חורבן
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין אויסגעוואַקסן אָן אַזעלכע ווערטער ווי "האָלאָקאָסט" אָדער "חורבן". אין מײַן אַרום האָט מען גענוצט דאָס וואָרט "מלחמה". דאָס לעבן פֿון דער גאַנצער סבֿיבֿה, אין וועלכער איך האָב געלעבט, איז געווען צעטיילט אויף "פֿאַר דער מלחמה", "בעת דער מלחמה" און "נאָך דער מלחמה". איך בין געבוירן געוואָרן שוין נאָך דער מלחמה, אָבער (כ׳האָב שוין, דאַכט זיך, וועגן דעם געשריבן) אַפֿילו איצט צעטייל איך אָפֿט מאָל די געשעענישן אויף אָט די דרײַ צײַט-אָפּשניטן.

עס חידושט מיך ביזן הײַנטיקן טאָג, ווען איך הער אַז די סאָוועטישע ייִדן האָבן ניט געוווּסט וועגן דעם חורבן. בײַ אונדז האָט מען וועגן דעם גערעדט די גאַנצע צײַט: ווער און ווי אַזוי איז אומגעקומען, ווער האָט געהאַט דעם מזל איבערצולעבן די מלחמה, ווי אַזוי האָבן זיך אויפֿגעפֿירט די שכנים. מײַן פֿאָטער האָט דערציילט, ווי זײַן מיליטערישער טייל האָט באַפֿרײַט דעם קאָנצענטראַציע-לאַגער מײַדאַנעק. מיר האָבן געקויפֿט שפּײַז אין אַ קראָם, וווּ דער פֿאַרוואַלטער האָט געהאַט אויף זײַן האַנט די טאַטויִרטע נומערן פֿון אוישוויץ.

מײַן פֿאָטער האָט געהאַט דרײַ ברידער און צוויי שוועסטער. אַ חוץ אים, איז נאָר איין ברודער, מאיר, אַרויס אַ לעבעדיקער פֿון דעם פֿײַער. דער פֿעטער מאיר האָט צום סוף פֿון דער מלחמה קאָמאַנדעוועט מיט אַ פּאָלק אין דער עליטאַרער קאַנטעמיראָווער דיוויזיע, וואָס באַטייליקט זיך נאָך אַלץ אין די מיליטערישע פּאַראַדן אויפֿן רויטן פּלאַץ. דעם טאַטנס ייִנגערער ברודער, אַהרן, איז געווען אַן אָפֿיציר-אַרטילעריסט. ער איז געפֿאַלן אין 1943. מײַן פֿאָטער און די צוויי דערמאָנטע ברידער זײַנע האָבן אויסגעקליבן סאָוועטישע וועגן אין זייער לעבן. זיי האָבן פֿרי פֿאַרלאָזט זייער שטעטל, קראַסילאָוו.

אינעם שטעטל איז פֿאַר­בליבן דער על­טערער בכור, זכריה, און די צוויי שוועסטער. זכריה האָט פֿאָרגעזעצט די משפּחה-טראַ­דיציע — פֿאַרבליבן אַ קירזשנער אַ קבצן. איך ווייס ניט, מיט וואָס עס האָבן זיך באַ­שעפֿטיקט די שוועסטער. בײַ זכריהן זײַנען געווען עטלעכע קינדער, די ייִנגסטע האָט געהייסן מרים. זומער 1941 האָט מײַן פֿאָטער פֿאַר איר געקראָגן אַן אָרט, אויף יוני-חודש, אין אַ קינדער-קעמפּ, בײַם ים. דער פּלאַן איז געווען אַזאַ: מרים וועט מען אַרײַנזעצן אין אַ באַן, און מײַנע עלטערן וועלן זי באַגעגענען און שיקן זי ווײַטער אין דעם קעמפּ. אָבער מירימס עלטערן האָבן אין דער לעצטער מינוט זיך איבערגעשראָקן צו לאָזן אַ קינד פֿאָרן אַליין אין גאָר אַן אַנדער עק פֿון אוקראַיִנע.

מרים האָט געהאַט נאָך איין שאַנס איבערצולעבן דעם חורבן. דער פֿעטער מאיר האָט געדינט ערבֿ דער מלחמה ניט ווײַט פֿון זײַן היימשטעטל און האָט באַוויזן אַרײַנפֿאָרן אַהין ווען די אַרמיי האָט געהאַלטן בײַם אָפּטרעטן. ער האָט געבעטן זײַנע קרובֿים איבערצולאָזן אַלץ און אַנטלויפֿן. אָבער מע האָט אים ניט געוואָלט הערן. פֿון זיי אַלעמען האָט זיך געראַטעוועט נאָר חיים, זכריהס עלטערער זון — אים האָט מען אַרויסגעפֿירט צוזאַמען מיט דער פּראָפֿעסיאָנעלער שול, וווּ ער האָט זיך געלערנט.

