דובֿ-בער סלוצקי |
אַ פֿאָרשער, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אין 20סטן יאָרהונדערט, "שטויסט זיך אָן" געוויינטלעך אויף דעם נאָמען פֿון דובֿ-בער סלוצקי. בײַ מיר זײַנען אויך געווען ניט ווייניק "באַגעגענישן" מיט סלוצקין — בײַם פֿאָרשן אי די פֿאַר-סאָוועטישע תּקופֿה אי די געשעענישן נאָך דער רעוואָלוציע אין 1917.
למשל, ווען איך האָב געגרייט די מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַרטיקל מכּוח דעם ייִדישן דעמאָגראַף, עקאָנאָמיסט און זשורנאַליסט יעקבֿ לעשצינסקי, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז סלוצקי האָט בשעתּו אַראָפּגעפֿירט לעשצינסקין פֿון דעם "גלײַכן וועגן", פֿונעם גאַנג פֿונעם עלטערן דור. ביידע ייִדישע טוער זײַנען דאָך געבוירן געוואָרן אין דעם זעלבן שטעטל האָראָדישטש, קיִעווער געגנט. סלוצקי האָט דערזען די ליכטיקע שײַן פֿון האָראָדישטש אין 1877, לעשצינסקי — מיט אַ יאָר פֿריִער. וועגן האָראָדישטש האָט לעשצינסקי אָנגעשריבן אין 1901 זײַן ערשטע פֿאָרש-אַרבעט, אויף העברעיִש: "סטטיסטיקה של עיר אחד".
סלוצקי איז געווען דער פֿאַרפֿירער. ס׳איז באַוווּסט, אַז ער האָט געגעבן לעשצינסקין — אַ זון פֿון שטרענג-רעליגיעזע עלטערן, באַלעבאַטים פֿון אַ באַקאַליי- און גאַלאַנטעריי-קראָם — צו לייענען וועלטלעכע ליטעראַטור אויף העברעיִש. די דאָזיקע "פֿאַרפֿירערישע" לעקטור האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דעם יונגן בחור. די מיטצײַטלער האָבן שפּעטער געשריבן, אַז אַ געוויסע צײַט האָט לעשצינסקי, וואָס איז אַוועק פֿון דער היים און זיך באַזעצט אין אָדעס, געפּרוּווט רעדן מיט אַלעמען העברעיִש, אַפֿילו מיט די מענטשן, ניט-ייִדן בתוכם, וועלכע האָבן די דאָזיקע שפּראַך ניט געקענט. אין 1899 צי 1900 איז צו יעקבֿ לעשצינסקין געקומען קיין אָדעס זײַן ייִנגערער ברודער, יוסף, וואָס איז אויך געבוירן געוואָרן אין האָראָדישטש, אין יאָר 1884. אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן, בפֿרט צווישן די בונדיסטן, וועט מען יוסף לעשצינסקין קענען ווי "י. כמורנער".
דובֿ-בער סלוצקי האָט אויך געלעבט אַ געוויסע צײַט אין אָדעס. די שטאָט האָט צוגעצויגן צו זיך יונגע ייִדישע לײַט, וועלכע האָבן געוואָלט זיך אַרויסרײַסן פֿונעם שטעטלדיקן לעבן און באַקומען אַ וועלטלעכע בילדונג. אָבער סלוצקי האָט זיך שוין, אַ פּנים, אין קיין אָדעסער צי אַנדערע לערן-אַנשטאַלטן ניט געלערנט. בכלל, אַ חוץ דעם האָראָדישטשער חדר האָט ער, דאַכט זיך, אין זײַן גאַנצן לעבן קיין אַנדערע "אוניווערסיטעטן" ניט באַזוכט. אָבער ניט געקוקט אויף דעם וועט סלוצקי אין די קומענדיקע יאָרן האָבן אַ שם פֿון איינעם צווישן די סאַמע ערודירטע ייִדישע ליטעראַטן.
אין אָדעס האָט חיים-נחמן ביאַליק אויפֿגעמונטערט סלוצקין צו שרײַבן אויף העברעיִש. אין פֿאַרשיידענע העברעיִשע אויסגאַבעס האָט דער יונגער ליטעראַט געדרוקט סקיצעס און דערציילונגען. אָבער עפּעס אַן איבערבראָך איז פֿאָרגעקומען אין זײַן באַציִונג צו העברעיִש. געווען איז עס אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט, ווען צו ייִדיש האָט זיך אַ קער געטאָן אויך זײַן פֿרײַנד, יעקבֿ לעשצינסקי (כאָטש איך האָב ניט קיין דאָקומענטאַלע באַווײַזן, אַז זיי האָבן אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן אין די דאָזיקע יאָרן). סלוצקיס אַרטיקל אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "פֿרײַנד", פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 6טן (לויט דעם דעמאָלטיקן רוסישן קאַלענדאַר) אָדער דעם 19טן (לויט דעם אַלגעמיינעם קאַלענדאַר) פֿעברואַר 1905, האָט גערופֿן צום לערנען קינדער אויף ייִדיש, און ניט אויף העברעיִש צי רוסיש. די סיבה, וואָס ער האָט אָנגעוויזן, איז געווען אַ פּראַקטישע, דהײַנו: ייִדיש איז געווען די מוטער-שפּראַך פֿאַר ס׳רובֿ ייִדישע קינדער.
