‫פֿון רעדאַקציע

די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג האָבן געוויס נישט געהערט וועגן דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם קלינגעוודיקן נאָמען "וועלט־קאָנגרעס פֿון דעם רוסיש־רעדנדיקן ייִדנטום". ס‘איז אַוודאי נישט קיין נײַעס, אַז די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אימיגראַנטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, באַצייכנט מען אומעטום ווי "רוסישע". ס‘רובֿ פֿון די "רוסישע" פֿאַרדריסט עס: "סטײַטש, דאָרטן האָט מען אונדז געקרוינט ווי ׳זשידעס׳, און איצט, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם ׳גן־עדן׳, זײַנען מיר געוואָרן — רוסישע."

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך; אַז מען שיסט — דערשיסט מען זיך.

צי איז שוין די 60־יאָריקע, די דער­וואַקסענע מדינת־ישׂראל, געקומען צו דער דאָזיקער איבערצײַגונג, און צי איז זי שוין גרייט צו באַצאָלן פֿאַר איר דעם ווייטיקלעכן, אָבער אומפֿאַרמײַדלעכן פֿאַרלאַנגטן פּרײַז?

די גרויסע בשׂורה וועגן דער דערעפֿע­נונג, אָדער "באַנײַונג", פֿון די שלום־גע­שפּרעכן מיט סיריע בײַ דער טערקישער פֿאַרמיטלונג, וואָס דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ היסטאָרי­שע ווענדונג אין דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט — איז אויפֿגענומען געוואָרן אין לאַנד מיט אַ פּלאָנטער פֿון געפֿילן.

‫רעפּאָרטאַזשן, געשיכטע
מלך שוחט פֿאַר די חורבות פֿון דער "גאָלדענער רויז"־שיל

צווייטער טייל — לעמבעריק

רופֿט די שטאָט ווי איר ווילט — אויף פּויליש — לוואָוו, אויף דײַטש — לעמבערג, אויף אוקראַיִניש — לוויוו, אָדער אויף ייִדיש — לעמ­בעריק — בלײַבט זי די זעלבע גאַליצישע שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ דאַנק דער הילף פֿון יוסף זיסעלס, אַ טשער­נאָוויץ־געבוירענער, וועלכע וווינט הײַנט אין קיִעוו און איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אייראָ־אַזאַיאַטישן קאָנגרעס",

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Elena M. Katz. Neither With Them, Nor Without Them: The Russian Writer and the Jew in the Age of Realism. Syracuse University Press, 2008.

די רוסישע ליטעראַטור שטאָלצירט מיט איר מיטפֿילעוודיקייט צו אַלע "דער­ני­דעריקטע און באַליידיקטע", ווי עס שטייט אינעם טיטל פֿון דאָסטאָיעווסקיס אַ ראָמאַן. אָבער איינצײַטיק פֿאַרמאָגן די סאַמע באַרימטע רוסישע שרײַבער געוויסע סטערעאָטיפּן, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַנדערע נאָציאָנאַליטעטן. די פּאָליאַקן ווערן אָפֿטמאָל אויסגעמאָלט גדלותדיק און בגידהדיק, די דײַטשן זײַנען פֿלײַסיק, אָבער טעמפּ אויפֿן שׁכל. דער סאַמע פֿרעמדער און געפֿערלעכער סטערעאָטיפּ איז דער ייִדישער, וועלכער ווערט אַנאַליזירט אין דעם נײַעם בוך פֿון יעלענאַ קאַץ וועגן דרײַ רוסישע קלאַסיקער: ניקאָלײַ גאָגאָל, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי און איוואַן טורגעניעוו.

ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
דובֿ-בער סלוצקי

אַ פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט, "שטויסט זיך אָן" געוויינטלעך אויף דעם נאָמען פֿון דובֿ-בער סלוצקי. בײַ מיר זײַנען אויך געווען ניט ווייניק "באַגעגענישן" מיט סלוצקין — בײַם פֿאָרשן אי די פֿאַר-סאָוועטישע תּקופֿה אי די געשעענישן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917.

