אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך; אַז מען שיסט — דערשיסט מען זיך.
צי איז שוין די 60־יאָריקע, די דערוואַקסענע מדינת־ישׂראל, געקומען צו דער דאָזיקער איבערצײַגונג, און צי איז זי שוין גרייט צו באַצאָלן פֿאַר איר דעם ווייטיקלעכן, אָבער אומפֿאַרמײַדלעכן פֿאַרלאַנגטן פּרײַז?
די גרויסע בשׂורה וועגן דער דערעפֿענונג, אָדער "באַנײַונג", פֿון די שלום־געשפּרעכן מיט סיריע בײַ דער טערקישער פֿאַרמיטלונג, וואָס דער פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט פֿאָרגעשטעלט ווי אַ היסטאָרישע ווענדונג אין דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט — איז אויפֿגענומען געוואָרן אין לאַנד מיט אַ פּלאָנטער פֿון געפֿילן.
דער דרײַ־פֿלאַכיקער פּירסום פֿון דער דעקלאַראַציע — דאָס פֿאַרעפֿנטלעכן זי גלײַכצײַטיק און אין דעם געאייניקטן נוסח אין ירושלים, אַנקאַראַ און דמשׂק, האָט געשאָנקען דער דאָזיקער בשׂורה דעם היסטאָרישן אויסמעסט און די אינטערנאַציאָנאַלע פּאָליטישע באַגלייבטקייט. אָבער ס׳רובֿ פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג האָט זי אויפֿגענומען מיט אַ גרויסער מאָס פֿון גלײַכגילט, שיִער נישט מיט אַפּאַטיע; לויט איר פּאָליטישער באַדײַטונג, לויט איר קראַפֿט און וואָג האָט זי געדאַרפֿט מיט זיך פֿאָרשטעלן אַן עקזיסטענציאַלן ווענד־פּונקט אין מיטלען מיזרח, אין זײַן געשיכטע און אין דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל און פֿון אירע שכנים. און ווען דאָס וואָלט געשען מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר פֿריִער, וואָלט דאָס טאַקע אַרויסגערופֿן אַן אויפֿטרייסלונג בײַ אונדז און אין די שכנותדיקע לענדער. אפֿשר אַפֿילו אַזוי ווי אין יענעם מוצאי־שבת דעם 19טן נאָוועמבער 1977, ווען עס האָט זיך אַראָפּגעלאָזט ווי פֿון הימל דער "שלום־דעסאַנט" פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט אַנוואַר סאַדאַט און האָט געלאַנדעט אויפֿן פֿלי־פֿעלד פֿון לוד.
אָבער, ווען מען הייבט אָן צו רעדן וועגן דעם פּרײַז, קריגט ער, דער שלום־באַגער, ווי מ'זאָגט, "קאַלטע פֿיס".
אמת, ער שטייט שוין אַזוי אויף דער שוועל אַ גאָר היפּשע פּאָר יאָר און ער קען נישט אַרײַן. ערשט מיט אַ חודש צוריק האָבן מיר אויף דעם אָרט געשריבן וועגן די סיגנאַלן, וואָס קומען פֿון דמשׂק. אָבער אַ "פּאָטשאָנטעק" איז איצט שוין געמאַכט געוואָרן, דווקא נישט קיין שלעכטער, און מען דאַרף אים כאָטש זאָגן "גוט־מאָרגן". אַוודאי, קומט ער מיט גרויסע פֿאַרלאַנגען, ער מאָנט אַ הויכן פּרײַז; אַוודאי וועט מען זיך דאַרפֿן שטאַרק דינגען און עס וועלן זײַן שטערונגען און קריזיסן און איבעררײַסן אאַז"וו — אָבער, ווי מיר האָבן שוין אויבן געזאָגט: אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך. נישט אַזוי איז ווען מען שיסט.
אַ "פּאָטשאָנטעק" איז איצט שוין געמאַכט געוואָרן, דווקא נישט קיין שלעכטער, און מען דאַרף אים כאָטש זאָגן "גוט־מאָרגן". אַוודאי, קומט ער מיט גרויסע פֿאַרלאַנגען, ער מאָנט אַ הויכן פּרײַז; אַוודאי וועט מען זיך דאַרפֿן שטאַרק דינגען און עס וועלן זײַן שטערונגען און קריזיסן און איבעררײַסן אאַז"וו — אָבער, ווי מיר האָבן שוין אויבן געזאָגט: אַז מען רעדט, דעררעדט מען זיך. נישט אַזוי איז ווען מען שיסט.
די צרה איז אָבער, וואָס בײַ אונדז קומען משמעותדיקע געשעענישן, אַפֿילו היסטאָרישע בשׂורות, כּמעט תּמיד געפּאָרט מיט סקאַנדאַלן, מיט שטרויכלונגען און ווידעראַנאַנדן, וואָס פֿאַרוואַנדלען נישט זעלטן נצחונות אין דורכפֿאַלן און דערגרייכונגען, להבֿדיל, אין אומגליקן.
