֿירונג פֿון דעם געוועזענעם ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר ספּיצער (פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 21סטן מאַרץ):
S’iz take okh-un-vey — a klog –
"מיט אָן קיין גאַטקעס" — געפֿין איך פֿאַר אַ זייער נאָוואַטאָרישן קער אין דער ייִדישער סטיליסטיק. איך בין זיכער, אַז דער לייענער וועט האָבן הנאה אויך פֿון אַנדערע פּאָעטישע אײַנפֿאַלן. כאַראַקטעריסטיש (אין שײַכות מיט אָפּשײַ פֿאַר לשון), אַז דער ענגלישער נוסח פֿון דעם זעלבן פּאָעטישן שעדעווער (סיגעלמאַן איז דאָך אַ צוויי-שפּראַכיקער דיכטער) נוצט ווערטער, וואָס זײַנען גאַנץ ווײַט פֿון דעם "תּחת-אויפֿן-טיש"-רעגיסטער. האָב איך אַ טראַכט געטאָן, אַז טאָמער די "פּאָסט-ווערנאַקוליסטן" וועלן זיך פֿאַרעקשנען און ניט אויפֿהערן צו רופֿן זייער אַרגאָ "ייִדיש", וועל איך אפֿשר אויסקלײַבן אַן אַנדער וואָרט פֿאַר מײַן שפּראַך — "זשאַרגאָן", "טײַטש" צי נאָך עפּעס אַזוינס, אַבי צו זײַן אין אַן אַנדער שפּראַך-בראַנזשע. אין די יאָרן, ווען דעם "פֿאָרווערטס" האָט רעדאַגירט מרדכי שטריגלער ז׳׳ל, האָט די צײַטונג געהאַט אַ רובריק, וואָס האָט געהייסן (אויף וויפֿל איך געדענק) "אַזוי שרײַבן זיי". געפֿירט זי האָט דער רעדאַקטאָר אַליין, רעאַגירנדיק דערמיט אויף פּובליקאַציעס אין די ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע צײַטשריפֿטן. וועגן דער דאָזיקער רובריק האָב איך זיך דערמאָנט בײַם איבערלייענען אַ פּאָר מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן זיך באַוויזן דווקא אין דער שוועסטער-צײַטונג פֿון "פֿאָרווערטס" — דעם ענגלישן "פֿאָרוואַרד" און זײַן וועבזײַטל. Di lateinishe buchshtabenSubmitted by leonlab on Sat, 2008-04-19 00:43.
Gennady zol zich nisht fartzveifeln vegen di lateinishe osios vos manche shraibers banutzen damit tzu shraibn oif idish - mit zeier hilf idish ken zain meer tzugenglech tzu a sach lait vos kenen nisht kein hebreishe osios. Tzum baishpil a sach menshen veisn dos vort "toches" ober zei kenen dos nisht onerkenen ven dos iz geshribn mit hebreishe buchshtabn. Mestome Forverts zol hobn a zait oif "lateinish" idish damit tzu bavegen meer mentshen oif idish tzu leienen. |