פּאָליטיק

איך לאָז זיך אײַנרעדן, לכל-הפּחות פֿון מאָל צו מאָל. מיט אַ יאָר זיבן צוריק האָט מיך אַן איטאַליענער גנבֿ אײַנגערעדט צו קויפֿן דרײַ לעדערנע זשאַקעטן. ער האָט מיך אָפּגעשטעלט אויף אַ לאָנדאָנער גאַס און פֿאַרדרייט מיר דעם קאָפּ. האָב איך גע­גלייבט, אַז איך האָב אַרויסגעכאַפּט אַ מציאה — פֿאַר זיך, פֿאַרן זון און פֿאַרן איידעם. דער סוף איז געווען, אַז קיינער האָט עס ניט געטראָגן, ווײַל ס׳איז געמאַכט גע­וואָרן ניט פֿון לעדער, נאָר פֿון עפּעס אַ ביליקן פּלאַסטיק. מײַן ווײַב האָט מיר דע­מאָלט גאָר­נישט ניט געזאָגט, אָבער איך האָב אַלץ געקענט איבער­לייענען בײַ איר אויפֿן פּנים.

איך האָב אַ חשד, אַז אַ דורכגעטריבענער גנבֿ קוקט אויף מײַן פּנים און זעט, אַז ס׳איז שטייט דאָרטן געשריבן: "דער מענטש לאָזט זיך אײַנרעדן". פֿאַר וואָס מיין איך אַזוי? ווײַל אַנדערע איטאַליענישע גנבֿים האָבן מיר שפּעטער צוויי מאָל פֿאָרגעלייגט "לעדערנע" זשאַקעטן — מיט אַ יאָר פֿינף צוריק אין בערלין און מיט אַ יאָר דרײַ צוריק אין ניו-יאָרק. און דאָ דאַרף איך זיך אַ ביסל ריינוואַשן: איך קען זײַן נאַיִוו, אָבער קיין טיפּש בין איך, אַ פּנים, ניט. יעדנפֿאַלס, ניט אין בערלין און ניט אין ניו-יאָרק האָב איך מער קיין זשאַקעטן ניט געקויפֿט.

ווען די רייד גייט וועגן נעמען אַ הלוואה אויף צו קויפֿן אַ הויז, בין איך גאָר ניט נאַיִוו. איך לייען די קליינע אותיות, און נאָך בעסער טוט עס מײַן ווײַב. קיין הויכע מאַטעמאַטיק איז עס ניט, מע דאַרף נאָר קענען רעכענען: חיבור, חיסור, כּפֿל, חילוק. עס דאַרף ניט לאַנג געדויערן צו פֿאַרשטיין, צי מע קען עס זיך דערלויבן צי ניט. אָבער מענטשן טוען זאַכן, וועלכע עס ווילט זיך טאָן, אַפֿילו ווען מע ווייסט, אַז דאָס קען זיך פֿאַרענדיקן מיט אַ קאַטאַסטראָפֿע. פֿון אַזאַ פּסיכאָלאָגיע האָבן זיך, בפֿרט, גענומען מיליאָנען לײַט, וואָס זוכן איצט אַן אויסוועג פֿאַר זייערע "סאַבפּרײַם"-הלוואָות.

די גאַנצע מעשׂה, וואָס האָט שוין היפּש צעטרייסלט די וועלט-עקאָנאָמיע, שטאַמט, ווי איך פֿאַרשטיי, פֿון אַן עקסטרעמאַלן צוגאַנג צו קאַפּיטאַליזם. ס׳איז אַ פֿילאָסאָפֿיע, וואָס לערנט, אַז מע דאַרף העלפֿן דער באַפֿעלקערונג צו פֿאַרדינען געלט, און מענטשן וועלן אַליין געפֿינען וווּהין די געלטער אַרײַנצולייגן. אין אַמעריקע זײַנען אין די לעצטע יאָרן געווען באַזונדערס גינ­ציקע באַדינגונגען פֿאַר אַזאַ מין פּראַקטיק. די שטײַערן זײַנען געווען רעלאַטיוו נידעריק און די בענק האָבן געגעבן הלוואָות מיט אַ נידעריקן פּראָצענט. די גאַנצע אַטמאָספֿער האָט סטימולירט צו קויפֿן דירות און הײַזער, וועלכע האָבן געהאַלטן אין ווערן אַלץ טײַערער און טײַערער.

