- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האַלטן איצט בײַם לעצטן נומער פֿונעם אָפּלויפֿנדיקן יאָר, און טרעטן איבער די שוועל פֿון אונדזער 112טן יאָרגאַנג. אין אַזעלכע מאָמענטן פֿילט זיך באַזונדערס שאַרף דער גאַנג פֿון צײַט. אָבער מיר גייען נישט דאָ מאַכן קיין סך־הכּלען, כאָטש אומקוקן זיך אויפֿן דורכגעמאַכטן איז תּמיד כּדאַי — ס‘איז דאָ מיט וואָס זיך צו באַרימען און וואָס צו פֿאַרריכטן. דאָס וויכטיקסטע איז — מיר זײַנען אין שפּאַן און אין גאַנג. ווען דער פּראָמינענטער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿינאַנציסט מײַקל מילקען איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שווינדלערײַ אין 1989, איז עס געווען אַ מיאוסער מאָמענט פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער געליטן דערפֿון האָבן זיי נישט. פֿאַרקערט, די "מילקען־פֿונדאַציע" איז דווקא געווען, און איז נאָך הײַנט אויך אַ שטיצער פֿון אַ צאָל ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס. פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג. איינער פֿון די הויפּט-אונטערשיידן צווישן אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם און אַ סיסטעם, וועלכע מאַכט נאָר אַן אָנשטעל פֿון זײַן אַ דעמאָקראַטישע, באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, דעם בירגער, און די צווייטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס שטייען בײַם רודער פֿון דער מלוכה. די סאָוועטישע "דעמאָקראַטיע" האָט געאַרבעט לויט דעם צווייטן פּרינציפּ, ווײַל פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט דער מענטש קיין ווערט ניט געהאַט. "ויהי מקץ שנתים ימים", נאָך צוויי יאָר, וואָס יוסף איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה געזען אַ חלום. ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און פֿונעם וואַסער זײַנען אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע קי האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט ער דערזען נאָך אַ חלום, ווי זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע.
דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
...
ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
באָריס פֿרעזינסקיס נאָמען איז גוט באַקאַנט אין דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זײַן טעמע איז די רוסישע קולטור־געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — בפֿרט, שרײַבער אין קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן סאַמע באַליבטסטער ליטעראַרישער זשאַנער איז זכרונות, וווּ ער זוכט פּרטים, וועלכע אַנטפּלעקן די צוזאַמענווירקונג צווישן דיכטונג און ווירקלעכקייט. פֿרעזינסקי האָט זיך קונה־שם געהאַט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון איליאַ ערענבורג און פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "סעראַפּיאָנס־ברידער", וואָס האָט געבליט אין די 1920ער יאָרן. דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ ריזיקער לייענקרײַז. ניט צופֿעליק האָבן מיר אין אונדזער שפּראַך דעם פּלאָנטער מיטן וואָרט "שול" — איז עס אַן אָרט, וווּ מע דאַוונט, צי עס איז אַן אָרט וווּ מע לערנט (לייענט)? די סאָציאַליסטישע טעטיקייט צווישן ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צום סוף פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אויך טיילווײַז אויסגעזען ווי אַ לייענקרײַז: אַן אינטעליגענטער מאַנצביל צי אַן אינטעליגענטע פֿרוי פֿלעגט קומען צו אַ גרופּע אַרבעטער, בעת דעם חורבן, וואָס האָט אוועקגעריסן אַ דריטל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז פֿאָרגעַקומען אַזאַ רישעות, אַז דער מענטשלעכער מוח קען דאָס קוים באַגרײַפֿן. נישט געקוקט דערויף, מוזן מיר קוקן טיף אין תהום, ווײַל דער חובֿ פֿון זכּרון טראָגט בײַ אונדז אַ ביבלישן אָנזאָג: "זכור את אשר עשה לך עמלק". די ערשטע כוואַליע פֿון נאַצישן מאַסן־מאָרד ווערט הײַנט נאָך אַלץ שטודירט בײַ פֿאָרשער און היסטאָריקער. יעדעס יאָר נעם איך מײַנע סטודענטן אָדער אויף אַ וויזיט אין ייִוואָ, אָדער אין "פֿאָרווערטס", אָדער אין ייִדישן טעאַטער. דעם האַרבסט־סעמעסטער האָבן מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין ייִוואָ, וווּ איך האָב גענומען צוויי פֿון מײַנע קלאַסן. איך מוז אײַך זאָגן, אַז די סטודענטן האָבן ממש געשלונגען אַ יעדעס וואָרט וואָס די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין, אַבֿיבֿה אָסטרינסקי, האָט זיי געוויזן און דערציילט. זי האָט פֿאַר זיי אויפֿגעבלעטערט די זעלטענע ביכער וואָס געפֿינען זיך אין אַ ספּעציעלן צימער פֿון ייִוואָ, ווי למשל, דאָס ערשטע בוך אין עגיפּטן, געדרוקט אין 1472 אויף העברעיִש, וואָס רופֿט זיך "חוק לישׂראל" (ייִדישע געזעצן). דאַכט זיך, וואָס מיינט אַ ווינקל טעלערס און וואַזעס. קומט חגי שׂגבֿ (כאַגאַי סעגעוו), דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, אַליין אַ לייטער־קוראַטאָר פֿון ישׂראל־קונסט, ווי אויך אַ ראַטגעבער איבער אַרכעאָלאָגישע און אַרכיטעקטור־פּראָיעקטן, און שטעלט אײַן אַ סדר אויף דעם צעפּראַלטן קעראַמישן געביט. דווקא ווײַל דער קוראַטאָר קומט נישט פֿון דעם דאָזיקן צווײַג און האָט נישט קיין פּרעטענזיעס מ'זאָל אים אָננעמען ווי אַ געניטן קענער אין דעם ספּעציפֿישן קעראַמישן פֿעלד, האָט ער אין זײַנע ערשטע שריט נאָכן באַקומען די שטעלע, זיך גענומען פֿאַראינטערעסירן אין די קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם. |