|
Elena M. Katz. Neither With Them, Nor Without Them: The Russian Writer and the Jew in the Age of Realism. Syracuse University Press, 2008. |
|
די רוסישע ליטעראַטור שטאָלצירט מיט איר מיטפֿילעוודיקייט צו אַלע "דערנידעריקטע און באַליידיקטע", ווי עס שטייט אינעם טיטל פֿון דאָסטאָיעווסקיס אַ ראָמאַן. אָבער איינצײַטיק פֿאַרמאָגן די סאַמע באַרימטע רוסישע שרײַבער געוויסע סטערעאָטיפּן, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַנדערע נאָציאָנאַליטעטן. די פּאָליאַקן ווערן אָפֿטמאָל אויסגעמאָלט גדלותדיק און בגידהדיק, די דײַטשן זײַנען פֿלײַסיק, אָבער טעמפּ אויפֿן שׁכל. דער סאַמע פֿרעמדער און געפֿערלעכער סטערעאָטיפּ איז דער ייִדישער, וועלכער ווערט אַנאַליזירט אין דעם נײַעם בוך פֿון יעלענאַ קאַץ וועגן דרײַ רוסישע קלאַסיקער: ניקאָלײַ גאָגאָל, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעווסקי און איוואַן טורגעניעוו.
להיפּוך צו דעם טראַדיציאָנעלן צוגאַנג צו דער ייִדישער טעמע אין דער רוסישער ליטעראַטור, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף דעם ענין פֿון אנטיסעמיטיזם, האָט יעלענאַ קאַץ אַן אַנדער קוקווינקל. זי האַלט, אַז פֿאַר די רוסישע שרײַבער, ווי פֿאַר דער רוסישער געזעלשאַפֿט בכלל, איז אַ ייִד אַ באַשעפֿעניש ניט פֿון בשׂר־ודם, נאָר אַ סימבאָלישער באַגריף פֿון אַ "פֿרעמדן". דער דאָזיקער "ייִד" איז געווען אַנדערש פֿונעם "אייגענעם" רוס כּמעט אין יעדן פּרט. ער האָט גערעדט אַ פֿרעמדע שפּראַך, געלעבט לויט אַ פֿרעמדן שטייגער, און געגלייבט אין אַן אַנדערן גאָט. אין משך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך דער דאָזיקער שבֿט געפֿערלעך דערנענטערט צו דעם רוסישן פֿאָלק, אָבער ניט געביטן זײַן פֿרעמדן מהות. די רוסישע ליטעראַטור האָט אָפּגעשפּיגלט די ענדערונגען אין דער עפֿנטלעכער שטימונג מיט אַ גרויסער פּרעציזקייט. די ווערק פֿון די גרויסע רוסישע שרײַבער אַנטפּלעקן אינטערעסאַנטע שאָטנדיקע אַספּעקטן פֿון דער "קאָלעקטיווער נשמה" פֿונעם רוסישּן פֿאָלק אין איר היסטאָרישער אַנטוויקלונג.
די באַציִונג צו ייִדן איז נאָענט פֿאַרבונדן מיט די אַלגעמיינע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע אָנזיכטן פֿונעם שרײַבער. דער אימאַזש פֿונעם ייִד ענדערט זיך מיט דער צײַט אין הסכּם מיטן אַלגעמיינעם וועלטבאַנעם פֿונעם מחבר. די דאָזיקע גילגולים זײַנען גאַנץ בולט אין דער שאַפֿונג פֿון גאָגאָל, דעם איינציקן רוסישן שרײַבער, וועלכער האָט געקענט רעאַלע ייִדן אין אוקראַיִנע. ווי עס באַמערקט יעלענאַ קאַץ, צייכענען זיך די פֿריִערע נוסחאות פֿון גאָגאָלס ווערק אויס מיט דעם עטנאָגראַפֿישן קאָלאָריט, און די ייִדישע געשטאַלטן זײַנען אַן אָרגאַנישער עלעמענט פֿון דער אַרומיקער אוקראַיִנישער לאַנדשאַפֿט.