אין דעם יאָר, ווען מיר מערקן אָפּ דעם 100סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, איז כּדאַי איבערצולייענען דעם דאָזיקן טעקסט, ווײַל ער שפּיגלט אָפּ די אַטמאָספֿער פֿון יענער צײַט. עס ווײַזט אויך, אַז די באַציִונג צו ייִדיש האָט זיך געביטן ניט ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דער קאָנפֿערענץ, נאָר די קאָנפֿערענץ גופֿא איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דעם אידעאָלאָגישן קאָכעניש אין יענער צײַט. אַ היפּשער טייל פֿון דער אינטעליגענץ האָט דעמאָלט גענומען אָפּשאַצן די מעגלעכקייטן פֿון ייִדיש אי פֿאַר בילדונג, אי פֿאַר פּראָפּאַגאַנדע, אי פֿאַר כּלערליי נאַציאָנאַלע פּראָיעקטן.
ייִדיש!
(אַ בריוו אין רעדאַקציע)
<פֿון ד. בער [דובֿ-בער סלוצקי]
חדרים, חדרים-מתּוקנים, תּלמוד-תּורהס, "בתּי-ספֿר", אַלערליי שולן; מיליאָנען רובל גיט אויס דאָס ייִדישע פֿאָלק יאָר-יערלעך אויף קינדער-דערציִונג, אויף בילדונג; דרײַ, און אפֿשר מער, ליטעראַטורן, — און דאָך — דאָס איז אַ ביטערער פֿאַקט — וואַקסט די אומוויסנקייט, די גראָבקייט פֿון דער ייִדישער מאַסע! און גלײַך ווי מיטן ייִדישן דלות קאָנקורירט זי: איינס דאָס אַנדערע וויל איבעריאָגן...
מיט די פֿיל פּיזמונים, וואָס פֿלעגן געזונגען ווערן לכּבֿוד "דאָס גרויסע און פֿאַרשטייענדיקע פֿאָלק", איז אויך שוין אַראָפּ פֿון סצענע דער פּיזמון וועגן ייִדישע "קענטעניש", "קולטורעלקייט", "געלערנטקייט"...
וואָס זשע איז די אורזאַך [סיבה] דערפֿון?
— אָרעמקייט, אָרעמקייט! — אָט מיט די ווערטער פֿאַרשרײַט מען די אויערן און מען שלאָגט זיך אָפּ פֿון דער ביטערער פֿראַגע.
— די ניט-סיסטעמאַטישע מעטאָדע אין די חדרים! — גיבן צו אַ סך.
— די ניט-ליבע צו אונדזער הייליקער שפּראַך! — שרײַען נאָך די ליבהאָבער פֿון לשון-הקדש.
אָרעמקייט — אמת, דאָס איז ניט אָפּצולייקענען. די אָרעמקייט איז אין אַלץ שולדיק.
וואָס זשע טוען מיר? מיר זײַנען אָרעם, קבצנים — איז בײַ אונדז געלט, צײַט און ענערגיע קיין גראָשן ניט ווערט. לעבן מיר קבצניש: האַלטן אויף דרײַ-פֿיר ליטעראַטורן און קיין איינע ניט קיין רעכטע; גיבן אויס אַ ממון קורח אויף שולן און חדרים — און קיין טראָפּן וויסנשאַפֿט, קיין שטראַל ליכט פֿון זיי... פֿלײַסן זיך ווי ווײַט מיר קענען אויסגעבן אונדזער ביסל כּוח אַזוי, אַז עס זאָל ברענגען שאָדן, אין בעסטן פֿאַל — ניט ברענגען קיין נוצן.
די ניט-סיסטעמאַטישע מעטאָדע — איז דאָך ניט מסיני, מען קען עס ענדערן!
די ניט-ליבע צו העברעיִש?
שוין געקומען די צײַט צו מודה זײַן זיך אין דעם אמת.
ווי מיר זאָלן ניט פֿלײַסן זיך מיט סאָפֿיסטישע קונצן צו דערווײַזן אַז זי לעבט, אַז זי לעבט אויף, בלײַבט זי דאָך פֿאָרט אין לעבן פֿון פֿאָלק אָן אַ קעגנוואַרט, אָן אַ הײַנט!...
וואָס טוט מען ניט אום "אויפֿצולעבן" די העברעיִשע שפּראַך?
אַ גרויסן שטאַט פּריוואַט-לערער מכּל המינים; חדרים מתּוקנים, תּלמוד-תּורהס, קינדערשע ליטעראַטור, לשון-קודשדיקע ליטעראַטור און אַזוי ווײַטער, און אַזוי ווײַטער ועל כּולם — די "שׂפּה-ברורהניקעס! כּמעט אַלע קולטורעלע כּוחות פֿון פֿאָלק, די לעצטע אָנשטרענגונגען גייען אַוועק אויף דערויף — און צו וואָס פֿאַר אַ רעזולטאַט האָט די גאַנצע אַרבעט געבראַכט?
וויפֿל גייען אַרויס פֿון די חדרים מתּוקנים מיט גענויע קענטענישן און צו פֿאַרשטיין אַלע שריפֿטן — די העברעיִשע? איינער פֿון הונדערט!
