פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פֿילם וואָס שפּילט איצט אין "גואַם"־קינאָ רופֿט זיך "קאָנסטאַנטינס שווערד", און עס איז פֿאַר מיר געווען אַ רי­זי­קע איבער­ראַשונג, אַז אַן אַמעריקאַנער, אַ קריסט, אַן אַמאָליקער קאַטוילישער גלח מיטן נאָ­­מען דזשיימס קעראָל, זאָל אויפֿ­דעקן דאָס גאַנצע געמויזעכץ פֿון דער קאַ­טוי­ליש־קריסטלעכער קירך, אָנהייבנדיק מיטן גײַסטיקן פֿירער קאָנסטאַנטין, וועלכער האָט גע­וועלטיקט ביזן יאָר 337 פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג. קאָנסטאַנטין אַליין, ווײַזט זיך אַרויס, איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 288 (אונדזער צײַט־רעכענונג), אַ נישט־לעגיטים קינד, פֿון אַ טאַטן קאָנסטאַנטיוס דעם ערשטן, און אַ מאַ­מען פֿלאַוויאַ־העלענאַ. וועמענס ממזר ער איז געווען איז נישט באַוווּסט.

דער פֿילם איז באַזירט אויף אַ בוך וואָס ס'האָט פֿאַרפֿאַסט דזשיימס קעראָל מיטן נאָמען "קאָנסטאַנטינס שווערד: די קירך און די ייִדן: אַ געשיכטע", אַ בוך וואָס אַנטהאַלט 750 זײַטלעך פֿון היסטאָרישע דאָ­קומענטאַציעס, פֿאַנאַטישער, רעליגיעזער מאַכט און רעליגיעזער פֿאַרקריפּלונג פֿון פֿאַקטן, וואָס האָבן געפֿירט צו מיליאָניקע קרבנות זינט דער אַנטשטייונג פֿון קריסטנ­טום. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, האָט דער נײַער קריסטלעכער רעליגיע גענומען איבער דרײַ הונדערט יאָר זיך אויסצופּיקן פֿון זייער אייער־שאָלעכץ און לאָזן אין גאַנג אַ נײַעם גאָט־געדאַנק. מען האָט צוגעשניטן, צו­גע­שטיקעוועט, צוגעצערעוועט און פֿאַר­סטריגעוועט אַן אמונה, ביז עס איז אַרויס­געשפּרונגען אַ נײַער פּלאַגיאַט פֿון דער תּורה, וואָס ס'האָט אימפּאָנירט די געצנדינער, און פֿון דעם נײַעם טעסטאַמענט האָט זיך אויסגעשיילט דאָס קריסטנטום.

פֿאַרוואָס דווקא די שווערד? איז דער תּירוץ אַזאַ. ווען קאָנסטאַנטין האָט איבער­געריסן מיטן געצנדינערישן רוים, האָט ער זיך אַליין פּראָקלאַמירט ווי הערשער איבער דער נײַער רעליגיע, מיט אַ מיסיע צו פֿאַראייניקן דעם קרייץ מיט דער שווערד. דאָס הייסט, אַז אַלע אָפּטריניקער, פֿרעמד־גלייביקע און געצנדינער מוזן אַרונטערפֿאַלן אונטער דער מאַכט פֿון קרייץ. און דער קרייץ איז איינס מיט דער שווערד. דער וואָס גלייבט נישט אינעם קרייץ וועט מוזן לייגן דעם קאָפּ. אונטער קאָנסטאַנטינס מאַכט האָט מען טאַקע גענומען שנײַדן די קעפּ ווי מען שנײַדט דעם שניט בײַ אַ גערעטעניש. דאָ דערוויסט מען זיך, אַז קאָנסטאַנטין האָט אָפּגעשניטן דעם קאָפּ פֿון זײַן זון און זײַן ווײַב.

