פֿון רעכטס: שלום אַש, ברוך וולאַדעק און שמואל ניגער |
Credit: Forward Association |
אַרכיוון ציִען צו היסטאָריקער ווי אַ צוויט ציט צו בינען. יונגע דאָקטאָראַנטן און באַיאָרנטע געלערנטע זײַנען גרייט צו פֿאָרן זייער ווײַט און פֿאַרברענגען אַ לענגערע צײַט אין ווייניק באַקוועמע באַדינגונגען, אַבי צו האָבן אַ צוטריט צו קוואַלן פֿון היסטאָריש-וויכטיקער אינפֿאָרמאַציע. אָבער צו מאָל — זייער זעלטן — "שווימען אַרויס" אַרכיוון-מאַטעריאַלן גלײַך ווי אַליין פֿאַר זיך, ווען מע זוכט זיי אַפֿילו ניט. אַזוי איז עס געווען מיט די דאָקומענטן, וואָס אייניקע פֿון זיי וועלן ווײַטער געבראַכט ווערן. אמת, אין גאַנצן "אַליין" האָבן זיי זיך ניט באַוויזן. עס האָט זיי געבראַכט חנה פּאָלאַק, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן אַרכיוו פֿון "פֿאָרווערטס". זי האָט דערציילט, אַז צווישן די טעקעס, וואָס ווערן אָפּגעהיט אין די אײַזערנע שאַפֿעס פֿונעם אַרכיוו, געפֿינט זיך אויך אַ טעקע מיט פּאַפּירן, וואָס וואַרפֿן אַ שײַן אויף די באַציִונגען צווישן דעם שרײַבער שלום אַש און דעם שעף-רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן.
דער "פֿאָרווערטס"-אַש-קאָנפֿליקט איז ניט איין מאָל אַנאַליזירט געוואָרן. מע קען דערמאָנען, אַ שטייגער, די טיף-אויסגעפֿאָרשטע און גוט-אָנגעשריבענע אַרטיקלען פֿון אַניטע נאָריך און חנה בערלינער-פֿישטאַל, וועלכע זײַנען אַרײַן אין דעם באַנד Sholem Asch Reconsidered (2004), רעדאַגירט דורך נאַנעט סטאַל. אין דעם נײַעם נומער פֿונעם זשורנאַל "צוקונפֿט", וואָס וועט אין קורצן אַרויסגיין, ווײַזט אָן דר. אסתּר־דבֿורה קעלמאַן (פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין בראַנדײַס-אוניווערסיטעט) אויף דער וויכטיקער ראָלע, וואָס שלום אַש האָט געשפּילט אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", דהײַנו: זינט 1914, האָבן זײַנע ראָמאַנען אײַנגעפֿירט אַ נײַע, קינסטלעריש בעסערע שפּײַז פֿאַר די לייענער פֿון דער צײַטונג.
דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך געגרויסט מיט אַשן, ווײַל קיין אַנדער ייִדישער בעלעטריסט איז ניט געווען אַזוי פּאָפּולער ווי דער מחבר פֿון די ראָמאַנען (געדרוקט אין דער צײַטונג) "די שיינע מאַריע", "שלמה נגיד", "מאָטקע גנבֿ", "אָנקל מאָזעס", "קידוש-השם", "כּישוף-מאַכערין פֿון קאַסטיליען", "טויט-אורטייל", "פּעטערבורג–וואַרשע–מאָסקווע", "בײַם אָפּגרונט", "גאָטס געפֿאַנגענע", "דער תּהילים-ייִד" און "דאָס געזאַנג פֿון טאָל". אַש האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" אויך "הונדערטער דערציילונגען און אַרטיקלען ניט גערעכנט די רײַזע-באַשרײַבונגען: פֿון ארץ-ישׂראל (דרײַ רײַזעס), אַ רײַזע אין שפּאַניען, אַ רײַזע אין קאַליפֿאָרניע, אַ רײַזע אין רײַנלאַנד און אָפֿטע רײַזעס איבער פּוילן, באַריכטן פֿון קאָנגרעסן און "קאָנווענשאָנס" — אַזוי וועט אַש שפּעטער פֿאַרסך-הכּלען די פּראָדוקציע פֿון זײַן "פֿאָרווערטס"-תּקופֿה. ווי עס מאַכט זיך אָפֿט אין אַזעלכע פֿאַלן, קען מען ניט זײַן זיכער וועלכער צד האָט מער געוווּנען פֿון אַזאַ קאָאָפּעראַציע — אַש פֿון דרוקן זײַנע ווערק אין "פֿאָרווערטס", צי דער "פֿאָרווערטס" פֿון האָבן אַזאַ מחבר ווי אַש.
