‫רעפּאָרטאַזשן, געשיכטע
מלך שוחט פֿאַר די חורבות פֿון דער "גאָלדענער רויז"־שיל
מלך שוחט פֿאַר די חורבות פֿון דער "גאָלדענער רויז"־שיל

צווייטער טייל — לעמבעריק

רופֿט די שטאָט ווי איר ווילט — אויף פּויליש — לוואָוו, אויף דײַטש — לעמבערג, אויף אוקראַיִניש — לוויוו, אָדער אויף ייִדיש — לעמ­בעריק — בלײַבט זי די זעלבע גאַליצישע שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אַ דאַנק דער הילף פֿון יוסף זיסעלס, אַ טשער­נאָוויץ־געבוירענער, וועלכע וווינט הײַנט אין קיִעוו און איז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "ייִדישן אייראָ־אַזאַיאַטישן קאָנגרעס", האָט אַ דע­לעגאַציע פֿון יונגע־לײַט געוואַרט אויף מיר און מײַן פֿרוי נחמה, ווען מיר זענען אַראָפּ פֿון דער באַן פֿון בודאַפּעשט. זיסעלס האָט געבעטן די דרײַ, זיי זאָלן אונדז געבן צו פֿאַרזוכן פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער שטאָט פֿון אַמאָל און הײַנט.

די באַן אַליין, וואָס האָט אונדז געפֿירט קיין לעמבעריק — איז אַ קאַפּיטל פֿאַר זיך. פֿון בודאַפּעשט ביז לעמבעריק פֿאָרט מען אַ גאַנצע נאַכט, 14 שעה, אָבער פֿאַרגעדענקט האָט זיך פֿון דער גאַנצע נסיעה דאָס, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ דער גרענעץ. דרײַ שעה איז מען דאָרטן געזעסן און געוואַרט. בײַם גרענעץ־פּונקט קומען זיך צונויף דרײַ לענדער — אונגערן, אוקראַיִנע און סלאָוואַקײַ. פֿון וואַגאָנען אָנגעקומען פֿון די דרײַ לענדער ווערט צונויפֿגעשטעלט די באַן, וואָס פֿאָרט ווײַטער אויף מיזרח ביז מאָסקווע. די אוקראַיִנישע גרענעץ־פּאָליציי, ווען זי איז אַרײַנגעקומען אין אונדזער וואַגאָן, האָט נישט געגעבן קיין שמייכל, נאָר אָנגעהויבן שרײַען אויף אונדז און מיר האָבן נישט פֿאַרשטאַנען קיין איין וואָרט. צום גליק האָט אַן אַנדער פּאַסאַזשיר, אַן אוקראַיִנישער בחור, וואָס מיר האָבן זיך מיט אים באַפֿרײַנדעט, פֿאַר אונדז אַלץ איבערגעזעצט און באַרויִקט די פּאָליציי מיט אונדזערע ענטפֿערס; ווען נישט, וואָלט מען אונדז מסתּמא אַראָפּגענומען פֿון דער באַן און אויסגעפֿרעגט אויפֿן וואָקזאַל.

די דאָזיקע חבֿרה וואָס האָבן אויף אונדז אָפּגעוואַרט אין לעמבעריק, זענען אַלע אַקטיוו אין אַ יוגנט־אָרגאַניזאַציע "טאָלערנאַץ", וואָס זיסעלס ייִדישע אָרגאַניזאַציע שטיצט. "טאָלע­ראַנץ" באַמיט זיך צו באַקענען די יוגנט אין לעמבעריק מיט די אַנדערע קולטורן אין לאַנד, און אַזוי אַרום, אָפּשוואַכן די אַלטע שׂינאה וואָס מע געפֿינט נאָך אַלץ צו "פֿרעמדע", אַפֿילו ווען די "פֿרעמדע" זענען שוין אין לאַנד הונדערטער יאָרן.