דעם אמת געזאָגט, ווען דער זעלביקער דזשיימס קעראָל וואָלט זיך דערוועגט דע­מאָלט צו שרײַבן אַזאַ בוך, וואָלט מען אים אָדער פֿאַרברענט אויפֿן שײַטער־הויפֿן פֿאַר די זינד פֿון אַן אָפּטריניקן, אָדער מען וואָלט אים אַראָפּגעהאַקט דעם קאָפּ. אַפֿילו הײַנט, הערן זיך קולות סײַ פֿון דער קאַטוילישער קירך און סײַ פֿון יחידים וואָס פֿאַרדאַמען דעם שריפֿטשטעלער מיט זײַן דאָקומענטאַרן פֿילם. דער אמת איז, דער­ציילט דזשיימס קעראָל אין זײַן דאָקו­מענטאַרן פֿילם, אַז ער איז געוואַקסן אין אַ קאַטוילישער משפּחה אַרומגערינגלט מיט אַ סך ברידער און שוועסטער. דער טאַטע איז געווען אַ שישקע אינעם אַמע­ריקאַנער מיליטער, געווען אויסגעקאָכט נישט נאָר מיט די גענערעלער, נאָר אויך מיט באַרימטע און מעכטיקע גלחים וואָס האָבן געהאַט גרויס השפּעה אויפֿן מיליטער, דער עיקר, די אַמעריקאַנער מיליטערישע לופֿטפֿליִער־אַקאַדעמיע.

מיט דער צײַט איז די מיליטערישע אַקאַדעמיע אַרונטערגעפֿאַלן אונטערן דרוק פֿון די עוואַנגעליקער, און מען האָט גע­נומען אינדאָקטרינירן די יונגע חבֿרה אין דעם עוואַנגעליש־קריסטלעך־מיסיאָ­נע­רישן גײַסט. אין דעם שליחות האָט זיך אָנגע­שלאָסן דער טעלע־עוואַנגעליקער טעד העגערד. מען זעט אים אַ סך מאָל זונטיקס אויף טעלעוויזיע, ווען ער דרשנט פֿאַר זײַנע מעגאַקירך־אָנהענגער, וואָס באַשטייען פֿון הונדערטער טויזנטער גלייביקע. אים איז געלונגען אַרײַנצודרינגען אין דער מי­ליטערישער אַקאַדעמיע מיט זײַן קריסטלעך־עוואַנגעלישער הדרכה, און די יונגע אַמע­ריקאַנער קאַדעטן ווערן גע­צוווּנגען צו ווערן פֿאַנאַטיש־גלייביקע. מען זעט אויפֿן פֿילם אַ ייִדישן קאַדעט פֿון דער אַקאַדעמיע, וועלכער קלאָגט זיך ביטער אויף דעם חוזק און אַנטיסעמיטיזם מיט וועלכן די קאַדעטן איזדיעקעווען זיך איבער אים. ער האָט עס דערציילט זײַן טאַטן, אַז אויב דאָס וועט נישט אויפֿהערן, וועט ער זײַן געצוווּנגען עמעצן פֿון זיי צו הרגענען. איז געגאַנגען דער ייִדישער טאַטע און אײַנ­געקלאָגט די אַקאַדעמיע אין געריכט. די משפּחה איז אויסגעשטאַנען גרויסע צרות פֿון טויט־דראָונגען און מיאוסע כוליגאַנסקע שטיק לעבן זייער הויז. און דאָס קומט פֿאָר אין הײַנטיקן אַמעריקע. דער עיקר, רע­ליגיעס, וואָס האַלט זיך בײַ זייער אמת און טאָלערירן נישט קיין אַנדערע אמונות, ברענ­גען צו פֿאַרניכטונג.

