רעצעפּטן

בײַ ייִדן, וואָס טאָרן נישט עסן צו פֿיל נאַטריום — צי דאָס איז צוליב אַ הויכן בלוטדרוק, צי אַ קראַנקייט ווי "מעניערס" — ברענגט דער יום־טובֿ שבֿועות אַרײַן שוועריקייטן. ס׳איז דאָך אַ מינהג צו עסן קעז־קוכן, און אין ס׳רובֿ קעזן איז דער פּראָצענט נאַטריום זייער הויך. אין אַ האַלב־טעפּל צוואָרעך (cottage cheese), למשל, געפֿינט זיך 430 מיליגראַם נאַטריום.

אָט איז אַ רעצעפּט פֿון אַ קעז־קוכן, געמאַכט פֿון ריקאָטאַ־קעז, וואָס אַ האַלב־טעפּל דערפֿון האָט בלויז 104 מיליגראַם נאַטריום. דער ריקאָטאַ־קעז־קוכן איז זייער גרינג צוצוגרייטן, ער איז געשמאַק, און איז אויך אַ ביסל לײַכטער ווי דער קעז־קוכן געמאַכט פֿון צוואָרעך, שמירקעז און סמעטענע, וועט עס אײַך מסתּמא זײַן גרינגער צו פֿאַרדייען.

שפּריצבוימל
4 טעפּלעך ריקאָטאַ־קעז
1 טעפּל צוקער
3 לעפֿל לימענע־זאַפֿט
2 לעפֿל מעל
1 לעפֿל צעריבענע לימענע־שאָלעכץ
2 ווײַסלעך
1 איי
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (176 צעלזיוס) און באַשפּריצט אַ בעקן מיט שפּריצבוימל.

מישט צונויף מיט אַן עלעקטרישן מישער דעם קעז, צוקער, לימענע־זאַפֿט, מעל, לימענע־שאָלעכץ, ווײַסלעך און איי. גיסט דאָס געמיש אַרײַן אינעם בעקן.

באַקט עס ביז עס סאָלידיזירט זיך — בערך 50—60 מינוט. דרייט אָפּ דעם אויוון, און לאָזט דעם קוכן אינעווייניק 30 מינוט. האַלט דעם קעזקוכן אין אײַזקאַסטן אָן אַ דעקל 3 שעה לאַנג, אָדער איבערנאַכט. נעמט עס אַרויס פֿון בעקן און באַצירט עס מיט טרוסקאַפֿקעס אָדער מאַלינעס.