דער בנין איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער טעאַטער
דער בנין איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער טעאַטער

"טאָלעראַנץ" האָט ביוראָען אין נאָך עטלע­כע שטעט אין אוקראַיִנע און זיי טוען אַלע ענ­לעכע אַרבעט (www.tolerspace.org.ua). אין לעמבעריק האָבן זיי אַ לאָקאַל, וווּ מע קומט זיך צונויף, ווי אויך אַ זומער־קאָלאָניע, וווּ מע לערנט לידער, טענץ און אַנדערע אַספּעקטן פֿון די קולטורן. דער דירעקטאָר פֿונעם ביוראָ, הייסט סערגיי כאַראַכו, אַ געבוירענער אין קירגיסטאַן, און אַ לערער פֿון "שווערע קינדער", דאָס הייסט, יונגע־לײַט מיט סאָציאַלע פּראָבלעמען. ער און אָליאַ קאָסטיק, אַ 17־יעריקע איבערזעצערין און סטודענטקע אינעם לעמבעריקער אוניווערסיטעט, האָבן אונדז באַגריסט אויף דער באַן־סטאַנציע און מיט אונדז גיך געפֿאָרן אין שטאָט־צענטער, צו דער אַמאָליקער ייִדישער געגנט, וווּ עס האָט אויף אונדז געוואַרט מיטן פֿרישטיק, מלך שוחט, אַ פֿרומער ייִד, וועלכער היט די אַלטע "גאָלדענע רויז"־שיל אין דער ייִדישער געגנט. אַ דריטער רעפּרעזענטאַנט פֿון דער "טאָלעראַנץ"־פּראָגראַם, אָלעג ראַבינאָוויטש, אַ גוט־מוטיקער ייִדישער לערער, איז שפּעטער צוגעשטאַנען צו דער גרופּע און האָט אונדז דערציילט וועגן דער אָרטיקער ייִדישער קהילה.

די טורי־זהבֿ־שיל, מער באַקאַנט ווי די "גאָלדענע רויז"־שיל און די ט״ז־שיל, האָט מען געבויט אין 1582. לויט איין מקור, האָבן די קאַטוילישע יעזויִטן אָפּגענומען די שיל בײַ די ייִדן אין 1603, אָבער די רביצין, ראָזע, די פֿרוי פֿון הרבֿ קלמן פֿון וואָרמס, האָט געפּועלט בײַם אַרציביסקופּ צוריקצוגעבן די שיל. ווי אַ דאַנק־סימן, טראָגט די שיל איר נאָמען. לויט אַן אַנדער לעגענדע, האָט דער בויער פֿון דער שיל, נחמנאָוויטש, אויפֿגעשטעלט די שיל לזכּרון זײַן פֿרוי, ראָזע. הרבֿ דוד הלוי סגל, אויך באַקאַנט ווי דער ט״ז נאָך זײַן "ספֿר טורי זהבֿ", האָט געדאַוונט אין דער שיל, רופֿט מען זי אויך נאָך אים. ער האָט געהאַט אַ גאָר אינטערעסאַנט לעבן.

שלום־עליכם האָט געוווינט אין דעם הויז. פֿון רעכטס: אָלעג ראַבינאָוויטש, אָליע  קאָסטיק, נחמה סאָקאָלאָוו, סערגיי כאַראַכו
שלום־עליכם האָט געוווינט אין דעם הויז. פֿון רעכטס: אָלעג ראַבינאָוויטש, אָליע קאָסטיק, נחמה סאָקאָלאָוו, סערגיי כאַראַכו

ער האָט איבערגעלעבט די כמעלניצקי־פּאָגראָמען און געשריבן סליחות צו באַשרײַבן דעם נס פֿון זײַן ראַטעווען זיך; אָבער נאָך דעם ווי ער האָט זיך באַזעצט אין לעמבעריק, אין 1654 און איז געוואָרן איינער פֿון די גרעסטע רבנים אין פּוילן, זענען זײַנע צוויי זין אומגעקומען בעת די פּאָגראָמען אין דער שטאָט, אין 1664. שפּעטער האָט ער געשיקט אַ דריטן זון און שטיף־זון קיין סטאַמבול, זיי זאָלן זיך טרעפֿן מיט שבתי צבֿי. נאָכן אומ­קערן זיך צוריק האָבן זיי אָפּגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם "משיח", וואָס איז געווען אַ פּאָזיטיווער. עס זעט אויס, אַז דער ט״ז האָט אָנגענומען זייער מיינונג.

די "גאָלדענע רויז"־שיל האָבן די דײַטשן חרובֿ געמאַכט אין 1941, און הײַנט וויל מלך שוחט זי אויפֿשטעלן אַזוי ווי זי האָט אַמאָל אויסגעזען. נאָך מער — לעבן דער שיל גע­פֿינט זיך אַ צעשטערטע מיקווה, איינע פֿון די עלטסטע אין אייראָפּע, און ביז לעצטנס האָט דער שטח געהערט צו דער ייִדישער קהילה אין לעמבעריק, אָבער די איצטיקע שטאָט־רעגירונע האָט אָפּגעטאָן אַ שפּיצל, און דאָס לאַנד פֿאַרקויפֿט צו בויערס, וואָס האָבן די אַלטע ייִדישע געשיכטע אין באָד, און ווילן אויפֿבויען דאָרט נײַע בנינים.