אָבער צו האָבן אַזאַ "שטערן" צווישן די מחברים פֿון דער צײַטונג איז געווען אויך ניט גרינג. קודם-כּל, האָט עס אָפּגעקאָסט אַ שיינע מטבע, ווײַל אַש האָט באַקומען העכערע האָנאָראַרן איידער די אַנדערע שרײַבער. דערצו נאָך האָט ער ניט שטענדיק געשריבן מיט דער גיכקייט, וואָס די רעדאַקציע האָט פֿון אים דערוואַרט. דעם 7טן אויגוסט 1925, האָט אַב. קאַהאַן געשריבן פֿון פּאַריז צו ברוך וולאַדעק, דעם הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב ווער ווייסט וועלכע טעמים, איז דער בריוו געשריבן אויף ענגליש:
Sholom Asch, who has been here quite a few days, wants his full salary (100 dollars a week), beginning July 1st. […] He has been writing a good deal of late. If he did as much regularly there certainly would be no excuse for cutting his salary down to 50 dollars and leaving it at that figure. His stuff is widely read. There is no question about that. And his name is an asset, too. So now, while he is writing at his present rate, his salary will have to be 100 dollars again. […]
I have no idea how long he will keep up his present tempo. I have every reason to believe, in fact, that he will soon flop again and we won’t get anything from his pen for a considerable time. But there will be plenty of time to consider the new situation when it confronts us. Meanwhile he must get his 100 dollars.
I understand that the Warsaw paper pays him 80 dollars a week (so he says) for the same stuff, which is one of the elements leading to certain difficulties, but I will not go into this at present.
שלום אַש, וואָס האָט דאָ פֿאַרבראַכט אַ היפּשע צאָל טעג, וויל [האָבן] זײַן פֿולן געהאַלט (100 דאָלאַר אַ וואָך), אָנהייבנדיק פֿון דעם 1טן יולי. [...] לעצטנס האָט ער געשריבן גאַנץ אַ סך. אויב ער וואָלט אַזוי פֿיל געשריבן רעגלמעסיק, וואָלט ניט געווען קיין סיבה צו פֿאַרקלענערן זײַן געהאַלט ביז 50 דאָלאַר און צו האַלטן עס אויף דעם ניוואָ. זײַן סחורה האָט אַ ברייטן לייענער. וועגן דעם זײַנען ניטאָ קיין ספֿקות. און זײַן נאָמען גיט אונדז צו אַ וואָג אויך. אַזוי אַז איצט, כּל-זמן ער שרײַבט אַזוי פֿיל, מוז זײַן געהאַלט ווידער אַ מאָל ווערן 100 דאָלאַר. [...]
איך הייב ניט אָן צו וויסן, ווי לאַנג ער קען האַלטן זײַן איצטיקן טעמפּ. אין דער אמתן, האָב איך אַ סמך צו מיינען, אַז ער וועט, ווי פֿריִער, ניט אויסהאַלטן, און מיר וועלן אַ לאַנגע צײַט ניט באַקומען גאָרנישט געשריבט מיט זײַן פּען. אָבער מיר וועלן האָבן גענוג צײַט צו באַשליסן וואָס צו טאָן אין דער נײַער סיטואַציע, ווען מיר וועלן זיך געפֿינען אין איר. דערווײַל מוז ער באַקומען זײַנע 100 דאָלאַר.
איך פֿאַרשטיי, אַז די וואַרשעווער צײַטונג צאָלט אים 80 דאָלאַר אַ וואָך (אַזוי זאָגט ער) פֿאַר דער זעלבער סחורה, און דאָס איז איינע פֿון די פֿראַגן, וועלכע שאַפֿן געוויסע שוועריקייטן, אָבער איך וויל זיך איצט ניט פֿאַרטיפֿן אין דעם ענין.
ס׳איז כּדאַי צו מאַכן צוויי באַמערקונגען צום אויסצוג פֿון קאַהאַנס בריוו. ערשטנס, די סומע — 100 דאָלאַר אַ וואָך (לויט די קאַלקולאַציעס פֿון www.eh.net, איז עס מער פֿון טויזנט דאָלאַר לויט די איצטיקע פּרײַזן). דוד בערגעלסאָן און י.י. זינגער, אויך בעלעטריסטן פֿון "פֿאָרווערטס", האָבן אין דער צײַט באַקומען צו 40 דאָלאַר אַ וואָך — וועגן דעם גייט די רייד אין דעם זעלבן בריוו. צווייטנס, ס׳איז כאַראַקטעריש, אַז קאַהאַן שרײַבט וועגן דער "נײַער סיטואַציע" ווי אַן אומפֿאַרמײַדלעכער געשעעניש. ער נוצט ניט "אויב", נאָר "ווען מיר וועלן זיך געפֿינען אין איר". מיט אַנדערע ווערטער, האָט ער שוין דעמאָלט געפֿילט, אַז די באַציִונגען מיט אַשן וועלן סוף-כּל-סוף קומען צו אַ קריזיס.