ווען חיים האָט זיך דעמאָביליזירט פֿון דער אַרמיי (אים האָט מען גענומען צום סאַמע סוף, ווײַל פֿריִער איז ער געווען צו יונג) און איז געקומען אין קראַסילאָוו, האָבן די ניט-ייִדישע שכנים אים דערציילט, אַז זײַן מאַמע און מרים האָבן די דײַטשן דערשאָסן אין די ערשטע טעג, נאָך איידער מע האָט אָנגעהויבן אומצוברענגען די ייִדן. מע האָט מײַן מומע און דאָס שוועסטערקינד קלאַסיפֿיצירט ווי ציגײַנערינס — זיי האָבן געהאַט פּעכשוואַרצע האָר און, בכלל, אויסגעזען ציגײַנעריש. און פֿון די ציגײַנער האָט מען דאָס שטעטל "אויסגערייניקט" גלײַך.

פֿון קינדווײַז אָן טראָג איך אין זיך דעם פֿאַרדראָס אויף מרימס עלטערן. כ׳האָב דעם פֿאַרדראָס געירשנט פֿון די עלטערן און פֿון חיימען. פֿאַר וואָס האָבן זיי זי ניט געלאָזט פֿאָרן אין קעמפּ? פֿאַר וואָס האָבן זיי ניט געהערט דעם פֿעטער מאיר? איך האָב ממש געבענקט נאָך מײַן שוועסטערקינד מרים, וועלכע איך האָב קיין מאָל אין מײַן לעבן ניט געזען, סײַדן אויף אַן אַלטן פֿאָטאָ פֿון אַ שלעכטער קוואַליטעט. און מיר דאַכט זיך צו מאָל, אַז איך בענק נאָך איר נאָך איצט.

* * *

איך האָב עס אָנגעשריבן אין קורצן נאָך דעם 9טן מײַ, ווען איך טראַכט געוויינטלעך וועגן מײַנע עלטערן און זייער דור, און נאָך איבערלייענען אין די צײַטונגען וועגן אַן אַנטי-ציגײַנערישן פּאָגראָם אין איטאַ­ליע. כוליגאַנען האָבן אַזוי רעאַגירט אויף אַ קלאַנג, אַז אַ ציגײַנעריש מיידל האָט גע­וואָלט צוגנבֿענען אַ קינד. אַן אויספֿרעג האָט געוויזן, אַז 68 פּראָצענט איטאַליענער וואָלטן געוואָלט, מע זאָל אַרויסשיקן פֿון דער מדינה אַלע 150 טויזנט היגע צי­גײַ­נער, כאָטש כּמעט אַ העלפֿט פֿון זיי זײַנען איטאַליענישע בירגער און בערך 30 טויזנט שטאַמען פֿון די ציגײַנער, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין לאַנד נאָך אין 15טן יאָרהונדערט.

לעצטנס האָט מען אין אייראָפּע גענומען ערנסט רעדן וועגן דער פּראָבלעם פֿון די אַכט צי אַפֿילו מער מיליאָן ציגײַנער. אַגבֿ, ס׳איז פּאָליטיש אומקאָרעקט צו נוצן דאָס וואָרט "ציגײַנער" און די ענלעכע ווערטער אין אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. אייראָפּע לייגט פֿאָר צו רופֿן זיי "ראָמאַ". מע אינ­וועסטירט געלט אין פּראָיעקטן, בפֿרט אין דער בילדונג, וואָס דאַרפֿן העלפֿן די ראָמאַס צו פֿאַרנעמען אַ געהעריק אָרט אין דער געזעלשאַפֿט. קיין גרינגע עבֿודה וועט עס ניט זײַן.

vegn tsigayner

Vegn di tsigayner, vil ikh dermonen A. Sutskevers a lid, fun zayn bukh "Geheymshtot":

Taborn tsigayner fun Lite un Poyln,
yir berdike mener, shvartserdike tekhter, -
Berlin hot aykh alemen teytn bafoyln,
gekoylet a vald mit gezang un gelekhter.
Banand mit di yidn men hot aykh geshaytert,
di erd hot gerisn far beydn eyn krye.
A regn fun ash hot di beyner geleytert,
a regn fun ash iber mame Vilye.
Un ayere vegener zumpikn, foyln,
taborn tsigayner fun Lite un Poyln.

S´hot Pushkin antplekt ayer prakht, ayer vander,
zayn harts hot gepayklt in ayer bandure.
Tsi vet dem tsigaynershn umkum an ander
bazingen mit zelbiker klangiker gvure?
Der nakhtigal saydn, bloyz er, der mekoynen
vos hot aykh bagleyt tsu di shlangene roves.
Farbeygn zikh tunkl di verbene kroynen
un zapn aykh ayn in di grine makhshoves.
O, shtam iberhoypt fun poetn geshetster!
Petro iz geblibn, ken zayn, ayer letster.