די קאַטוילישע קירך איז אין דעם מחברס יוגנט געווען דער צענטער פֿון קריסטלעכן גלויבן אויף אַזוי פֿיל, אַז ווי נאָר ער איז אונטערגעוואַקסן, אַנשטאָט צוצושטיין צום מיליטער, האָט ער אָנגענומען דאָס גלחות פֿאַר זײַן קאַריערע. אָבער מיט דער צײַט האָט ער אָנגעהויבן צו באַמערקן, אַז עפּעס פֿוילט אינעם קריסטנטום בכלל, און אינעם וואַטיקאַן בפֿרט; אַז די פּויפּסטן און דער איצטיקער דײַטשישער פּויפּסט, בענעדיקט דער זעכצנטער, באַהאַלטן אויס ספּעציפֿישע מאָמענטן פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט. ער רעדט בלויז פֿון איין זײַט מויל און דערמאָנט נישט די ראָלע פֿונעם וואַטיקאַן אין דער צײַט פֿונעם חורבן. די גלײַכגילטיקייט צום ייִדישן אומקום און אפֿשר אַפֿילו אַ געפֿיל פֿון זיג איבערן ייִדנטום; עס קומט זיי, נאָך אַלעמען — זיי האָבן געקרייצט קריסטוסן. און די גאַנצע רוימישע קרייציקונג איז מיט דער צײַט אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אויף די ייִדן. די פּראָוואָקאַציעס פֿון די גלחים, די ליגנס פֿון בלוט־בילבולים, די גאַנ­צע אַנ­טיסעמיטישע כוואַליע וואָס האָט פֿאַר­גאָסן די קריסטלעכע וועלט און ווערט ביזן הײַנ­טיקן טאָג פּראָוואָצירט פֿון די גלחים אין אייראָפּע, אין די מוסולמענישע לענדער און אַפֿילו אין אַמעריקע.

צו דעם איז דערגאַנגען דזשיימס קע­ראָל, ווען ער האָט פֿאַרלאָזט זײַן קירך, אויסגעטאָן זײַן גלחישן מונדיר און אַוועק זיך באַקענען מיט די ייִדן אין איטאַליע, אין דײַטשלאַנד און אין פּוילן. ער האָט געפֿונען אַ לעבן־געבליבענעם ייִד אין פּוילן, וועלכער האָט אַדורכגעמאַכט אוישוויץ. קעראָל האָט געוואָלט דערגיין פֿון אים וואָס עס האָט פּאַסירט און ווי עס איז צוגעגאַנגען. אָבער יענער האָט נאָר געקענט גיסן מיט טרערן, ביטערע טרערן בײַם אַרויסרעדן בלויז איין וואָרט "אוישוויץ". הײַנט ווײַזט דזשיימס קעראָל אָן אויפֿן הויכן קרייץ וואָס לויערט איבער אוישוויץ־בירקענאַו ווי אַ סטראַשידלע. אָט דער קרייץ האָט דערפֿירט צום אומקום פֿון די זעקס מיליאָן.

דזשיימס קעראָל האָט געפֿונען איטאַ­ליענישע ייִדן, וועלכע האָבן אים דערציילט, אַז זייער ייִחוס ציט זיך שוין הונדערטער יאָרן. די משפּחות האָבן זיך דאָ באַזעצט נאָכן גירוש־שפּאַניע, וווּ דער קרייץ און די שווערד האָבן אַרויסגעטריבן אַזאַ שעפֿעריש און אַרבעטסזאַם פֿאָלק, אַזאַ רויִק פֿאָלק ווי די ייִדן, זיי געברענט אויף שײַטער־הויפֿנס, זיי געמוטשעט מיט אינקוויזיציעס, זיי באַשולדיקט אין נישט אָפּהיטן דעם קריסטנ­טום נאָכן שמד. די איטאַליענישע משפּחה, אַ טאַטע מיט אַ טאָכטער, האָבן דערציילט, אַז ווען מען האָט צונויפֿגעזמאַלט די ייִדן פֿון געטאָ לעבן דעם וואַטיקאַן און זיי געהאַלטן בײַם דעפּאָרטירן קיין אוישוויץ, איז דער פּויפּסט אַרויס, געמאַכט מיט די הענט אַ סימן פֿונעם קרייץ, און צוריק אַרײַן אין זײַנע פּויפּסטלעכע פּאַלאַצן פֿונעם וואַטיקאַן. דער דאָקומענטאַרער פֿילם האָט געפֿונען פּונקט יענעם מאָמענט אויף אַ נײַעס־טאַשמע וואָס איז פֿילמירט געוואָרן אין 1943, און דעם פּויפּסט וואָס האָט גע­מאַכט אַ קרייץ פֿון זײַנע אָרעמס אויף אַ סימן — ס'קומט זיך זיי, די ייִדן צו ברענען.