די דערפֿאַרונג האָט אונדז שוין אין משך פֿון די יאָרן צוגעוווינט צו דעם פֿאַקט, אַז וואָס אָפֿטער און ברייטער עס עפֿנט זיך "דאָס פֿענצטער פֿון דער געלעגנהייט", און וואָס מער עס דערנענטערט זיך די מעגלעכקייט צו קומען צו אַ פֿאַרשטענדיקונג מיטן פֿײַנטלעכן שכן — אַלץ שטאַרקער ווערט די קעגנערשאַפֿט, אַלץ גרעסער ווערן די שטרויכלונגען און אַלץ געדיכטער ווערן די תּירוצים, באַגלייט מיט דער קדושה פֿון שלום אויף די ליפּן, כּדי די געלעגנהייט צו פֿאַרפּאַסן און דעם שלום צו פֿאַרטרײַבן.
אָפּוואַרפֿנדיק די דאָזיקע באַשולדיקונג, באַנוצט זיך דער פֿאָרמעלער "נאַציאָנאַלער לאַגער", בראָש מיטן "ליכּוד", מיטן "באַשײַמפּערלעכן" אַרגומענט, אַז דאָס איז געווען די רעגירונג פֿון "ליכּוד", בראָש מיט מנחם בעגינען, וועלכע האָט געמאַכט דעם ערשטן — און ביז איצט גרעסטן — היסטאָרישן דורכברוך און האָט מיט קרובֿ דרײַסיק יאָר צוריק דערגרייכט דעם שלום מיט מצרים. אויב מיר וועלן אָנשטרענגען אונדזער זכּרון, וועלן מיר זיך אָבער דערמאַנען, אַז דער שלום מיט מצרים וואָלט נישט דערגרייכט געוואָרן אָן דער פֿולער אונטערשטיצונג פֿון דער "לינקער" אָפּאָזיציע — אין דער צײַט ווען די מערסטע מנהיגים פֿון דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער", בראָש מיט יצחק שמירן, וועלכער איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער כּנסת און שפּעטער בעגינס יורש, האָבן זיך דעם דאָזיקן שלום קעגנגעשטעלט און געשטימט קעגן אים אין דער כּנסת. און ווער געדענקט עס נישט ווי מען פֿלעגט זאָגן וועגן שמירן, אַז "ווי נאָר ער דערהערט דאָס וואָרט 'שלום', לויפֿט ער אין בונקער"...
אַזוי, למשל, האָט ער מבֿטל געמאַכט די פֿאַרשטענדיקונג, וואָס זײַן דעמאָלטיקער אויסערן־מיניסטער שמעון פּערעס האָט אין יאָר 1985 געהאַט דערגרייכט אין לאָנדאָן וועגן אַ שלום מיט יאָרדאַניע — וואָס איז אָבער שפּעטער געחתמעט געוואָרן דורך דער רעגירונג פֿון יצחק ראַבין; יצחק שמיר און זײַן רעגירונג פֿון "ליכּוד" האָבן "זיך נישט געלאָזט פאַרנאַרן" פֿון דעם ערשטן סאַודיע־פּלאַן פֿון די "אַכט פּונקטן", דערנאָך אָפּגעוואָרפֿן דעם פּלאַן פֿון די "פֿינף פּונקטן" מיט דער טענה, אַז ער איז "זייער געפֿערלעך" און אַז ער באַדראָט די עצם עקזיסטענץ פֿון ישׂראל. און אויב נתניהו האָט נישט מבֿטל געמאַכט די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ, ווי ער האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אין זײַן וואַל־פּלאַטפֿאָרם, איז דאָס צוליב דער אינטערנאַציאָנאַלער געזעצלעכקייט. ער האָט אָבער מיט זײַן קריגערישער פּאָליטיק אַלץ געטאָן זיי צו טאָרפּעדירן — און אין דעם האָט אים אין זײַן צײַט געהאָלפֿן אין זײַנע מיניסטעריאַלע פֿונקציעס דער "בולדאָזער פֿון דער קאָלאָניזאַציע" אַריאל שרון, ביז שרון האָט זיך "אויפֿגעכאַפֿט פֿון דעם חלום" וועגן אַ גרויס ארץ־ישׂראל.