הלל ראָגאָף, וואָס איז געוואָרן דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" נאָך קאַהאַנס פּטירה אין 1951, טענהט אין זײַנע זכרונות "דער גײַסט פֿון ׳פֿאָרווערטס׳" (1954), אַז כּמות און איכות זײַנען בדרך-כּלל געווען די הויפּט-סיבות פֿאַר קאַהאַנס צוזאַמענשטויסן מיט די מחברים: "אַלע שרײַבער שרײַבן זיך אויס". לויט דער דאָזיקער לאָגיק, איז אין דעם יסוד פֿון דעם סיכסוך צווישן אַשן און קאַהאַנען אויך געלעגן דער פֿאַלנדיקער קוואַליטעט פֿון אַשס פּראָזע. ראָגאָף שרײַבט, אַז "ווען שלום אַש איז געווען אין ניו-יאָרק, אין 1935 (ער איז דאַן געקומען אויף אַ באַזוך פֿון זײַן ווילע אין פֿראַנקרײַך) האָט קאַהאַן מיט אים געהאַט אַ געשפּרעך וועגן זײַנע לעצטע ווערק און האָט אים אָפֿן געזאָגט וואָס ער טראַכט וועגן זיי. איך געדענק, אַז אַש איז נאָך דעם געשפּרעך געווען אויפֿגערעגט. ער האָט אונדז געזאָגט, אַז ער מוז וואָס שנעלער צוריקפֿאָרן, ווײַל אין אַמעריקע וועט אים ניט מעגלעך זײַן ווײַטער צו שרײַבן." לאָמיר ניט דורכלאָזן דאָ די דערמאָנונג פֿון אַשס קומען פֿון "זײַן ווילע". דעם שרײַבערס אויסערגעוויינטלעכע (לכל-הפּחות פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה) פֿינאַנציעלע הצלחה האָט תּמיד געריסן די אויגן בײַ זײַנע קאָלעגן-ליטעראַטן.
דער סאַמע ביטערער קאָנפֿליקט צווישן דעם "פֿאָרווערטס" און אַשן האָט זיך אַנטוויקלט אין 1939 און 1940. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיט אַשס ראָמאַן "דער מאַן פֿון נצרת", וואָס איז שטאַרק ניט געפֿעלן געוואָרן קאַהאַנען. עס קען זײַן אויך, אַז די באַציִונגען מיט אַשן זײַנען קאַהאַנען שוין לאַנג דערגאַנגען ביז צו דער לעבער, און די "קריסטלעכע מעשׂה" האָט אויסגעזען ווי אַ גוטער תּירוץ אָפּצורעכענען זיך מיטן "שטערן"-שרײַבער. אָבער עס קען זײַן, אַז קאַהאַן האָט באמת געהאַלטן פֿאַר נייטיק ניט אַרויסצולאָזן אַזאַ "טרייפֿע" פֿאַרטײַטשונג פֿון דער ייִדישער און קריסטלעכער געשיכטע.
הגם קאַהאַן איז געווען אין גאַנצן וועלטלעך, האָט ער געהערט צו די מיזרח-אייראָפּעיִשע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן ניט געקענט פֿאַרדײַען, ווען מענטשן האָבן געביטן זייער אמונה, בפֿרט אויב זיי האָבן עס געטאָן צוליב אָפּאָרטוניסטישע כּוונות. אין אַשס ראָמאַן האָט קאַהאַן אײַנגעזען (אַזוי האָט ער געטענהט) סימנים פֿון פֿאַרראַטן זײַן פֿאָלק דורך דערנענטערן זיך צו די קריסטן. קאַהאַן איז באַזונדערס בייז געוואָרן, ווען "דער מאַן פֿון נצרת" איז אַרויס אויף ענגליש און האָט געהאַט אַ גוואַלדיקן דערפֿאָלג.
ס׳איז וויכטיק אויך, אַז די צײַט איז געווען ניט די בעסטע פֿאַר אַזעלכע דרייסטע ליטעראַרישע עקספּערימענטן מיט דער ייִדישער און קריסטלעכער געשיכטע (יעקבֿ גלאַטשטיין האָט סאַרקאַסטיש געשריבן וועגן אַשס באַמיִונגען צו שאַפֿן אַ "פּאַפּירענע בריק פֿון פֿרידן צווישן ביידע גלויבנס"): אַרום פֿיר מיליאָן ייִדן האָבן זיך געפֿונען אויף די טעריטאָריעס, אָקופּירט דורך די דײַטשן און האָבן שוין דערפֿילט די רציחהדיקע האַנט פֿון נאַציסטן.