וויפֿל דאַרף מען האָבן און זיך אויסצולערנען גוט פֿאַרשטיין די ייִדישע [העברעיִשע] שפּראַך? דערויף וועט יעדער אָרנטלעכער לערער בעסער שווײַגן איידער ענטפֿערן. אין אַ חדר מתּוקן מוז מען לערנען צום קאַרגסטן צוויי יאָר, כּדי צוקענען לייענען דעם "עולם-קטן". נו, און פֿון דעם "עולם-קטן" ביזן לשון פֿון ביאַליקן, מענדעלע מוכר-ספֿרים אאַ׳׳וו איז דאָך אַ גאַנצער תּהום! ניט פֿיל בעסער איז אויך מיט די פּריוואַטע שילער. איך ווייס פּראַקטיש, אַז בײַ פֿיל בעלי-בתּים (פֿאַרמעגלעכע) לערנען די קינדער (און בײַ די בעסטע לערער, נאָך דער בעסטער מעטאָדע און פֿאַר גוטן שׂכר-לימוד) יאָרנווײַז איידער זיי לערנען זיך אויס פֿאַרשטיין אַ ייִדיש [העברעיִש] ביכל. און דאָס זענען די, וועלכע לערנען יעדן טאָג... יאָרנלאַנג. צום מערסטן אָבער איז הײַנט אַרײַן אין דער מאָדע "דרײַ מאָל" אין וואָך, ד׳׳ה. דרײַ שעה אין וואָך גיט מען אָפּ לשון-הקודש. די דרײַ שעה זענען די ערגסטע, אָפּגעריסענע פֿון דער רוצײַט פֿון די שילער (איך רעד דאָ פֿון די, וואָס באַזוכן אַלגעמיינע שולן) און לרובֿ לערנען זיי זיך קוים אויס לייענען "לילדים".
צו דעם אַלעם דאַרף מען צוגעבן, אַז די פּריוואַטע שילער אין די חדרים מתּוקנים זענען לרובֿ נאָר פֿון מער אָדער ווינציקער פֿאַרמעגלעכע. דאָס רובֿ ייִדישע קינדער אָבער באַזוכן די אַלטע חדרים און תּלמוד-תּורהס און גייען אַרויס פֿון דאָרטן קאַליקעס. די לעצטע צײַט באַמערקט מען שוין, אַז אַפֿילו די דאָזיקע חדרים און תּלמוד-תּורהס ווערן אַלץ ווינציקער און ווינציקער באַזוכט פֿון די קינדער, וואָס ווערן זייער פֿרי אָפּגעריסן פֿון דער שול אַהיים — ברויט צו זוכן. לערנט אָפּ אַ ייִדיש ייִנגל אַ יאָר-צוויי אין חדר און אַבי ער קען שוין "דאַוונען" — איז אַ סוף צו זײַן לערנען. און אָט אַזוי וואַקסט די אומוויסנקייט פֿון דער מאַסע. אי זי לערנט זיך ניט אויס לשון-הקודש, אי זי ווערט אָפּגעריסן פֿון דער שפּראַך, אויף וועלכער זי דענקט, פֿילט און רעדט.
און אַז עמעצער שטעלט זיך אײַן און גיט אַ מורמל: נו, און ייִדיש?... זשאַרגאָן?...
ווערט אַ געפּילדער, אַ גוואַלד! וואָס הייסט זשאַרגאָן? דאָס איז דאָך אַ "שיפֿחה", אַ ווילדע שפּראַך, גאָר קיין שפּראַך ניט!
— רעדן דאָך כּמעט 98 פּראָצענט ייִדן ייִדיש...
— מוזן זיי פֿאַרגעסן! — רײַסן איבער די ליבהאָבער פֿון לשון-הקודש: זשאַרגאָן איז אַ שאַנדע פֿאַר אונדז, אַ גלות-שפּראַך.
ווינציקער היציקע באַרוּיִקן אײַך: זשאַרגאָן? נו, מיר נוצן אויס זשאַרגאָן אויך. מיר דרוקן בראָשורן, ווי למשל, שלום-עליכמס ציוניסטישע בראָשורן אד׳׳גל אויף פּראָסט ייִדיש, מיר האָבן אין זינען טאַקע דעם פּראָסטן עולם אויך...
"האָבן אין זינען" דעם "פּראָסטן עולם"!...
ווי ווילד קלינגען די ווערטער...
זיי, די היציקע ליבהאָבער פֿון לשון-הקודש, דערמאָנען מיך די פֿאַנאַטישע ייִדן פֿון אַ מאָל. "גלײַכער לייענען אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך איידער לשון-הקודש", האָבן זיי געזאָגט. די קינדער האָבן טאַקע געלערנט אַ פֿרעמדע שפּראַך און זיך אָפּגעריסן פֿון די ייִדן.
"גלײַכער לייענען רוסיש — זאָגן הײַנט אויך די היציקע ליבהאָבער פֿון לשון-הקודש — איידער דעם פֿאַרפֿלוכטן זשאַרגאָן". און אויב דער המון קען קיין רוסיש ניט (לשון-הקודש, זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, ווייסן זיי ניט) — "איז גלײַכער גאָר ניט לייענען"!...