מלך שוחט שרײַט געוואַלד און וויל די גאַנצע ייִדישע וועלט זאָל וויסן וועגן דעם סקאַנדאַל. ער טענהט, אַז דער פֿאַרקויף פֿונעם שטח איז געווען אומלעגאַל; אַז די שטאָט־רעגירונג האָט גוט געוווּסט, אַז דאָס לאַנד איז וויכטיק פֿאַר די ייִדן. ער אַרבעט פֿאַר אַן אָרגאַניזאַציע ("פֿאַרבאַנד פֿון די ראַטן פֿון די ייִדן אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד www.ucsj.com), וואָס העלפֿט די ייִדן אין לעמבעריק מיט זייערע פּראָבלען. איצט, וועט ער זיך אויך פֿאַרנעמען מיט דעם געזעצלעכן ענין. עס זעט אויס, אַז דער קאַמף צוריקצובאַקומען די מיקווה, וועט נישט זײַן קיין לײַכטער, אָבער שוחט איז גרייט צו פֿירן אַ קאַמף "פֿאַר לעבן און טויט."

סימנים פֿון ייִדישן לעבן פֿון אַמאָל
סימנים פֿון ייִדישן לעבן פֿון אַמאָל

אונדזערע וועגווײַזערס האָבן אונדז געוויזן, וואָס ס׳איז דאָ צו זען פֿון ייִדישן לעבן אין לעמבעריק. אויף עטלעכע ווענט זענען געבליבן רעשטלעך פֿון ייִדישע שילדן נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה. אויף איין גאַס האָט אָלעק אונדז דערציילט, אַז דער בנין איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער טעאַטער, האָב איך געטראַכט — אפֿשר גאָר דער באַרימטער "גימפּעלס טעאַטער", געגרינדעט אין 1889 פֿון יעקבֿ־בער גימפּעל (1840־1906)?

אַזוי ווי מע האָט נישט געטאָרט שפּילן קיין ייִדיש טעאַטער אין צאַרישן רוסלאַנד מער ווי 20 יאָר לאַנג, זענען אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און אַנדערע טרופּעס אַריבערגעפֿאָרן קיין רומעניע און גאַליציע. אין "גימפּעלס טעאַטער" האָט גאָלד­פֿאַדען געשטעלט צום ערשטן מאָל אַ צאָל וויכטיקע אָפּערעטעס זײַנע. בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן עטלעכע פֿון די "שטערן" פֿון "גימפּעלס טעאַטער", ווי לעאָן קאַליש, אַרויסגעגעבן פּלאַטעס מיט געזאַנג, איז געבליבן אַ זכר פֿון יענע יאָרן. גימפּעלס זון, עמיל גימפּעל, האָט דעם טעאַטער איבער­גענומען בײַם טאַטן אין 1906, און כאָטש די טרופּע האָט דורכגעמאַכט שווערע צײַטן אין די 1920ער יאָרן, האָט זי נאָך געשפּילט אין די 1930ער יאָרן.

נאָך אַ טאָג־לאַנגיקן שפּאַציר איז אונדזער שאָפֿער פֿון טשערנאָוויץ, לעאָניד, געקומען אונדז אָפּנעמען, און מיר האָבן זיך געזעגנט מיט אונדזערע נײַע פֿרײַנד — און הײַדאַ — צו דער בוקעווינע און איר קרוינשטאָט, טשערנאָוויץ.

Der krig tzvishn idn un ukrainer

Der krig tzvishn idn un ukrainer hot ongefangen in dem 17 yorhundert mit dem Khmelnitzki oifshtand un er hot zich noch nisht baendikt. Di ukrainer halten in ein baeren di merderer fun idn vi Khmelnitzky, Petliura un Shuhevich un in Lemberik zei hobn a "nazi" restoran vu zei zainen ongeton in natzistishe uniformen. Un di ukrainer blaibn ibertzaigt az Beilis hot dermordet dem ukrainishen ingl un getzapt zain blut. Mit ein vort, Ukraine iz nisht kein guter ort far idn.