למשל, ווען איך האָב געגרייט די מאַ­טעריאַלן פֿאַר אַן אַרטיקל מכּוח דעם ייִדישן דעמאָגראַף, עקאָנאָמיסט און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סלוצקי האָט בשעתּו אַראָפּגעפֿירט לעשצינסקין פֿון דעם "גלײַכן וועגן", פֿונעם גאַנג פֿונעם עלטערן דור.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו אין מידבר-סיני איבערצוציילן די ייִדן. דער חומש "במדבר", וועלכן מיר הייבן אָן לייענען די וואָך, איז פֿול מיט חשבונות, און ווערט אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". אין דער ענגלישער און אַנדערע ניט-ייִדישע איבערזעצונגען הייסט ער אויך "צאָלן" ("Numbers").

אויב די הײַנטיקע פּרשה האָט צו טאָן מיט חשבונות, פֿאַרוואָס הייבט זי זיך אָן מיטן וואָרט "מידבר"? אין די אַנדערע ערטער אינעם חומש ווערט געוויינטלעך נישט דערקלערט בפֿירוש,

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן עקספּערימענט אין די ניו-יאָרקער שולן געפֿינט זיך איצט אין פֿאָקוס פֿון פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן. דער עקספּערימענט כאַפּט אַרום 6,000 אָרעמע שוואַרצע און היספּאַנישע תּלמידים. דער אײַנפֿאַל איז אַזאַ: אַ תּלמיד קען פֿאַרדינען ביז 250 דאָלאַר אַ יאָר, טאָמער דאָס קינד ווײַזט גוטע רעזולטאַטן אין לערנען. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט פֿאָרגעלייגט ראָלאַנד פֿרײַער, אַ 30־יאָריקער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּראָפֿע­סאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט.

חורבן
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין אויסגעוואַקסן אָן אַזעלכע ווערטער ווי "האָלאָקאָסט" אָדער "חורבן". אין מײַן אַרום האָט מען גענוצט דאָס וואָרט "מלחמה". דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך האָב געלעבט, איז געווען צעטיילט אויף "פֿאַר דער מלחמה", "בעת דער מלחמה" און "נאָך דער מלחמה". איך בין געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה, אָבער (כ׳האָב שוין, דאַכט זיך, וועגן דעם געשריבן) אַפֿילו איצט צעטייל איך אָפֿט מאָל די געשעענישן אויף אָט די דרײַ צײַט-אָפּשניטן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פֿילם וואָס שפּילט איצט אין "גואַם"־קינאָ רופֿט זיך "קאָנסטאַנטינס שווערד", און עס איז פֿאַר מיר געווען אַ רי­זי­קע איבער­ראַשונג, אַז אַן אַמעריקאַנער, אַ קריסט, אַן אַמאָליקער קאַטוילישער גלח מיטן נאָ­­מען דזשיימס קעראָל, זאָל אויפֿ­דעקן דאָס גאַנצע געמויזעכץ פֿון דער קאַ­טוי­ליש־קריסטלעכער קירך, אָנהייבנדיק מיטן גײַסטיקן פֿירער קאָנסטאַנטין, וועלכער האָט גע­וועלטיקט ביזן יאָר 337 פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג. קאָנסטאַנטין אַליין, ווײַזט זיך אַרויס,

ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אין דער קינדערשול פֿונעם ׳פּאַריזער ייִדיש־צענטער׳

דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" האָט יענע וואָך געמאָלדן, אַז זי האָט אונטערגעשריבן אַ פֿאַרקויף־צוזאָג צו באַקומען אַ בנין אינעם 10טן שטאָטקרײַז פֿון פּאַריז, לעבן דער מעטראָ־סטאַנציע "רעפּוב­ליק". זיי וועלן רעמאָנטירן דאָס געבײַ און זיך אַרײַנציִען אַהין ווי גיך מעגלעך. דאָס וועט אַוודאי קאָסטן גרויסע געלטער און דער צענטער האָט אָנגעהויבן אַ געלט־קאַמפּאַניע צו שאַפֿן די נייטיקע פֿאָנדן צו קויפֿן און דורכפֿירן דעם רעמאָנט.

רעצעפּטן

בײַ ייִדן, וואָס טאָרן נישט עסן צו פֿיל נאַטריום — צי דאָס איז צוליב אַ הויכן בלוטדרוק, צי אַ קראַנקייט ווי "מעניערס" — ברענגט דער יום־טובֿ שבֿועות אַרײַן שוועריקייטן. ס׳איז דאָך אַ מינהג צו עסן קעז־קוכן, און אין ס׳רובֿ קעזן איז דער פּראָצענט נאַטריום זייער הויך. אין אַ האַלב־טעפּל צוואָרעך (cottage cheese), למשל, געפֿינט זיך 430 מיליגראַם נאַטריום.