און די מאַסן זינקען אין אומוויסנקייט, ווערן אָפּגעריסן ניט נאָר פֿון ייִדן, נאָר אַפֿילו פֿון מענטשן.
און דאָס איז אַלץ פֿון דער גרויסער פֿאַראַכטונג צו ייִדיש, צו אונדזער מוטער-שפּראַך. נאָך מער, צו אונדזער נאַציאָנאַלער שפּראַך, וועלכע האָט אויסגעבילדעט אירע באַזונדערקייטן, אירע אויסדרוקן און שפּריכווערטער.
און דאָס איז אַלץ, ווײַל אַפֿילו די "זשאַרגאָניסטן" קוקן אויף ייִדיש ווי אויף אַ מיטל צוצוגרייטן די ייִדן צום אויסלערנען לשון-הקודש אָדער אַן אַנדער שפּראַך. די בעסטע פֿון זיי ווילן אַרײַנטראָגן דורך איר ליכט אין דער ייִדישער מאַסע, אָבער ניט אין דעם ייִדישן הויז, אין דער ייִדישער פֿאַמיליע.
די ייִדן רעדן ייִדיש, פֿאַרשטייען ייִדיש, פֿילן ייִדיש. און כּדי אַרײַנצוטראָגן ליכט אין דעם ייִדישן הויז, מוז ייִדיש זײַן ניט נאָר אַ מיטל, נאָר אויך אַ ציל פֿאַר זיך. ווײַל בילדן אַ גאַנץ פֿאָלק, און נאָך אַזאַ אָרעם פֿאָלק ווי אונדזערס, איז נאָר מעגלעך מיט זײַן אייגענער שפּראַך. ניט דורך ייִדיש, נאָר מיט ייִדיש מוזן מיר בילדן דאָס פֿאָלק.
ייִדיש מוז זיך באַפֿרײַען פֿון דער בטלנישער אָפּעקע [פּאַטראָנאַזש]. זי [די שפּראַך] מוז שוין ניט דולדן אַזוינע קלוגע עצות ווי למשל: "שרײַבן זשאַרגאָן מיט וואָס מער לשון-הקודשדיקע ווערטער און אַזוי ביסלעכווײַז אָפּשטאַרבן צוליב לשון-הקודש, וואָס וועט פֿאַרנעמען איר אָרט"...
איך געדענק, אַז ה׳ לעווין האָט אין "וואָסטאָק" אַ מאָל פֿאָרזיכטיק, שעמענדיק אַרויסגעזאָגט אַ מיינונג, אַז עס וואָלט זייער נוצלעך געווען צו לערנען ייִדיש אין די חדרים — האָט מען אים אָנגעקוקט ווי אַ משוגענעם. איך ווייס נאָך עד-היום ניט, צי איז ער אַרויס אַ לעבעדיקער פֿון די פּענעס פֿון די ליבהאָבער פֿון לשון-הקודש.
נאָר גענוג שוין באַהעלטענישן, גענוג שוין רעדן מיט צווייערליי לשונות. שוין צײַט, אַז ייִדיש זאָל פֿאָדערן איר רעכט אָפֿן און קלאָר; ניט דינען אַ פֿרעמדער שפּראַך, ניט אויסגענוצט ווערן פֿאַר אַן אַנדער שפּראַך דאַרף זי, — זיך אַליין דינען און פֿאַר זיך אַליין אויסגענוצט מוז זי ווערן.
אונדזער פֿאָלק איז אָרעם, דערשלאָגן, אומוויסנד. עס קען זיך ניט דערלויבן אַזאַ לוקסוס ווי פֿיר-פֿינף ליטעראַטורן, זיבעצן שפּראַכן אאַ׳׳וו. ייִדיש מוז אַרויסטרעטן באַוואָפֿנט מיט ליבע צו זיך. מיטן לעבן מוז האַלטן די לעבעדיקע ייִדישע שפּראַך, מען מעג זי אַפֿילו אָנרופֿן "זשאַרגאָן"!
מיר מוזן אָנווענדן אַלע כּוחות, אַז ייִדיש זאָל ווערן געלערנט אין די חדרים, תּלמוד-תּורהס און אַזוי ווײַטער. מען מוז אַרויסגעבן לערנביכער אין ייִדיש, קינדערשע ייִדישע ליטעראַטור, ייִדישע ליטעראַטור פֿאַר דערוואַקסענע קינדער, פֿאַר ניט-אַנטוויקלטע און אַנטוויקלטע, דאָס הייסט — שאַפֿן אַ גאַנצע ליטעראַטור פֿאַר דעם גאַנצן פֿאָלק: פֿון חדר — ביז די הויך-אַנטוויקלטע. און דעמאָלט וועט בײַ אונדז ניט זײַן אַזוי פֿיל גראָבע יונגען, און דעמאָלט וועט איין ייִד פֿאַרשטיין דעם צווייטן (די קנאַפּע ייִדן, וואָס זייער מוטער-שפּראַך איז ניט ייִדיש, וועלן זיך אויסלערנען פֿאַרשטיין און רעדן ייִדיש צווישן די ייִדן אין שטוב, אין שול און אין מאַרק); דעמאָלט וועט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך אַנדערש באַציִען צו זײַן "ייִדיש"; עס וועט קענען זײַנע דיכטער און שרײַבער, און אויב זיי וועלן עס נאָר פֿאַרדינען, וועט עס זיך גרויסן מיט זיי אַזוי ווי יעדעס פֿאָלק מיט זײַנע באַרימטע שרײַבער. און דעמאָלט וועט עס אויך קענען מער שטרײַטן [קעמפֿן] מיט זײַן אָרעמקייט, מיט אַלץ וואָס שטערט אים צו לעבן. וועט עס זיך איבערקלײַבן אין אַ נײַ לאַנד, אין אַן אייגן לאַנד, וועט עס קומען אַהין מיט אַ לעבעדיקער שפּראַך, מיט א גרייטער ליטעראַטור, אָן איבעריקע אָנשטרענגונגען, מי.
