ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אין דער קינדערשול פֿונעם ׳פּאַריזער ייִדיש־צענטער׳
אין דער קינדערשול פֿונעם ׳פּאַריזער ייִדיש־צענטער׳

דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" האָט יענע וואָך געמאָלדן, אַז זי האָט אונטערגעשריבן אַ פֿאַרקויף־צוזאָג צו באַקומען אַ בנין אינעם 10טן שטאָטקרײַז פֿון פּאַריז, לעבן דער מעטראָ־סטאַנציע "רעפּוב­ליק". זיי וועלן רעמאָנטירן דאָס געבײַ און זיך אַרײַנציִען אַהין ווי גיך מעגלעך. דאָס וועט אַוודאי קאָסטן גרויסע געלטער און דער צענטער האָט אָנגעהויבן אַ געלט־קאַמפּאַניע צו שאַפֿן די נייטיקע פֿאָנדן צו קויפֿן און דורכפֿירן דעם רעמאָנט.

אין 2002 איז געשאַפֿן געוואָרן דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם ביבליאָ­טעק" נאָך דער פֿאַראייניקונג פֿון דער "מע­דעם־ביבליאָטעק" און דער "געזעלשאַפֿט פֿאַרן ייִדיש־לימוד" (געפֿי״ל). פֿון דעמאָלט אָן ביזן הײַנטיקן טאָג האָט דער "צענטער" זיך געפֿינען אינעם 11טן פּאַריזער שטאָט­קרײַז. מע האָט פֿאַרשטאַנען, פֿון אָנהייב אָן, אַז דער לאָקאַל וועט זײַן בלויז אַן איבערגאַנג־שטאַפּל, ביז מע וועט געפֿינען אַ גרעסער אָרט מיט בעסערע מעגלעכקייטן צו האַלטן די ביכער און אַרכיוו־מאַטעריאַלן, און לערנען אין קלאַסן.

הײַנט ווערט דער "פּאַריזער ייִדיש־צענ­טער/מעדעם־ביבליאָטעק" פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די וויכטיקסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור אין אייראָפּע. נישט נאָר איז די "מעדעם־ביבליאָטעק" די גרעס­טע ייִדיש־ביבליאָטעק אין אייראָפּע (30,000 ביכער, 7,500 מוזיק־אויפֿנאַמעס אאַ״וו), נאָר אויך די גרעסטע יודאַיִקאַ־ביבליאָטעק אין פּאַריז מיט 10,000 ביכער אויף פֿראַנצייזיש, ענגליש, דײַטש, פּויליש און העברעיִש. דעם קאַטאַלאָג האָט מען דיגיטאַליזירט און מע קען אים לייענען אויף דער אינטערנעץ, www.rachelnet.org.

אַן ערך 25,000 באַזוכער קומען אין "צענטער" יעדעס יאָר צו לייענען אין ביב­ליאָטעק, זיך לערנען אין די כּלערליי קלאַסן, אָדער זיך באַטייליקן אין זײַנע קולטורעלע באַגעגענישן און פֿאָרשטעלונגען. דערצו פֿירט דורך דער "צענטער" וויכטיקע פֿאַרלע­גערײַ־אַרבעט און האָט שוין אַרויסגעגעבן עטלעכע ייִדיש־ווערטערביכער, ווי אויך אַ ריי ליטעראַרישע ווערק.

דער איצטיקער לאָקאַל האָט אַ סך מעלות, אָבער אויך חסרונות. דער בנין איז אַ געדונגענער, און דאָס דירה־געלט איז געשטיגן. עס איז פּשוט נישטאָ גענוג אָרט סײַ פֿאַר די קלאַס־צימערן, סײַ פֿאַר דער קינדער־שול, סײַ אינעם לייען־זאַל. די פּאָליצעס, וווּ מע האַלט די ביכער פֿון דער ביבליאָטעק, זענען שוין פֿול, דאַרף מען דינגען פּאָליצעס אין אַ סקלאַד ערגעץ אַנדערש אין שטאָט. דערצו דאַרפֿן די זעקס אָנגעשטעלטע און אַ צוואַנציק פֿרײַוויליקע מיטאַרבעטער זיך טיילן מיט איין ביוראָ־צימער.

