- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך האָב זיך זייער דערפֿרייט, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון מאָסקווע אַ נײַ רוסיש בוך "פּאָעזיע און פּאָעטיק פֿון אַ שטאָט Поэзия и поэтика города: Wilno — ווילנע — Vilnius", וואָס איז דערשינען אין אַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג. וואָס שייך "ןן" אויפֿן אָרט פֿון "וו", האָב איך זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערט אין די ייִדישע אותיות — אַזוי שטייט עס טאַקע געשריבן אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע: "ןןילנע". נאָך מער: דער דאָזיקער דרוק־פֿעלער אַנטפּלעקט, ממש אויף אַ פֿרוידיאַנישן אופֿן, די פּראָבלעם פֿון אָט דער מאָנאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן וואַלענטינאַ בריִאָ, אַ געוועזענע ווילנער אײַנוווינערין און הײַנט אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, דעם 28סטן יאַנואַר 1994, האָט הלל האַלקין, דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט און פֿילאָלאָג, אַנטפּלעקט אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" אַ שטיקל סענסאַציע, דהײַנו: אַז מוסטאַפֿאַ קעפֿאַל אַטאַטורק (1881—1938), דער טאַטע פֿון דער מאָדערנער טערקישער מלוכה אויפֿגעבויט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן אויף די חורבֿות פֿון דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, איז, משמעות, געווען אַ ייִד, אָדער כּמעט אַ ייִד. ס'איז גוט באַוווּסט, אַז אַב. קאַהאַן, דער גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ גרויסער רוסאָפֿיל. ער האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט אין זײַנע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. למשל, דעם 2טן יאַנואַר 1921 האָט ער געלויבט "די רוסישע אָפֿנהאַרציקייט און די רוסישע פֿעיִקייט זיך אָפּצורופֿן אויף דעם רוף פֿון יושר". דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך תּמיד פּראָבלעמען מיט אַרויסזאָגונגען פֿון אַזאַ סאָרט, ווײַל אין זיי ליגט באַגראָבן עפּעס אַ פֿאַרגלײַך, דהײַנו: מענטשן פֿון אַזאַ פֿאָלק רופֿן זיך אָפּ בעסער ווי מענטשן פֿון אַן אַנדער פֿאָלק. דעם 20סטן דעצעמבער איז אין עלטער פֿון 92 יאָר געשטאָרבן די באַוווּסטע סאָוועטישע באַלערינע אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ. פֿון איר האָט אַ וועלט געהאַלטן סטאַלין, ס׳איז אַפֿילו ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי איז געווען זײַן קאָכאַנקע. וועגן דעם האָט מען, יעדנפֿאַלס, גערעדט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דיקטאַטאָר האָט זי ממש באַשאָטן מיט פֿאַרשיידענע באַלוינונגען. לעפּעשינסקאַיאַ האָט געהאַט דרײַ מענער. איר ערשטער מאַן איז געווען דער קינאָ-רעזשיסאָר איליאַ טראַובערג. אין די 1940ער און אין די פֿריִע 1950ער יאָרן האָט זי געהאַט אַן אַנדער ייִדישן מאַן — דעם גענעראַל-לייטענאַנט לעאָניד רײַכמאַן (1908—1990). דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ ריזיקער לייענקרײַז. ניט צופֿעליק האָבן מיר אין אונדזער שפּראַך דעם פּלאָנטער מיטן וואָרט "שול" — איז עס אַן אָרט, וווּ מע דאַוונט, צי עס איז אַן אָרט וווּ מע לערנט (לייענט)? די סאָציאַליסטישע טעטיקייט צווישן ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צום סוף פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אויך טיילווײַז אויסגעזען ווי אַ לייענקרײַז: אַן אינטעליגענטער מאַנצביל צי אַן אינטעליגענטע פֿרוי פֿלעגט קומען צו אַ גרופּע אַרבעטער, אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן צעטיילן זיך אויף עטלעכע קאַטעגאָריעס. עס זײַנען דאָ גרויסע יאַרידן, מיט הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער אָנטיילנעמער. איך האַלט ניט פֿון אַזעלכע צונויפֿקומענישן, מחמת זיי האָבן מער צו טאָן מיט אַקאַדעמישער פּאָליטיק צי אַקאַדעמישן סאָציאַלן לעבן איידער מיט וויסנשאַפֿט גופֿא. אַ סך בעסער — יעדנפֿאַלס נאָך מײַן געשמאַק נאָך — זײַנען קלענערע, "געמיטלעכע" קאָנפֿערענצן, פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז דער "פֿאָרווערטס" ניט געווען קיין "נאָרמאַלע צײַטונג" — דאָס הייסט אַ צײַטונג, וואָס ציט צו דעם לייענער נאָר דורך דעם אינהאַלט און אויסזען פֿון די פּובליקאַציעס. צו זײַן אַ לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אָפֿט מאָל געמיינט אויך אַ מיטגלידערשאַפֿט. די סאָציאַלע באַזע פֿאַר דער צײַטונג האָבן געשאַפֿן די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, יוניאָנס. דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין געשריבן וועגן דער אויסשטעלונג "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועט-רוסלאַנד", וואָס מע קען איצט זען אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן מוזיי. אָבער איך האָב דערווײַל איבערגעלייענט אויך אַן אַרטיקל אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 7טן נאָוועמבער — צופֿעליק אין דעם יאָרטאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע), געווידמעט דער דאָזיקער אויסשטעלונג. שמעון דובנאָוו, דער ייִדישער היסטאָריקער און פּאָליטישער טעאָרעטיקער, האָט געשריבן אין זײַנע זכרונות (אויף רוסיש) וועגן דער בערלינער תּקופֿה פֿון זײַן לעבן, ווי ער האָט אין מאַרץ 1926 זיך דערלויבט אָפּצורוען נאָר אַ וואָך-צײַט ניט ווײַט פֿון בערלין. "אין פֿיכטענגרונד, וווּ כ׳פֿלעג — אין דער איבערגאַנג צײַט צווישן ווינטער און וועסנע — פֿירן שמועסן מיטן וואַלד. בעת מײַן שפּאַצירן האָט מיך דאָרטן באַגלייט דער יונגער בעלעטריסט שמואל לעווין, וועלכער האָט מיר געלייענט, אויף אַ פּויליש-אַקצענטירטן ייִדיש, זײַנע דראַמעס און ראָמאַנען פֿון חסידישן לעבן. אַ מאָדנע וואָך איז בײַ מיר געווען. מאָנטיק האָב איך אָפּגעלערנט די קלאַסן אין ניו-יאָרק און זיך גלײַך געלאָזט אין וועג אַרײַן — קיין פּאַריז. עס קלינגט — און עס איז — באַקוועם: צען אַזייגער אויף דער נאַכט פֿליסטו אַרויס, און אין דער פֿרי ביסטו שוין אויפֿן אָרט. אָבער די נאַכט דאַרף מען דאָך אויך איבערלעבן. זיצנדיקערהייט קען איך ניט שלאָפֿן מער פֿון פֿיר שעה. מאַכט טאַקע אַזאַ נאַכט-נסיעה מיד, בפֿרט נאָך אַז די ייִנגלשע כּוחות זײַנען פֿאַרבליבן אין פֿאָריקן יאָרהונדערט. מיט פֿערציק יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע אויפֿלאַגע פֿון אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן ענגליש-ייִדיש ייִדיש-ענגליש ווערטערבוך". דאָס ווערטערבוך הערט ניט אויף צו דינען ווי דער וויכטיקסטער לעקסיקאָגראַפֿישער אינסטרומענט בײַם לערנען ייִדיש אין ענגליש-שפּראַכיקע און ענגליש-קענענדיקע קרײַזן, און פֿאַר דעם זאָל עס גערימט און געקרוינט זײַן. אָבער גלײַכצײַטיק האָט עס אַרײַנגעלייגט אונדזער שפּראַך אין אַ סדום-בעטל — הונדערטער צי אַפֿילו טויזנטער מענטשן רעדן איצט די ווערטערבוך-שפּראַך, האָט איר, אפֿשר, באַמערקט אַזאַ פֿענאָמען: אַן ערנסט בוך, וואָס האָט אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש (למשל, אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אַ באַקאַנטן ייִדישן שרײַבער), באַמערקט מען, בדרך-כּלל, ניט אַפֿילו אין דער ייִדישער (דאָס הייסט, "דזשויִש") פּעריאָדיק. אָבער ווען עס באַווײַזט זיך אַ בוך פֿון ייִדישע וויצן (ייִדיש איז דאָך funny!), צי אַ בוך, וווּ ייִדיש ווערט אויסגענוצט בלויז ווי אַ מין טעאַטער-דעקאָראַציע, — אַזאַ סחורה ווערט גלײַך אונטערגעכאַפּט, אַרומגערעדט און געלויבט. |