דער סוף איז געווען, אַז אַשן האָט מען אויפֿגעהערט צו דרוקן אין "פֿאָרווערטס". מיט אַשס רעאַקציע אויף דעם באַשלוס קען מען זיך באַקענען אין דעם שוין דערמאָנטן נומער פֿון "צוקונפֿט", וואָס דרוקט דעם פֿולן טעקסט פֿון דעם שרײַבערס ווענדונג צו דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע. אין דעם לאַנגן בריוו האָט ער, בפֿרט, געשריבן:
די לעצטע אַרויסטרעטונגען פֿון דעם רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, קעגן מיר מאַכן מײַן ווײַטערדיקע מיטאַרבעטערשאַפֿט אין "פֿאָרווערטס" אונטער די באַדינגונגען אוממעגלעך. איך וויל ניט פֿאַרלאָזן דעם "פֿאָרווערטס", דער רעדאַקטאָר אָבער צווינגט מיך, נויט מיך דערצו מיט אַלע מיטלען. ער מאַכט פּשוט אוממעגלעך מײַן מיטאַרבעטערשאַפֿט דורך די ליגנס און שמוץ, וואָס ער וואַרפֿט אויף מיר אין מײַן אייגענער צײַטונג טאָג-אײַן טאָג-אויס. וואָס פֿאַר אַ פּנים וועל איך האָבן פֿאַר די לעזער פֿון "פֿאָרווערטס" ווען איך וועל ווידער אָנהייבן צו שרײַבן נאָך דעם עפֿנטלעכן אויסשמײַסן, וואָס ער האָט מיך אויסגעשמיסן פֿאַר די לעזער? וואָס פֿאַר אַ צוטרויען קען דער לעזער האָבן צו מיר נאָך דעם ווי מײַן אייגענע צײַטונג פֿאַרשרײַט מיך אַלס אָפּנאַרער פֿון מײַנע ווערק, וואָס איך האָב געשאַפֿן אין דער צײַטונג? כּדי צו קענען שאַפֿן, דאַרף איך פֿילן, אַז מע וויל, אַז מען באַדאַרף מײַן שאַפֿן. וואָס פֿאַר אַ באַגײַסטערונג קען איך געפֿינען אין מיר צו שרײַבן נאָך דעם ווי מ׳האָט עפֿנטלעך אויסגעלאַכט, פֿאַרשעמט און באַשמוצט מײַן שרײַבן אין מײַן אייגענער צײַטונג? איך קום צו אײַך דורך דעם ווי יעדער פּשוטער אַרבעטער צו זײַן באַשיצער, די יוניאָן: שאַפֿט פֿאַר מיר אָנשטענדיקע, ערלעכע באַדינגונגען פֿאַר מײַן מיטאַרבעטערשאַפֿט אין "פֿאָרווערטס".
דער שעף-רעדאַקטאָר איז באַשטאַנען אויף זײַנעם, כאָטש דאָס האָט געמיינט אַרויסצורופֿן אומצופֿרידנקייט מצד די פֿילצאָליקע ליבהאָבער פֿון אַשס ליטעראַרישן טאַלאַנט. דעם 26סטן דעצעמבער 1940 האָט קאַהאַן אָנגעשריבן אַ קורצן בריוו צו דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע:
ווערטע גענאָסן:
איך האַלט פֿאַר נייטיק אָפֿיציעל אײַך צו מעלדן, אַז מאַנוסקריפּטן פֿון שלום אַש וועל איך ניט אָננעמען.
וואָס אָנבאַטרעפֿט די אַנדערע זײַטן פֿון דעם ענין האָבן זיי מיט מיר מער קיין שײַכות ניט.
מיט גענאָסנשאַפֿטלעכן גרוס,
אַב. קאַהאַן
די אַרכיוון-מאַטעריאַלן ווײַזן, אַז עס זײַנען טאַקע געווען "די אַנדערע זײַטן פֿון דעם ענין" און אַז מיט זיי האָבן זיך באַשעפֿטיקט ביידע צדדים — אי אַש און זײַנע אַדוואָקאַטן, אי די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע. מע האָט, אַ פּנים, געהאָפֿט, אַז דער קריזיס אין די באַציִונגען וועט זייער לאַנג ניט געדויערן און שלום אַש וועט סוף-כּל-סוף ווידער פֿאַרנעמען אַן אָרט צווישן די "פֿאָרווערטס"-מחברים. ס׳איז קלאָר, אַז אין דער פֿאַרוואַלטונג זײַנען געווען אַשס הייסע סימפּאַטיקער, וועלכע האָבן געפֿונען אַ פּשרה מיט אַשן: ער איז פֿאַרבליבן אַ "פֿאָרווערטס"-שרײַבער, כאָטש זײַנע ווערק האָבן זיך אין דער צײַטונג מער ניט באַוויזן.