— און אונדזער עבֿר?
אונדזער עבֿר איז דען נאָר אין לשון-הקודש?
נו, און די גמרא? און די מיטלעלטער-ליטעראַטור איז דאָך מערסטנטייל געשריבן אין אַראַביש... און ווער עס וועלן אויסלערנען דעם עבֿר אין מקור — דער וועט זיך קענען וויפֿל זײַן האַרץ וועט גלוסטן לערנען העברעיִש, קיינער וועט אים ניט שטערן; אַדרבא, ייִדיש אַליין וועט שטיצן אַזאַ מין חשק, דאָס וועט איר אויך ברענגען נוצן.
וועט איר זאָגן, וועגן צוקונפֿט? דוכט זיך, אַז דער שׂכל-הישר באַווײַזט, אַז עס איז פֿיל לײַכטער אונטערצוהאַלטן אַ לעבעדיקע שפּראַך, בפֿרט אַז די לעבעדיקע נייטיקט זיך ניט אין קינסטלעכע מיטלען, נאָר אין אַ געזונטן פֿאַרשטאַנד און געפֿיל!...
וועט איר זאָגן: ייִדיש קלינגט ניט שיין?
אַלטע טענות! שרײַבט נאָר גוטס — וועט ייִדיש אויך רײַך קלינגען...
פֿון ייִדישן דיקדוק איז גלאַט אַ געלעכטער צו ריידן. שוין לאַנג האָט מען דערוויזן, אויף וויפֿל עס איז נאַריש אָפּצולייקענען בײַ דער שפּראַך איר גראַמאַטיק.
וועט מען אָנווײַזן אויף דעם [ווי פֿאַרשיידן איז דער] זשאַרגאָן פֿון זיד-רוסלאַנד [דרום-רוסלאַנד] און ווײַסרוסלאַנד — איז דאָס נאָר אויף צו באַשטעטיקן דאָס, וואָס איך האָב פֿריִער געזאָגט, אַז נאָר די פֿאַראַכטונג צום זשאַרגאָן האָט עס געבראַכט דערצו — און אויך די אומוויסנקייט פֿון פֿאָלק. ווען אַ ייִנגל וועט זיך אין זײַן קינדהייט אויסלערנען לייענען און פֿאַרשטיין ייִדיש און וועט לעזן ביכער און בלעטער ייִדישע (און לייענען האָט ליב יעדער ייִד, אַבי ער קען), וועט ער ממילא געפֿינען אין דער ליטעראַטור די ווערטער, וואָס גייען אים אָפּ און וועט ניט מישן רוסיש, און פּויליש, און לשון-קודש, און ייִדיש צוזאַמען.
ייִדיש לערנט! אויב איר ווילט זײַן איין גאַנץ פֿאָלק מיט איין שפּראַך און איין ליטעראַטור, אויב איר ווילט האָבן אַ קעגנוואַרט און צוקונפֿט, אויב איר ווילט זײַן אַ געבילדעט פֿאָלק, אויב איר ווילט רעדן ווי מענטשן מיט אַן אייגענער ריינער שפּראַך...
זאָל ייִדיש ווערן בײַ יעדן פֿון אונדז אַ ציל פֿאַר זיך, זאָלן מיר זיך נעמען פֿאַרן פּראָסט ייִדיש, אויסצובעסערן עס, מאַכן עס רײַך מיט ביכער און אַרײַנפֿירן עס אין חדר, אין שול אַרײַן — אפֿשר וועט אויפֿגעהויבן ווערן אונדזער פֿאָלק פֿון זײַן איצטיקער נידעריקייט!...