מיט דער צײַט איז דער אוקראַיִנער גאָגאָל געוואָרן אַ געטרײַער פּאַטריאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, און די ייִדן האָבן באַקומען אַן אַנדערן באַטײַט אין זײַן ליטעראַרישער וועלט. "ווי אַ שרײַבער, האָט גאָגאָל געפּרוּווט צוצופּאַסן זײַנע געשטאַלטן צו דעם געשמאַק פֿון זײַנע לייענער", דערקלערט קאַץ. אַזוי אַרום האָט ער צוגעשניטן זײַנע ייִדישע פּערסאָנאַזשן לויט דעם סטערעאָטיפּישן מאָדעל פֿון דער דעמאָלטיקער רוסישער געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט געהאַט אַ קנאַפּע אַנונג וועגן די רעאַלע תּושבֿים פֿונעם ייִדישן ״תּחום״. אויף דעם בײַשפּיל פֿון צוויי פֿאַרשידענע נוסחאות פֿון גאָגאָלס קאַזאַקישן ראָמאַן "טאַראַס בולבאַ" דערווײַזט קאַץ, ווי אַזוי גאָגאָלס ייִדישע געשטאַלטן האָּבן אָנגעוווירן זייער לעבעדיקייט און מגולגל געוואָרן אין אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן.
בעת גאָגאָל שפּיגלט נאָך אָפּ לרובֿ די מיטלעלטערלעכע פּוילישע אַנטיסעמיטישע קלישעען, שאַפֿט דאָסטאָיעווסקי אַ "סינטעטישע" געשטאַלט, וואָס שמעלצט צונויף די אַלטע און די נײַע פֿאָראורטיילען. אידעאָלאָגיש פֿאַרקערפּערן דאָ די ייִדן אַ געמיש פֿון קאַפּיטאַליסטישן מאַטעריאַליזם מיט דער פֿרעמדקייט פֿון קריסטנטום. אָבער ווי אַ קינסטלער, דערווײַזט דאָסטאָיעווסקי דאָ זײַן שוואַכקייט׃ "עס האָט אים געפֿעלט די נײַגעריקייט, כּדי צו באַקענען זיך מיט די ייִדן און שאַפֿן פֿון זיי ליטעראַרישע געשטאַלטן". אַזוי אַרום, האָט דער גרויסער דרשן פֿון דער "אַלוועלטלעכער וואַרעמהאַרציקייט פֿון דער רוסישער נשמה" פּשוט ניט געקאָנט און ניט געוואָלט דערקענען דעם מענטשלעכן מהות אינעם לעבעדיקן ייִד.
דער דריטער שרײַבער, וועלכער ווערט אַנאַליזירט אינעם בוך, איז איוואַן טורגעניעוו, דער סאַמע אייראָפּעיִשער און ליבעראַלער פֿון די דרײַ. זײַן אויפֿטו איז געווען צו שאַפֿן אַ ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון דער ייִדישער פֿרוי. אמת, דער טיפּ פֿון אַ "שיינער ייִדישער טאָכטער" איז ניט קיין נײַעס אין דער אייראָפּעיִשער ליטעראַטור, וואָס האָט געדינט ווי אַ מקור פֿאַר טורגעניעווס געשטאַלטן. עס איז מעגלעך, אַז די פֿיגור פֿון דער שיינער שושנה אין דער דערציילונג "אַן אומגליקלעך מיידל", האָט איר פּראָטאָטיפּ — די באַרימטע ייִדישע אַקטריסעס, ראַשעל און שׂרה בערנאַר, וועלכע האָבן שטאַרק באַווירקט אויף דעם כּוח־הדמיון בײַם פֿראַנצויזישן און ענגלישן עולם. אָבער אַזוי ווי גאָגאָל און דאָסטאָיעווסקי, האָט טורגעניעוו אויך אויסגענוצט די סטערעאָטיפּן און איז ניט געווען בכּוח צו ברעכן די וואַנט צווישן אידעאָלאָגיע און לעבן.
דאָס בוך פֿון יעלענאַ קאַץ עפֿנט אַ נײַע פּערספּעקטיוו אויף דער רוסישער ליטעראַטור. די ייִדישע טעמע איז ווײַט ניט געווען קיין צענטראַלע פֿאַר די רוסישע שרײַבער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זייער אופֿן פֿון שאַפֿן סטערעאָטיפּישע ייִדישע געשטאַלטן איז געווען אין הסכּם מיט די פֿאָרשטעלונגען, וועלכע האָבן געהערשט אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט. דווקא די מאַרגינאַלע ייִדישע טיפּן אין די ווערק פֿון גאָגאָל, דאָסטאָיעווסקי און טורגעניעוו העלפֿן צו פֿאַרשטיין, ווי אָפּהענגיק די דאָזיקע גרויסע שרײַבער זײַנענן געווען פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע שטימונגען פֿון זייער צײַט.