אָבער אין 1942 האָט זיך דער קאָנפֿליקט ווידער פֿאַרשאַרפֿט. דעם 28סטן מײַ 1942, האָט אַ קאָמיסיע (אָדער אַ "קאָמיטעט") פֿון דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע צוגעגרייט אַ מעמאָראַנדום, געשריבן אויף אַ שפּראַך, וואָס איז זייער ווײַט פֿונעם איצטיקן נוסח (דעם אויסלייג און די פּונקטואַציע האָבן מיר מאָדערניזירט אין אַלע ציטירטע טעקסטן):
די קאָמיסיע, וועלכע האָט אונטערגעהאַנדלט מיט שלום אַש, באַריכטעט, דאָס [= אַז] זיי האָבן זיך מיט אים געטראָפֿן עטלעכע מאָל און ענדלעך האָבן זיי פֿון אים דערהאַלטן אַ בריוו, אין וועלכן ער דערקלערט, אַז ער האָט איבערגעגעבן פֿיל אַרטיקלען צו דער רעדאַקציע, וועלכע זײַנען ניט געווען געדרוקט, און אַז ער איז באַרייט [= גרייט] צו שרײַבן. ער באַקלאָגט זיך אויך, וואָס ער ווערט אומזיסט פֿאַרפֿאָלגט, און זאָגט, אַז מען באַגייט קעגן אים אַ גרויסע עוולה, אָבער ער לאָזט איבער די פֿראַגע אין גאַנצן צום פֿאַרוואַלטונגס-ראַט צו האַנדלען ווי זיי פֿאַרשטייען.
דער פֿאַרוואַלטונגס-ראַט באַטראַכט די פֿראַגע און באַשליסט, אַז די געהאַלט פֿון שלום אַש זאָל זײַן פֿון איצט אָן 40 דאָלאַר אַ וואָך ביז וואַנען די גאַנצע פֿראַגע וועט געשליפֿטעט ווערן.
דעם 2טן יוני 1942 האָט שלום אַש אַרײַנגעשיקט אַ בריוו אין דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע. אַ סבֿרא, אַז דעם בריוו האָט ער געשריבן זײַענדיק נערוועז און אָפּגעשיקט אָן איבערלייענען אים:
ליבער פֿרײַנד פֿאָרזיצענדער,
איך וויל דאָ ניט איבערחזרן די עוולה, וואָס איז באַגאַנגען קעגן מיר, וועלכע איז פֿאַר אַלעמען באַקאַנט. איך וויל נאָר זאָגן פֿאָלגנדעס: איך האָב, נישט געקוקט אויף אַלע רדיפֿות, חרמות, וואָס דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אַרויסגעלאָזט קעגן מיר אויף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטונג, מיט וועלכער איך בין געווען פֿאַרבונדן פֿערציק יאָר (דערפֿאַר ווײַל איך בין געטרײַ געבליבן און נאָכגעפֿאָלגט די אינספּיראַציע פֿון מײַן קונסט און געוויסן) [דער זאַץ איז ניט פֿאַרענדיקט געוואָרן — ג.ע.] איך האָב נישט געוואָלט זײַן דער וועלכער זאָל אָפּשנײַדן באַציִונגען מיטן "פֿאָרווערטס". איך האָב עס ניט געטאָן דערפֿאַר ווײַל איך האָב געהאָפֿט, אַז הײַנט-מאָרגן וועל איך האָבן אַ מעגלעכקייט ווײַטער פֿאָרצוזעצן מײַן ליטעראַרישע טעטיקייט אויף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטונג, אין וועלכע[ר] איך קען זאָגן איך האָב זײַט פֿערציק יאָר "געדאַוונט" פֿאַר מײַנע לעזער פֿון "פֿאָרווערטס". איך האָב זיך געפֿילט און איך פֿיל זיך נאָך מיט זיי פֿאַרבונדן און איך ווייס, אַז פּונקט אַזוי ווי איך, בענקען זיי נאָך מײַנע שריפֿטן. די האָפֿענונג האָט מיר אויך געגעבן דער פֿאָרזיצענדער פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן, ווי אויך וויכטיקע מיטגלידער פֿון "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן. איך האָב דעריבער אַראָפּגעשלונגען אַלע [ניט קלאָר אין אָריגינאַל], אויסגעהאַלטן אַלע חרמות און, דאַנקען גאָט, ניט געלאָזט זיך פֿאַרפֿירן פֿון פֿאַרצווייפֿלטע טריט, וואָס מײַנע שׂונאים זענען אויסן געווען מיך אַרײַנצוּיאָגן. איך בין אָנגעגאַנגען אויף אַלע באַדינגונגען, וואָס דער "קאָמיטעט", וועלכן דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן האָט באַשטימט צו סעטלען מיט