ווי מיר לייענען אין זכרונות פֿון יענער צײַט, האָט די דאָזיקע פּובליקאַציע געמאַכט אַ רושם צווישן די ייִדישע אַקטיוויסטן. דובֿ-בער סלוצקי איז געוואָרן אַ שטענדיקער מחבר פֿון "פֿרײַנד". ער האָט געדרוקט זײַנע ווערק אויך אין אַנדערע אויסגאַבעס. סלוצקי איז געווען אין דער גרופּע, וועלכע האָט אין יאָר 1912 געשאַפֿן אַ ייִדישע שול אין וואַרשע. מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט אַ גרופּע ייִדישע סאָציאַליסטן געשאַפֿן אַ ייִדישע שול אין דעמיעווקע, אַ פֿאָרשטאָט פֿון קיִעוו מיט אַ געדיכטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די דאָזיקע שול איז געוואָרן "אַ מוסטער פֿאַר דער קינפֿטיקער ייִדיש-וועלטלעכער שול נישט נאָר אידעיִש, שפּראַכלעך, פּעדאַגאָגיש, נאָר אויך געזעלשאַפֿטלעך, פּאָליטיש". אַזוי האָט וועגן דער שול געשריבן חיים קאַזדאַן אינעם בוך "פֿון חדר און ׳שקאָלעס׳ ביז צישאָ" (מעקסיקע, 1956). אין דעם זעלבן בוך לייענען מיר וועגן דער וואַרשעווער שול:
"פֿון חדר און ‘שקאָלעס’ ביז צישאָ" (אויסצוג)
די דאָזיקע גרופּע [אין וועלכער ס׳איז געווען סלוצקי] האָט שוין עטלעכע יאָר געפֿירט אין וואַרשע אַן עפֿנטלעכע פּראָפּאַגאַנדע פֿאַר ייִדיש און אויך געזוכט עצות ווי אַזוי צו עפֿענען אַ קינדערהיים צי אַ שול אין דער ייִדישער שפּראַך. מען האָט שוין אַפֿילו געזאַמלט געלט אויף דעם דאָזיקן צוועק. אָבער אַ חוץ ריין-אינערלעכע מניעות איז דאָ געשטאַנען ווי אַ וואַנט די אוממעגלעכקייט צו באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון דער [צאַרישער] מאַכט אויף אַזאַ אַנשטאַלט. ייִדיש איז דאָך געווען קאַטעגאָריש פֿאַרבאָטן.
ערשט אין 1912 גיט זיך די זאַך אײַן. אין וואַרשע האָט דעמאָלט עקזיסטירט אַ חבֿרה "חינוך ילדים", וועלכע האָט אויסגעהאַלטן אַן אייגענע שול — אַ האַלב תּלמוד-תּורה, אַ האַלב "נאַטשאַלנע אוטשילישטשע", אַן אָנפֿאַנג-שול, אויף רוסיש. די פֿאַרוואַלטונג פֿון דער חבֿרה איז געלעגן אין די הענט פֿון אַסימילאַטאָרן. האָט זיך אין 1912 אײַנגעגעבן דורכצוזען פֿאַר אַ לייטער (דירעקטאָר) פֿון דער שול דעם אָרטיקן פּעדאַגאָג און ייִדישיסט ש. גילינסקי. דער לעצטער, געשטיצט דורך דער דערמאָנטער גרופּע ייִדישיסטן, האָט אין שול דורכגעפֿירט אַ שטילע רעוואָלוציע: דער ערשטער קלאַס גייט אַריבער אין גאַנצן אויף ייִדיש; שפּעטער הייבט מען אויך אָן צו לערנען אויף ייִדיש — נאַטורוויסנשאַפֿט, געאָגראַפֿיע און געשיכטע. [...] מען האָט אויך פֿאַראינטערעסירט מיט דער שול י. ל. פּרצן, און ער פֿלעגט אָפֿט אַרײַנקומען אין שול; די לערערס האַלטן מיט אים באַראַטונגען. די אַסימילאַטאָרישע פֿאַרוואַלטונג איז געווען אויסער זיך פֿאַר דער "חוצפּה" פֿונעם נײַעם דירעקטאָר; זי איז אָבער געווען אומבאַהאָלפֿן; אין מיטן לערניאָר קען מען דאָך נישט אָפּזאָגן קיין פֿאַרוואַלטער פֿון שול. דערווײַל איז די שול געוואָרן אַלץ פּאָפּולערער, האָט געוווּנען די סימפּאַטיע פֿון די עלטערן און פֿון דער לערערשאַפֿט. אויף די שפּעטערדיקע יערלעכע פֿאַרזאַמלונגען פֿון דער חבֿרה "חינוך ילדים" גיט זיך שוין אײַן אַרײַנפֿירן מער פֿאָלקסטימלעכע עלעמענטן אין דער פֿאַרוואַלטונג, און דער כאַראַקטער פֿון דער שול ווערט נישט געענדערט.
אין דער צײַט פֿון דער רעוואָלוציע האָט סלוצקי געוווינט אין קיִעוו. די שטאָט, וואָס איז געוואָרן עיר-הבירה פֿון אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע, האָט אַרום 1917 אויך גענומען שפּילן די ראָלע פֿון זייער אַ וויכטיקן צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור. דאָרטן האָבן זיך דאָך באַוויזן אי אַ מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים, אי די "קולטור-ליגע". די "קיִעווער גרופּע" ייִדישע שרײַבער האָבן פֿאַרלייגט אַ נײַע טראַדיציע אין דער ייִדישער וואָרט-שאַפֿונג. דער קיִעווער "אָלימפּ" האָט זיך אָנגעהאַלטן אין גאַנצן עטלעכע יאָר, אָבער זײַן השפּעה האָט מען געפֿילט נאָך לאַנגע יאָרן איבער דער גאַנצער ייִדישער וועלט. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אייניקע טוער זײַנען פֿאַרבליבן אין קיִעוו.