אויב עס איז — דורך דער איראָניע פֿונעם גורל — אויסגעפֿאַלן דווקא אויף די מנהיגים פֿון "ליכּוד" און זייערע רעגירונגען צו זײַן די "קאַפּיטאַנען" פֿון די שלום־צוגן, אָדער, אפֿשר ריכטיקער: זייערע "אָנטרײַבערס", די וואָס האָבן זיי אַרויסגעפֿירט אויפֿן וועג (כּדי אים שפּעטער אַראָפּצופֿירן פֿון די רעלסן — ווי דאָס איז געשען מיטן שלום־פּראָצעס פֿון אָסלאָ, וועלכער איז געווען דאָס געהיימע, אָבער געזעצלעכע קינד פֿון דער קאָנפֿערענץ אין מאַדריד), איז דאָס געווען אונטער דעם אינטערנאַציאָנאַלן דרוק, דער עיקר, פֿון וואַשינגטאָן, פֿון וועמען ישׂראל איז געוואָרן אַלץ מער און מער אָפּהענגיק — פּאָליטיש, מיליטעריש און פֿינאַנציעל.
דאָס מאָל איז עס נישט געווען וואַשינגטאָן, וואָס זאָל האָבן געשטויסן צו עפֿענען געשפּרעכן וועגן אַ שלום מיט סיריע. פֿאַרקערט, דאָס איז איצט אַוודאי נישט אין אירע אינטערעסן; באַשאַרן און סיריע זעט זי ווי אַ שׂונא, אַ גליד פֿון דער "אַקס פֿון די רשעים" צוזאַמען מיט איראַן און מיט צפֿון־קאָרעע, מיט "כעזבאָלאַ" און דעם "כאַמאַס". די פֿאַרמיטלערין איז אָבער טערקײַ, און אירע פֿאַרמיטלונגס־קאָנטאַקטן האָבן זיך אָנגעהויבן מיט איבער צוויי יאָר צוריק, אין פֿעברואַר 2006. פֿאָרמעל הייסט עס, ווי עס ווערט געזאָגט אין דער בֿשותפֿותדיקער דערקלערונג, "די באַנײַונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער שלום־קאָנפֿערענץ פֿון יאַנואַר 1991 אין מאַדריד": דאָס איז יענע קאָנפֿערענץ, וואָס איז איניציִיִרט געוואָרן דורך דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש דעם פֿאָטער. דער פּרעמיער יצחק שמיר איז געגאַנגען צו דער קאָנפֿערענץ ווי געצוווּנגען, בעת אין "ליכּוד" איז אָנגעגאַנגען קעגן אים דער שטורמישער "מיקראָפֿאָנען־בונט" פֿון אַריאל שרון, דוד לוי און יצחק מודעי אין דער פּאַרטיי־צענטראַלע. אויף דער קאָנפֿערענץ איז געקומען צו שאַרפֿע צוזאַמענשטויסן צווישן שמירן און די פֿאָרשטייער פֿון סיריע. די פּאַלעסטינער זענען דערשינען ווי אַ טייל פֿון דער יאָרדעניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע, און דער מיניסטער יצחק ראַבין האָט אָנגעזאָגט, אַז טאָמער וועלן די פּאַלעסטינער זיך דעקלאַרירן ווי פֿאָרשטייער פֿון פּל"אָ, וועט ישׂראל פאַרלאָזן די קאָנפֿערענץ.
אין צווישן האָבן אָבער די געהיימע פּאַראַלעלע אונטערהאַנדלונגען אין אָסלאָ געבוירן דאָס אָנערקענען דעם פּל"אָ און די (שוין פֿאַרגעסענע) היסטאָרישע איבערבעטונג צווישן די ייִדן און די פּאַלעסטינער — און דעם קורץ דויערנדיקן אָסלאָ־שלום. דער דאָזיקער שלום איז געוואָרן שטערבלעך פֿאַרוווּנדיקט מיטן מאָרד פֿון יצחק ראַבין, מיטן זעלבסטמערדער־טעראָר פֿון "כאַמאַס" און מיט דער פּאָליטיק פֿון נתניהו, וועלכער וואַרט איצט צוריק צו געווינען די מאַכט — צען יאָר נאָך דעם ווי ער האָט זי געהאַט פֿאַרלוירן.
* * *
נישט נאָר מיט אַ פּלאָנטער פֿון געפֿילן האָט די באַפֿעלקערונג פֿון ישׂראל אויפֿגענומען די ידיעה וועגן דער "באַנײַונג פֿון די געשפּרעכן מיט סיריע", ווי מיר האָבן אָנגעוויזן בײַם אָנהייב פֿון דעם אַרטיקל. דאָס מאָל איז די "היסטאָרישע בשׂורה" געקומען טיף פֿאַרגראָבן אין אַ גאַנצן פּלאָנטער פֿון בשׂורות, געמישט מיט סקאַנדאַלן און אַנטוויקלונגען, וואָס זענען עלול ווידער אויפֿצוטרייסלען די מדינה, וועלכע האָט נאָרוואָס פֿײַערלעך אַפּגעצייכנט אירע 60 יאָר.