מיר, [האָט געשטעלט], איבערלאָזנדיק די איניציאַטיוו פֿון אָפּברעכן מײַנע באַציִונגען מיטן "פֿאָרווערטס" צו זיי. עס איז [ניט קלאָר אין אָריגינאַל] פֿאַר מיר אַ נחת-רוח און אַ צופֿרידנשטעלונג, ווען די "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן האָט צוריקגעוויזן די רעקאָמענדאַציעס פֿון קאָמיטעט אָפּצורײַסן מיט מיר באַציִונגען. איך האָב געזען אין דעם אַ באַווײַז, אַז די "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן איז ניט איינפֿאַרשטאַנען [= איינשטימיק] מיט די [=דער] האַנדלונג פֿון רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" קעגן מיר — פֿאַר וועלכע[ר] איך דרוק זיי דאָ אויס מײַן טיפֿן דאַנק. איך האָב אויך עס געפֿונען פֿאַר נייטיק צו פֿאַרגעסן אין אַלע באַליידיקונגען — מוחל צו זײַן אויף [ניט קלאָר אין אָריגינאַל] און אָנצוהייבן מײַן ווײַטערדיקע ליטעראַרישע טעטיקייט אין "פֿאָרווערטס". די דערציילונג, וואָס איך האָב אַרײַנגעשיקט אין "פֿאָרווערטס", איז מיר אָן יעדע[ר] צושריפֿט צוריקגעשיקט געוואָרן. איך לאָז איבער יעדע ווײַטערדיקע אַקציע צום "פֿאָרווערטס"-אַסאָסיִיישאָן און איך בעט אײַך מיר צו לאָזן וויסן, וואָס זענען די באַציוּנגען מיטן "פֿאָרווערטס".
מיט גרויס כּבֿוד
שלום אַש
אָנהייב נאָוועמבער 1942 איז שלום אַש געווען אין שיקאַגאָ, וווּ ער האָט געגעבן דער היגער ייִדישער צײַטונג "קוריער"אַן אינטערוויו (געדרוקט דעם 4טן נאָוועמבער). בעת דעם דאָזיקן שמועס, האָט אַש זיך שאַרף אַרויסגעזאָגט וועגן אַב. קאַהאַנען. דעם 6סטן נאָוועמבער 1942, האָט דער "קוריער" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בריוו פֿון אַשן, אין וועלכן ער האָט פֿאַרפּינקטלעכט זײַן פּאָזיציע: "איך דערקלער, אַז איך האָב זיך ניט אויסגעדריקט מיט קיין וואָרט קעגן דער אינסטיטוציע פֿון ׳פֿאָרווערטס׳, פֿון וועלכער איך האַלט זיך אַלס אַ טייל. גערודפֿט און באַעוולהט ווער איך בלויז פֿון איר רעדאַקטאָר."
דער דאָזיקער אינטערוויו האָט אַרויסגעפֿירט אויף דער אייבערפֿלאַך דעם פֿאַקט, אַז דער רעלאַטיוו שטילער צײַט-אָפּשניט אין די באַציִונגען צווישן אַשן און דעם "פֿאָרווערטס" האָט זיך פֿאַרענדיקט. קאַהאַן האָט די דאָזיקע צײַט באַשריבן אַזוי ("פֿאָרווערטס", דעם 21סטן נאָוועמבער 1943): "...מיר, פֿון אונדזער זײַט, האָבן אים די גאַנצע דרײַ יאָר באַהאַנדלט אויף אַ פֿולשטענדיק ציוויליזירטן אופֿן. מיר האָבן זײַן יעזוס-פּראָפּאַגאַנדע קריטיקירט ערנסט און גרינדלעך, אָבער אימער [=תּמיד] רויִק און אָנשטענדיק, און ער האָט זיך אויך קאָנטראָלירט. פּלוצלינג האָט ער זיך צעפֿלאַקערט אויף אַ גאַנץ ווילדן שטייגער."
אין דער אמתן, איז עס געווען גאָר ניט "פּלוצלינג". דער קאָנפֿליקט צווישן אַשן און קאַהאַנען האָט זיך ווידער צעפֿלאַקערט אין דער צײַט, ווען אַש איז אַקטיוו געוואָרן אין דעם קאָמיטעט פֿון ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און וויסנשאַפֿטלער. דער דאָזיקער קאָמיטעט איז געוואָרן דער אַמעריקאַנער שותּף פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. בראָש פֿון דעם אַמעריקאַנער קאָמיטעט זײַנען געשטאַנען אַלבערט אײַנשטיין און חיים זשיטלאָווסקי. אַש איז אויך געוואָרן אַ צענטראַלע פּערזענלעכקייט אין דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע איז געווען ניט צום האַרצן דעם אומקאָמפּראָמיסלעכן אַנטי-סאָוועטישן "פֿאָרווערטס".