סלוצקי האָט קיין מאָל ניט געהערט צו די פּני פֿון ייִדישער קולטור. ער האָט געאַרבעט אין דער קיִעווער ייִדישער פּרעסע, זיך באַשעפֿטיקט מיט איבערזעצן אויף ייִדיש ליטעראַרישע ווערק פֿון אַנדערע שפּראַכן, דער עיקר פֿון רוסיש. ווען אוקראַיִנע איז געוואָרן סאָוועטיש, האָט ער געשריבן פֿאַר סאָוועטישע צײַטשריפֿטן. נײַע מעגלעכקייטן האָבן זיך פֿאַר אים געשאַפֿן אַ דאַנק דער אַנטוויקלונג פֿון דעם קיִעווער ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער בײַ דער אוקראַיִנישער וויסנשאַפֿט-אַקאַדעמיע. סלוצקי האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿילאָלאָגישע פֿראַגן. געזאַמלט און פֿאַרעפֿנטלעכט פּראָפֿעסיאָנעלע טערמינאָלאָגיע, למשל, פֿון ייִדישע זייגערמאַכער.
אין יענע יאָרן האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אויפֿגעטאָן זייער אַ סך, כּדי דערקלערן דעם פּראָסטן פֿאָלק די באַגריפֿן פֿון דער נײַער פּאָליטישער סיסטעם. די אַרבעטער און פּויערים, בפֿרט אַנאַלפֿאַבעטן, האָבן זיך שלעכט אָריענטירט אין דער שפּראַך פֿון די צײַטונגען און פּראָפּאַגאַנדיסטן. כּדי צו קעמפֿן מיט פּאָליטישן עם-הארצות, האָט מען אומעטום געשאַפֿן קרײַזלעך פֿאַר דערקלערן די פּראָפּאַגאַנדיסטישע מאַטעריאַלן. סלוצקי, וואָס האָט אונטערגעשריבן זײַנע ווערק ווי "ב. סלוצקי", האָט צונויפֿגעשטעלט אַ גרויסן באַנד, פֿון אַריבער טויזנט זײַטן: "לעקסיקאָן פֿון פּאָליטישע און פֿרעמד-ווערטער". דאָס בוך איז אַרויס אין 1929 אין דעם קיִעווער פֿאַרלאַג "קולטור-ליגע".
1929 איז געווען אַ שווער יאָר; אין דער געשיכטע איז עס אַרײַן ווי דאָס "איבערבראָך-יאָר". פֿון דער צײַט רעכנט מען בדרך-כּלל די סטאַליניסטישע תּקופֿה, ווײַל סטאַלין האָט צו יענער צײַט קאָנצענטרירט אין זײַנע הענט די גאַנצע מאַכט אין דער פּאַרטיי, רעגירונג, אַרמיי און רעפּרעסיווע אָרגאַנען. די באַציִונג צום געדרוקטן וואָרט איז געוואָרן אַ סך מער דאָגמאַטיש, איידער אין די פֿריִערדיקע יאָרן. אַלץ האָט געדאַרפֿט זײַן אין איינקלאַנג מיט דער גענעראַל-ליניע פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
האָבן טאַקע "וואַכיקע" קריטיקער געפֿונען אָן אַ שיעור ערנסטע פּאָליטישע "גרײַזן" אין סלוצקיס לעקסיקאָן. כּמעט דער גאַנצער טיראַזש איז ליקווידירט געוואָרן. די מאָסקווער צײַטונג "דער עמעס" האָט דערקלערט דעם 14טן יולי 1929: "אַזוי ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער ׳לעקסיקאָן׳ איז פֿול מיט גרײַזן אין אַלערליי געביטן, האָט דער פֿאַרלאַג באַשלאָסן אים ניט פֿאַרשפּרייטן, ביז ער, דער לעקסיקאָן, וועט גרינדלעך אויסגעבעסערט ווערן". אייניקע ביבליאָטעקן האָבן פֿונדעסטוועגן באַקומען קאָפּיעס. איך האָב אַליין מיט יאָרן צוריק געלייענט דעם "לעקסיקאָן" אין פּעטערבורג.