זײַנען מענטשן געקראָכן פֿון דער הויט, אַבי צו קויפֿן אַ הויז. די אידעע איז געווען אַ פּשוטע: אַפֿילו אויב איך האָב איצט קוים-קוים אַ מעגלעכקייט אויסצוצאָלן די הלוואה, וועט דאָס הויז ווערן טײַערער און כ׳וועל סײַ-ווי-סײַ זיך אויסדרייען. די הלוואָות האָט מען צוגעפּאַסט צו אָט דער פּסיכאָלאָגיע: נעם עס אויף צוויי יאָר מיט אַ נידעריקן פּראָצענט, שפּעטער וועט עס ווערן העכער, אָבער די וואַקסנדיקע פּרײַז פֿונעם הויז וועט עס אַזוי אָדער אַנדערש קאָמפּענסירן. הקיצור, די צוקונפֿט איז ליכטיק, און לאָמיר ניט טראַכטן, וואָס מאָרגן וועט זײַן. אַזוי האָט זיך געבויט אַ קלאַסישע פֿינאַנציעלע פּיראַמיד, וואָס דער סוף פֿון איר איז תּמיד דער זעלבער.

דעם 17טן מאַרץ איז געשטאָרבן דער ביליאָנער ראָלאַנד אַרנאָל (Roland Arnall), אַ פּיאָנער פֿון סאַבפּרײַם-הלוואָות אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ער איז געבוירן גע­וואָרן אין פּאַריז אין 1939 אין אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער משפּחה, וואָס האָט איבערגעלעבט די צווייטע וועלט-מלחמה אין אַ דאָרף, מאַכנדיק דעם אָנשטעל, אַז זיי זײַנען קריסטן. זינט 1953 האָבן זיי געוווינט אין צפֿון-אַמעריקע — תּחילת אין קאַנאַדע און שפּעטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אַ פֿעיִקער אונטערנעמער, איז ראָלאַנד אַרנאָל סוף-כּל-סוף אַרײַן אין דער ליגע פֿון די רײַכסטע אַמעריקאַנער. זײַן קאָמפּאַניע "אַמערקוועסט מאָרטגיידזש" האָט זייער אַגרעסיוו פֿאַרקויפֿט הלוואָות, בפֿרט די קונים וואָס האָבן, אין דער רעאַלקייט, ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט אויסצוצאָלן אַזעלכע סומעס געלט. אין 2006, האָט מען אַרנאָלס קאָמפּאַניע אין 49 שטאַטן באַשול­דיקט אין פֿאַרנאַרן מענטשן אין געפֿער­לעכע פֿינאַנציעלע פּאַסטקעס. "אַמערק­וועסט מאָר­טגיידזש" האָט געמוזט אויס­צאָלן 325 מיליאָן דאָלאַר און איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם מאַרק. ביז דער ענין האָט זיך ניט פֿאַרענדיקט, האָט אַרנאָל — אַ הייסער שטיצער פֿון דער בוש-אַדמי­ניסטראַציע (און איינער פֿון די ברייטהאַר­ציקסטער ספּאָנסאָרן בעת דער וואַל-קאַמפּאַניע) — ניט געקענט פֿאַרנעמען די שטעלע פֿונעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין האָלאַנד.

פּראָצענטניקעס זײַנען שטענדיק געווען נעגאַטיווע העלדן אין דער ייִדישער ליטע­ראַטור. ראָלאַנד אַרנאָל האָט געפּרוּווט אויסזען אַנדערש. ער האָט געגעבן מיליאָ­נען אויף כּלערליי ייִדישע און ניט-ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע אַקציעס. און דאָך, זע איך ניט קיין גרויסן אונטערשייד צווישן פֿאַרקויפֿן פֿאַלשע לעדערנע זשאַקעטן און אַרײַננאַרן אין געפֿערלעכע פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס. נאָך מער: אַ זשאַקעט קאָסט ניט קיין סך און קען ניט רויִנירן אַ מענטשן, בעת אַ הלוואה קען חרובֿ מאַכן אַ גאַנצע משפּחה.