די אַמעריקאַנער ייִדישע באַפֿעלקערונג און אירע אינסטיטוציעס האָבן פֿאַרנומען פֿאַרשיידענע פּאָזיציעס לגבי די בעסטע וועגן פֿון רעאַגירן אויפֿן חורבן און אויף קאָאָפּעראַציע מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די פּאָזיציעס פֿון "פֿאָרווערטס" און פֿון דעם פֿון קאָמיטעט פֿון ייִדישע שרײַבער, קינסטלער און וויסנשאַפֿטלער זײַנען געווען אַנטאַגאָניסטישע. וואָס ווײַטער איז אַלץ שווערער געווען צו צאָלן אַ געהאַלט דעם שרײַבער און טוער, וואָס זײַן געזעלשאַפֿטלעכע ראָלע איז געווען דערווידער די אידעאָלאָגן פֿון דער "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה.
דעם 3טן יוני 1943 האָט אַלכּסנדר קאַהן, דער דעמאָלטיקער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס", געשריבן צו אַשן:
Dear Ash:
The Forward Association was obliged to take up the matter of your connection with our Editorial Department. It is close to four years since any of your articles appeared in the Forward, and, according to recent developments, there seems to be no prospect of any change in the situation.
During this time, you have received about three years of full salary. The Forward Association, therefore, decided to sever your connections with Editorial Staff, and allow you three additional months of your present salary, for which you will find a check enclosed herewith.
Sincerely yours
General Manager
Alexander Kahn
טײַערער אַש:
די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע האָט געמוזט זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין דעם ענין פֿון אײַער פֿאַרבינדונג מיט אונדזער רעדאַקציע. עס זײַנען אַדורך כּמעט פֿיר יאָר זינט אײַערע אַרטיקלען האָבן אויפֿגעהערט זיך באַווײַזן אין "פֿאָרווערטס", און, וועדליק די לעצטע געשעענישן, זעט מען אַז ס׳איז ניטאָ קיין אויסזיכט אויף אַ שינוי אין דעם דאָזיקן מצבֿ.
אין משך פֿון דער צײַט, האָט איר באַקומען אַרום דרײַ יאָר פֿון פֿולן געהאַלט און, בערך אַ יאָר, אַ העלפֿט פֿון דעם געהאַלט. דערפֿאַר האָט די "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע באַשלאָסן איבערצורײַסן אײַערע פֿאַרבינדונגען מיט דער רעדאַקציע און אויסצוצאָלן אײַך דרײַ צוגאָב-חדשים פֿון אײַער איצטיקן געהאַלט, פֿאַר וועלכן איר וועט געפֿינען אַ בײַגעלייגטן טשעק.
מיט דרך-ארץ אײַער
הויפּט-פֿאַרוואַלטער
אַלכּסנדר קאַהן
צווישן די שורות קען מען לייענען: כּל-זמן דו ביסט געזעסן שטיל, האָבן מיר דיר געצאָלט; איצט, ווען דו שווײַגסט מער ניט, מוזן מיר דיך באַזײַטיקן. שלום אַשס אַדוואָקאַט האָט אַ פּרוּוו געטאָן עפּעס אויספּועלן בײַם "פֿאָרווערטס". אָבער פֿון דעם איז גאָרנישט ניט אַרויס, ווײַל דער שרײַבער האָט ניט געהאַט קיין ריכטיקן קאָנטראַקט מיט דער צײַטונג. אין די יאָרן פֿון באַקומען דעם געהאַלט פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אַש ניט געדרוקט זײַנע ווערק אין קיין קאָנקורירנדיקע צײַטונגען. אַזאַ איז געווען דער תּנאַי — אַ געשריבענער צי ניט-געשריבענער (מיר האָבן אַזעלכע פּאַפּירן ניט געזען) — פֿאָרמולירט מצד דעם "פֿאָרווערטס".
דער סוף איז זייער גוט באַוווּסט: אַ באַזײַטיקטער פֿון "פֿאָרווערטס", האָט שלום אַש אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט", וואָס איז תּמיד געווען דער הויפּט-שׂונא פֿון "פֿאָרווערטס" אין דער וועלט פֿון ייִדישן זשורנאַליזם. דאָס האָט ניט געהייסן, אַז אַש איז געוואָרן אַ קאָמוניסטן צי אַ "מיטלויפֿער" פֿון קאָמוניסטן. ער האָט ניט געהאַט קיין אַנדער ברירה, ווײַל קיין אַנדער טעגלעכע צײַטונג וואָלט אים, בלי-ספֿק, ניט גענומען, אַפֿילו אויף צולהכעיס דעם "פֿאָרווערטס". פֿאַר די פֿרומע ("מאָרגן-זשורנאַל") איז ער געווען טרייף. פֿאַר די עסטעטן ("דער טאָג") איז ער געווען צו נאָענט צו אַ שונד-שרײַבער.
