די לייענער פֿון אונדזער צײַטונג האָבן געוויס נישט געהערט וועגן דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דעם קלינגעוודיקן נאָמען "וועלט־קאָנגרעס פֿון דעם רוסיש־רעדנדיקן ייִדנטום". ס‘איז אַוודאי נישט קיין נײַעס, אַז די ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אימיגראַנטן אין פֿאַרשיידענע לענדער, באַצייכנט מען אומעטום ווי "רוסישע". ס‘רובֿ פֿון די "רוסישע" פֿאַרדריסט עס: "סטײַטש, דאָרטן האָט מען אונדז געקרוינט ווי ׳זשידעס׳, און איצט, נאָכן פֿאַרלאָזן דעם ׳גן־עדן׳, זײַנען מיר געוואָרן — רוסישע."
אַ שטיק אמת שטעקט טאַקע אין דעם. די מערהייט פֿון דער לעצטער ייִדישער עמיגראַציע פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, חוץ דעם "שלי־מזלדיקן פּונקט" אין זייער פּאַס, אַז לויט דער נאַציאָנאַליטעט געהערן זיי צו ייִדן, האָבן געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צום ייִדישן פֿאָלק. די מעלה פֿון דעם "שלי־מזלדיקן פּונקט" האָט זיך אַרויסגעוויזן דעמאָלט, ווען די ייִדן איז דערלויבט געוואָרן צו עמיגרירן.
וואָס בלײַבט דעם אימיגראַנט פֿון דער "אַלטער היים"? די רוסישע שפּראַך און די רוסישע קולטור; בפֿרט בײַם עלטערן דור, וואָס זײַן אײַנוואָרצלען זיך אין דער נײַער שפּראַך־סבֿיבֿה קומט אים אָן מיט גרינע ווערעם, נעבעך. דעריבער איז פֿאַרשטענדלעך די נטיה פֿון אַזעלכע ייִדן צו לייענען די רוסישע צײַטונגען, וואָס דערשײַנען הײַנט נישט ווייניק אין די אימיגראַציע־לענדער; צו קוקן די רוסיש־שפּראַכיקע טעלעוויזיע־קאַנאַלן, שוין אָפּגערעדט, וועגן די טויזנטער עלעקטראָנישע וועבזײַטן, בלאָגס וכּדומה, וואָס "רעדן" רק רוסיש. ס‘איז אויך פֿאַרשטענדלעך דאָס שאַפֿן קלובן פֿון לאַנדסלײַט און אָרגאַניזירן טרעפֿונגען פֿון גראַדואַנטן פֿון איין קלאַס אָדער לערן־אַנשטאַלט.
עס זײַנען אָבער פֿאַראַן כּוחות, וואָס זוכן די פּאָזיטיווע נאָסטאַלגישע געפֿילן אויסצונוצן פֿאַר זייערע קאָנקרעטע צוועקן, וואָס צו מאָל ברענגען זיי צו אַ פֿאַרפֿירערישן פֿינצטערן ווינקל. אין די נעמען פֿון זייערע אָרגאַניזאַציעס וואַרפֿן זיך נישט אין די אויגן אָט די "פֿאַרפֿירערישע צוועקן"; ווען מע גיט אָבער אַ גראָב טיפֿער, זעט מען טאַקע, וואָס פֿאַר הונט איז אין דעם גרוב באַגראָבן.
לאָמיר אַרײַנקוקן אין דעם לייט־אַרטיקל פֿון דער באַקאַנטער רוסיש־שפּראַכיקער וועבצײַטונג "מיר זײַנען דאָ", וואָס גייט אַרויס אין ישׂראל. "במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר, — שרײַבט דער רעדאַקטאָר, — זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס ווי ׳אַלוועלטלעכע אַסאָציאַציע פֿון רוסישער פּרעסע׳, ׳אינטערנאַציאָנאַלער ראַט פֿון רוסלענדישע לאַנדסלײַט׳, ׳אַלוועלטלעכער קאָנגרעס פֿון רוסיש־רעדנדיקע ייִדן׳ און אַנדערע גרעסערע און קלענער ׳קאָנגרעסן און ראַטן׳." וועמען וואָלט עס געאַרט, באַטאָנט דער מחבר, ווען נישט איין קלייניקייט: "אַלע ווערן זיי ספּאָנסירט פֿון מאָסקווע. אויף אַזאַ אופֿן פֿאַרברייטערט רוסלאַנד איר אידעאָלאָגישע עקספּאַנסיע. צוליב וואָס מאָסקווע שאַפֿט אין אויסלאַנד די אַלע סטרוקטורן איז קלאָר. צוליב וואָס ציט זי אַרײַן אין אָט די סטרוקטורן די אויסלענדישע פּאָליטיקער און געשעפֿטס־לײַט, וואָס זייער מאַמע־לשון איז רוסיש, איז אויך קלאָר. עס איז אָבער געוואָרן גאָר קלאָר, ווען די געלטגעבער פֿון מאָסקווע האָבן דורך די "רוסיש־רעדנדיקע" אינסטיטוציעס און זייערע געטרײַע ייִדן־שתּדלנים אין אויסלאַנד געפּרוּווט איבערצוצײַגן די אַמעריקאַנער געזעצגעבער, אַז ס‘איז שוין געקומען די צײַט אָפּצושאַפֿן דעם באַקאַנטן פּונקט פֿון ׳דזשעקסאָן־וועניק׳".
אין דער געשיכטע פֿון רוסישער אימיגראַציע זײַנען אַזעלכע "אַלוועלטלעכע דעכער" גאָר נישט קיין נאָווינע. ס‘איז גענוג צו דערמאָנען אַזאַ "אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציע" ווי דער "קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל" (קאָמאינטערן), וואָס האָט געפֿירט פֿאַקטיש אַ פֿאַרצווײַגטע אויסשפּיר־אַרבעט לטובֿת מאָסקווע און, וווּ נישט ווייניק פֿון אירע מיטגלידער זײַנען געווען ייִדן־קאָמוניסטן.
מיר האָבן עפּעס נישט געהערט עס זאָלן זײַן אַלוועלטלעכע "קאָנגרעסן" און "ראַטן" פֿון ענגליש־שפּראַכיקע ייִדן, אָדער פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע ייִדן; און בכלל — ייִדן, וואָס זייער מאַמע־לשון איז אַ פֿרעמדע שפּראַך, זײַנען אַ סך מער אין דער וועלט, ווי די ייִדן, וועלכע דענקען און רעדן אויף זייערע נאַציאָנאַלע לשונות.
דער אויספֿיר פֿונעם לייט־אַרטיקל איז אַזאַ: "קיין איין אַנדער עטנישע גרופּע ברענגט נישט אַזוי פֿיל צרות דעם ייִדישן פֿאָלק, ווי די ׳אַלוועלטלעכע רוסיש־רעדנדיקע אָרגאַניזאַציעס׳, וואָס טיילן די געזעלשאַפֿט לויטן שפּראַך־פּרינציפּ און ברענגען אַרײַן אַ שפּאַלט צווישן די אַזוי גערופֿענע ׳רוסיש־רעדנדיקע בירגער׳ און אַנדערע בירגער פֿונעם לאַנד׳".
מיט אַזאַ אויספֿיר איז שווער נישט מסכּים צו זײַן.