און די רוימיש־קאַטוילישע קירך, בראָש מיטן וואַטיקאַן מיטן קרייץ, פּרעדיקט עד־היום ליבע און רחמים, בעת זייער שווערד האָט שוין פֿאַרניכטעט הונדערטער מיליאָנען מענטשן און צווישן זיי מיליאָנען ייִדן. דאָס רעכט צו שעכטן האָט נאָך געגעבן קאָנסטאַנטין אין פֿערטן יאָרהונדערט. דאָס רעכט צו שעכטן איז נישט געקומען פֿון זייער גאָט, וועלכער זאָל האָבן געפּרעדיקט ליבע און רחמים פֿאַרן מין מענטש, נאָר אין זײַן נאָמען האָט מען זיך נישט נאָר דערלויבט, נאָר געוואַגט און באַרעכטיקט צו פֿאַרוואַנדלען די וועלט אין אַ שעכטהויז. די קרייצונג, דער מאַרשרוט מיטן קרייץ צו באַפֿרײַען מיט דער שווערד דעם קבֿר פֿון ישו־הנוצרי פֿון די מאַכמעדאַנער אין ירושלים און איבער גאַנץ ארץ־ישׂראל, איז אַ חוץ די אָרגאַניזירטע ריטער, זײַנען מיט זיי מיטגעגאַנגען און מיטגעלאָפֿן מאַסן פֿון פֿאָלק אין פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד. און ווער האָט זיי געהעצט? די גלחים מיטן פּיזמון, איידער מען גייט אויף ארץ־ישׂראל זאָל מען דערווײַל אויסשעכטן די אמתע שׂונאים פֿון קריסטנטום — די ייִדן. זײַנען זיי באַפֿאַלן אין פֿראַנקרײַך די שטאָט עלזאַס, און אין מערבֿ־דײַטשלאַנד וואָרמס, מײַנץ, שפּײַער און טריער — אַלע ייִדישע שטעטלעך אַרום דעם רהײַן־טײַך, און אויסגעקוילעט גאַנצע ייִדישע קהילות, געצוווּנגען ייִדן צום שמד. זײַנען ייִדן אַוועק אויף קידוש־השם.

"קאָנסטאַנטינס שווערד" איז איינס פֿון די זעלטנסטע און וויכטיקסטע פֿילמען אין אונדזער צײַט, אַ צײַט ווען מיר געפֿינען זיך אונטער דער איסלאַמישער שווערד. דער פֿילם דאַרף געוויזן ווערן אין אַלע גימנאַזיעס אויף דער וועלט, ווײַל די יונגע קײַען וואָס די אַלטע שפּײַען.

ווען דזשיימס קעראָל איז דערגאַנגען צו די דאָקומענטן פֿון דער קדמונישער קירך, האָט ער גענומען צווייפֿלען אינעם גאַנצן אײַנשטעל פֿון קריסטנטום, פֿון רעליגיע בכלל און פֿון דעם וואָס די מענטשהייט איז אויס­געשטאַנען פֿון די אַלע רעליגיעס. ווער ווייסט ווי לאַנג נאָך וועט רעליגיע גיין מיט דער שווערד, מיט דער ביקס, מיט די באָמבעס, ראַקעטן, אָדער מיט נוקלעאַרן וואָפֿן. לאָמיר זען וועלכע רעליגיע וועט אונדז אויסלייזן און וועלכע וועט אונדז באַגראָבן.

אַדאַפּטירט דזשיימס קעראָלס בוך און רעזשיסירט דעם פֿילם האָט אָרען דזשאַקאָבי. אַ חוץ דעם נעמען אָנטייל די שטימען פֿון ליעוו שרײַבער, פֿיליפּ באַסקאָ, נאַטאַשאַ ריטשאַרדסאָן, אילײַ וואַלאַך און דזשיימס קעראָל. מײַן עצה צו אײַך איז — פֿאַרפֿעלט נישט דעם וויכטיקן דאָקומענטאַרן פֿילם. אונדזער בלוטיקע געשיכטע ווערט געחת­מעט אויפֿן עקראַן.