דער נײַער לאָקאַל וועט זײַן צוויי מאָל אַזוי גרויס ווי דער איצטיקער. ער וועט אַרומנעמען: דרײַ קלאַס־צימערן און אַ זאַל; אַ סך אַ גרעסערן לייען־זאַל; פֿיר ביוראָען פֿאַר די מיטאַרבעטער און אַ לערער־צימער; גענוג אָרט פֿאַר די ביכער פֿון דער ביבליאָטעק, וווּ מע וועט אײַנאָרדענען קאָמפּאַקטע פּאָליציעס כּדי צו פֿאַרטאָפּלען דעם פּלאַץ צו האַלטן ביכער.

אינעם נײַעם לאָקאַל וועט מען אויפֿנעמען געסט און סטודענטן אויפֿן פּאַרטער־גאָרן, און די באַזוכער וועלן מער נישט דאַרפֿן אַרויפֿגיין אויף די טרעפּ, צוצוקומען צו די ביכער, וועלכע מע וועט אַרויפֿשיקן מיט אַ ווינדע.

דערווײַל האָט מען "רעזערווירט" דעם לאָקאַל בײַם באַלעבאָס אויף אַ פּאָר חדשים, און מע האָט אָנגעהויבן די נייטיקע באַמיִונ­גען בײַ די אינסטיטוציאָנעלע שטיצער, כּדי צו פֿאַרזיכערן די פֿינאַנצירונג פֿונעם פּראָ­יעקט, דאָס הייסט, דאָס קויפֿן און רעמאָנטירן דעם לאָקאַל.

אָבער בערך אַ העלפֿט פֿונעם בודזשעט דאַרף צושטעלן דער פּאַריזער ייִדיש־צענ­טער/מעדעם־ביבליאָטעק גופֿא. דערפֿאַר נייטיקט זיך דער "צענטער" אין דער אונטער­שטיצונג פֿון אַלע פֿרײַנד פֿון דער ייִדישער קולטור. אויף דער אינטערנעץ קען מען אַראָפּלאָדן דעם צושטײַער־פֿאָרמולאַר און אַרײַנשיקן אַ טשעק פֿאַר דעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק" אויף דעם אַדרעס:

Maison de la culture yiddish
Bibliotheque Medem
18 Passage Saint-Pierre Amelot, 75011 Paris

זונטיק, דעם 1טן יוני פֿון 2:00 אַ זייגער ביז 5:00 אַ זייגער ווערן אַלע פֿאַרבעטן צו קומען צו גאַסט אין "צענטער". פֿאַר די וועלכע וווינען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דאַרף מען שיקן דעם צושטײַער, וואָס איר וועט קענען אַראָפּציִען פֿון די שטײַערן, אויפֿן אַדרעס:

American Friends of The Medem Library
115 East 89th street (5A)
New York, NY 10128-1527

אויב איר וווינט אין אַנדערע לענדער, קענט איר אַראָפּלאָדן פֿון אינטערנעץ דעם באַזונדערן צושטײַער־פֿאָרמולאַר און באַ­צאָלן מיט אַ קרעדיט־קאַרטל און שיקן אײַער צושטײַער דורך פֿאַקס.

(פֿאַקס) 47 14 00 47 1 33 00

די פֿאַרוואַלטונג פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק" באַ­שטייט פֿון פֿאַני באַרבאַרע (פֿאָרזיצערין), יצחק ניבאָרסקי, אַהרן וואַלדמאַן, שלום ראָזענ­בערג (וויצע־פֿאָרזיצערס), אַלכּסנדר מע­סער (קאַסירער), אַנרי קאָפּציאַק (געהילף־קאַסי­רער), אַניק פּרים־מאַרגוליס (סעקרע­טאַרשע), זשיל ראָזיע (דירעקטאָר פֿון דער מעדעם־ביבליאָטעק).