אָט ווי עס האָט וועגן דער געשיכטע אַרום סלוצקיס ווערק געשריבן אין אירע זכרונות "אויף וועגן און אומוועגן" (באַנד 3, 1982) אסתּר ראָזענטאַל-שנײַדערמאַן, וואָס האָט דעמאָלט געאַרבעט אין דעם קיִעווער אינסטיטוט פֿון ייִדישער קולטור:
"אויף וועגן און אומוועגן" (אויסצוג)
גאָר גרויס איז ... געווען דער צער און ווייטיק צו קוקן אויף דעם אַלטן דובֿ-בער סלוצקי. מיט זײַן אָדיאָזער פֿאַרגאַנגענהייט — ווי געוועזענער העברעיִשער פּובליציסט און שרײַבער, האָט ער זיך בכלל דאָ געזען ווי אויף אַ פֿרעמדער חתונה און האָט גוט געוווּסט, אַז מען טאָלערירט אים בלויז אַ דאַנק זײַן גרויסער ערודיציע און קאָלאָסאַלער אַרבעטסזאַמקייט... אוי וויי, וויפֿל פּײַן האָט דעמאָלט אַרויסגעקוקט פֿון סלוצקיס אויגן. אין יענע טעג איז ער עפּעס נאָך דאַרער געוואָרן, דאָס פּנים מער אויסגעצויגן. קוקסט אויף דעם נאָך שטילער געוואָרענעם און מער אײַנגעהאַלטענעם ווי פֿריִער מענטשן, און דו ווייסט נישט וואָס איז גרעסער בײַ אים — די שרעק פֿאַר "פּאָליטישע אויספֿירן", וואָס די נ.ק.וו.ד. קען מאַכן און אים אַרעסטירן, צי די דאגות-פּרנסה — צי וועט מען אים פֿון דער אַרבעט ניט פֿאַרטרײַבן? אָבער איינס ווייס איך אויף זיכער: סלוצקי איז איצט בײַ מיר געגליכן צו אַ פֿאַראָבֿלטן פֿאָטער, וועמען ס׳האָט געטראָפֿן אַ גרויסער אומגליק — ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן געליבט קינד, און מען מאַכט עס נאָך צו שאַנד און צו שפּאָט. זײַן לעקסיקאָן האָט בײַ אים צוגענומען אָן אַ שיעור ניט-דערשלאָפֿענע נעכט (דאָס בוך האַלט נאָך העכער טויזנט זײַטן!).
ער פֿלעגט דערציילן, אַז ווען פּונקט 12 בײַ נאַכט ווערט אויסגעלאָשן דער עלעקטרישער שטראָם, אַרבעט ער בײַ אַ נאַפֿטלאָמפּ און אין הענטשקעס, כּדי צו קענען האַלטן די פּען אין דער פֿאַרשטאַרטער האַנט. ער, דער 52־יאָריקער מאַנצביל, וואָס האָט נאָך דעמאָלט ניט געהאַט פֿאַרלייגט קיין משפּחה, האָט זיך איצט געפֿילט נאָך איינזאַמער ווי ביז איצט.
סלוצקין האָט מען ניט אַרעסטירט. דעמאָלט האָט מען עס ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק. ניט געקוקט אויף דער שאַרפֿער, אומברחמנותדיקער קריטיק, האָט ער געקענט זיך ווײַטער פֿאַרנעמען מיט אַקאַדעמישער און ליטעראַרישער טעטיקייט. פֿון צײַט צו צײַט גייען אַרויס זײַנע ליטעראַרישע ווערק. ער לעבט איבער בשלום די "רייניקונגען" אין די שרעקלעכע יאָרן — 1936–1938. בעת דער מלחמה איז ער שוין צו אַלט צו זײַן אין דער אַרמיי. צוזאַמען מיט עטלעכע אַנדערע קיִעווער ייִדישע שרײַבער עוואַקויִרט ער זיך קיין קאַזאַכסטאַן, וווּ עס שטאַרבט זײַן פֿרוי.
אין 1946 באַזעצט ער זיך אין ביראָבידזשאַן. דעמאָלט האָט די רעגירונג באַשלאָסן צו סטימולירן אַ מאַסן-איבערוואַנדערונג פֿון ייִדן קיין ביראָבידזשאַן. טויזנטער ייִדן האָבן זיך טאַקע געלאָזט אין דעם ווײַטן וועג. צווישן זיי זײַנען געווען אויך אייניקע קולטור-טוער. ווי פֿריִער, פֿאַר דער מלחמה, האָבן די גדולים פֿון סאָוועטיש-ייִדישער קולטור פֿאַרבליבן אין מאָסקווע צי אין קיִעוו, בעת אין ווײַטן מיזרח זײַנען געפֿאָרן צו באַזעצן זיך ווייניקער באַקאַנטע אינטעלעקטואַלן.
סלוצקי האָט באַקומען אַ באַשיידענע אַרבעט — ער האָט אָנגעפֿירט מיט דעם ייִדישן אָפּטייל בײַם ביראָבידזשאַנער קאַנטקענטעניש-מוזיי. גלײַכצײַטיק האָט ער געשריבן אַ ראָמאַן, "פֿאַר ערד, פֿאַר פֿרײַהייט", וועגן די געשעענישן אין די צײַטן פֿון בר-כּוכבא. זינט די שפּעטע 1930ער יאָרן און באַזונדערס בעת דער מלחמה, ווי אויך אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה, איז עס געווען אַ כּשרע, ניט קיין נאַציאָנאַליסטישע טעמע. אין 1947 האָט מען אָפּגעמערקט סלוצקיס 70־יאָריקן יוביליי. אָבער סוף 1948 האָט מען אים אַרעסטירט. דעמאָלט האָט מען "אויסגערייניקט" די קרײַזן פֿון ייִדיש-טוער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אַרעסטן אין ביראָבידזשאַן זײַנען געווען אַן עכאָ פֿון דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט און פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס.
ס׳רובֿ ביראָבידזשאַנער אינטעלעקטואַלן, וועלכע מע האָט דעמאָלט פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסות און לאַגערן, זײַנען אַרויס לעבעדיקע פֿונעם "גולאַג". סלוצקין איז עס ניט באַשערט געווען. אין 1955 איז ער געשטאָרבן אין אַ טורמע, ניט ווײַט פֿון דער סיבירער שטאָט אירקוטסק.