די סיריער, וועלכע פֿאַרלאַנגען אָפֿענע געשפּרעכן, פֿאַרזיכערן, אַז ישׂראל האָט זיך שוין פֿאַרפֿליכטעט צוריקצוקערן זיי דעם גולן, נאָך דעם ווי אָלמערט האָט דערקלערט, אַז "מיר ווייסן וואָס זיי ווילן, און זיי ווייסן וואָס מיר פֿאַרלאַנגען". דאַקעגן וויל ישׂראל, אַז די געשפּרעכן זאָלן זײַן געהיימע. וואָס שייך אָבער דעם פּרײַז, האָבן שוין דרײַ ישׂראלדיקע פּרעמיער־ מיניסטאָרן — ראַבין, נתניהו און ברק — אָדער זייערע שליחים געגעבן זייער הסכּמה צוריקצוקערן דעם גאַנצן גולן בײַ אַנטשפּרעכנדיקע באַדינגונגען און געהעריקע גאַראַנטיעס.
אָבער די עפֿנטלעכע מיינונג אין ישׂראל האָט זיך שוין צוגעוווינט און איז נישט גרייט צו באַצאָלן דעם פּרײַז פֿאַרן שלום. דער פּרעמיער אָלמערט איז איצט פֿאָרפּלאָנטערט אין דער קאָרופּציע־אַפֿערע מיט דעם אַמעריקאַנער "מאַכער" טאַלאַנסקי, וועלכער ווערט איצט געפֿאָרשט, זײַן פּאָפּולאַריטעט איז געפֿאַלן צום נידעריקסטן שטאַפּל פֿון פֿינף פּראָצענט; צי וועט ער האָבן דעם אויטאָריטאַטיוון כּוח אָנצוּוואַרפֿן דער מדינה אַזאַ היסטאָרישע אַנטשיידונג, ווען ער ווערט פֿאַרדעכטיקט אין קרימינעלע פֿאַרברעכנס פֿון כאַבאַר און קאָרופּציע?
ווי געוויינלעך אין אַזעלכע פֿאַלן, נוצט אויס די ביליקע, אָבער זייער עפֿעקטיווע דעמאַגאָגיע דעם פּלאָנטער און דעם צונויפֿקום פֿון די אומשטענדן, כּדי צו לאָזן אין גאַנג די באַשולדיקונג, אַז דאָס איז אַ טריק, אַז אָלמערט איז גרייט מפֿקיר און מקריבֿ צו זײַן דעם גולן, כּדי אָפּצוּווענדן דעם אויפֿמערק פֿון זײַן קרימינעלן סקאַנדאַל.
אָבער נאָך האַרבער איז די זיך שאַפֿנדיקע אַטמאָספֿער, אין וועלכער דער עקסטרעם־נאַציאָנאַלער כּנסת־דעפּוטאַט אריה אלדד האָט אין דער כּנסת דערקלערט, אַז ווער עס ווירקט פֿאַר אָפּרײַסן אַ טייל פֿון דעם סוּווערענעם שטח פֿון דער מדינה — קומט אים טויט. היות ווי דער גולן איז אין 1969 דורך אַ געזעץ פֿון דער כּנסת געוואָרן אַנעקסירט צו דער מדינה, איז ער אַ סוּווערענער טייל פֿון איר — הגם דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ האָט עס נישט אָנערקענט. דער דאָזיקער זאָג איז אָבער גענוג צו שאַפֿן אין לאַנד די זעלבע אַטמאָספֿער, וואָס האָט מיט 13 יאָר צוריק געפֿירט צום מאָרד פֿון יצחק ראַבין און צו שטרויכלען דאָס באַנײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס.
אין אָט די אומשטענדן הייבן די פּאַרטייען שוין אָן זיך צו אָרגאַניזירן צו דער מעגלעכקייט, אַז אָלמערט זאָל ווערן אויסגעטוישט אויף זײַן אַמט — דורך פּרײַמעריס אין "קדימה", אָדער דורך נײַע צוגעאײַלטע וואַלן צו דער כּנסת. האָט זיך שוין טאַקע אָנגעהויבן דער וואַלן־פֿיבער און דער ירושה־ קאַמף אין דער פּאַרטיי — צווישן די מיניסטאָרן שאול מופֿז, אבֿי דיכטער, און מאיר שיטרית. זיי אָבער האָבן אַלע געעפֿנט אַן אָפֿענסיווע קעגן דער אויסערן־מיניסטאָרין ציפּי לבֿני, ווײַל זי געניסט פֿון דער העכסטער פּאָפּולאַריטעט און זיי האָבן אַלע מורא פֿאַר איר. ציפּי לבֿני שווײַגט דערווײַלע. איין זאַך איז זיכער: עס דערוואַרט אונדז אַ הייסער זומער.
תּל־אָבֿיבֿ, דער 27סטער מײַ 2008