דעם 4טן אָקטאָבער 1943, האָט די קאָמוניסטישע צײַטונג געשריבן אין איר עדיטאָריאַל "שלום אַש אין דער ׳מאָרגן-פֿרײַהייט׳":
דאָס אַרײַנטרעטן פֿון שלום אַשן אין דער "מאָרגן-פֿרײַהייט", ווי איר שטענדיקער מיטאַרבעטער, איז אַ פּאַסירונג אין ייִדישן לעבן, וואָס גייט ווײַט אויסער די קרײַזן פֿון די צענדליקער טויזנטער לייענער פֿון דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" און זייערע פֿאַמיליעס. [...]
שלום אַש איז איינער פֿון די גרעסטע שרײַבער, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿאַרמאָגט. ער איז דער באַקאַנטסטער ייִדישער שרײַבער אין דער וועלט-ליטעראַטור. ער האָט גרויסע מאַסן לייענער אין פֿיל שפּראַכן. ער איז אַ וויכטיקע פֿיגור אין דעם ייִדישן לעבן אין דעם איצטיקן מאָמענט. טויזנטער ייִדן קומען אים הערן און זײַן וואָרט אין קאַמף קעגן פֿאַשיזם קריגט אַן אָפּקלאַנג אין די הערצער פֿון די ייִדישע מאַסן. אָבער אין דער זעלביקער צײַט איז שלום אַש, וועלכער איז אין משך פֿון צענדליקער יאָרן אַזוי ברייט געלייענט געוואָרן פֿון ייִדישן עולם אין אַמעריקע, אין פּוילן און אַנדערע לענדער, געבליבן אָן אַ טעגלעכער ייִדישער צײַטונג וווּ זיך צו דרוקן. זינט שלום אַש האָט איבערגעריסן זײַנע פֿאַרבינדונגען מיטן "פֿאָרווערטס", וווּ ער איז געווען אַ מיטאַרבעטער אין פֿאַרלויף פֿון אַ סך יאָרן, האָט דער ייִדישער לייענער פֿאַרלוירן די מעגלעכקייט צו לייענען שלום אַשס קינסטלערישע שאַפֿונגען — אין ייִדיש, אין דער שפּראַך, אין וועלכער זיי ווערן געשריבן. [...]
שלום אַש האָט אין זײַן בריוו צו דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" דערמאָנט, אַז ער טרעט אַרײַן אין דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" מיט דער פֿאַרשטענדיקונג, אַז ער וועט האָבן די מעגלעכקייט פֿרײַ אויסצודריקן זײַנע מיינונגען. דאָס איז זעלבסטפֿאַרשטענדלעך. דאָס איז באַוואָרנט געוואָרן אין דער דעקלאַראַציע פֿון דער "מאָרגן-פֿרײַהייט"-אַסאָסיִיישאָן בײַ איר גרינדונג אין אָנהייב פֿון הײַנטיקן יאָר.
און ווײַטער איז געבראַכט געוואָרן אַ ציטאַט פֿון דער דעקלאַראַציע, וועלכע איז געווען אָפּגעדרוקט אין דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" דעם 24סטן יאַנואַר 1943. דורך שאַפֿן אַזאַ אַסאָציאַציע האָבן די קאָמוניסטן געפּרוּווט בײַטן דעם אימאַזש פֿון זייער צײַטונג — צו ווײַזן, אַז זי איז כּלומרשט שוין ניט געווען קיין אָרגאַן פֿון דער פּאַרטיי, נאָר האָט פֿאַראייניקט פֿאַרשיידענע ייִדישע לײַט פֿון לינקע איבערצײַגונגען, אָדער — ווי מע האָט געשריבן אין דער צײַטונג — "פֿון אַלע ייִדישע אַנטי-פֿאַשיסטן, פֿון אַלע ריכטונגען". שלום אַש, וואָס איז קיין מאָל ניט געווען פֿאַרבונדן מיט קאָמוניסטן, האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן אַזאַ כּמו-אומפּאַרטיייִשע געשטאַלט.
אין דעם זעלבן יאָר איז אַש געווען אַ צענטראַלע פֿיגור בײַם אויפֿנעמען די סאָוועטישע דעלעגאַציע — שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער, וועלכע האָבן פֿאָרגעשטעלט דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. בכלל, אין משך פֿון אַריבער זיבן יאָר איז ער פֿאַרבליבן אַסאָציִיִרט מיט "מאָרגן-פֿרײַהייט". אָבער דאָס איז שוין גאָר אַן אַנדער געשיכטע, וועלכע עס האָט, דאַכט זיך, נאָך קיינער ווי עס דאַרף צו זײַן ניט באַשריבן.