מיר האַלטן איצט בײַם לעצטן נומער פֿונעם אָפּלויפֿנדיקן יאָר, און טרעטן איבער די שוועל פֿון אונדזער 112טן יאָרגאַנג. אין אַזעלכע מאָמענטן פֿילט זיך באַזונדערס שאַרף דער גאַנג פֿון צײַט. אָבער מיר גייען נישט דאָ מאַכן קיין סך־הכּלען, כאָטש אומקוקן זיך אויפֿן דורכגעמאַכטן איז תּמיד כּדאַי — ס‘איז דאָ מיט וואָס זיך צו באַרימען און וואָס צו פֿאַרריכטן. דאָס וויכטיקסטע איז — מיר זײַנען אין שפּאַן און אין גאַנג.
יעדעס סוף יאָר קוקן מיר אַרויס אויף בעסערע צײַטן אינעם נײַעם יאָר, אָבער ווען דאָס "נײַע יאָר" האַלט שוין בײַם אויסגיין, זײַנען מיר צופֿרידן דערמיט, וואָס ס‘איז, חלילה, נישט געווען ערגער פֿונעם פֿריִערדיקן. הײַיאָר, געפֿינענדיק זיך אין קלעם פֿון די אַלגעמיינע פֿינאַנציעלע צרות און אינערלעכע בודזשעט־שניטן, ווילן מיר האָפֿן, אַז דאָס קומענדיקע יאָר וועלן מיר אויך מירטשעם איבערלעבן, נישט פֿאַלנדיק בײַ זיך און בײַם לייענער.
פֿונדעסטוועגן, וויל זיך אויסטיילן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר די וויכטיקע דאַטע פֿאַר אונדזער ייִדיש־עקזיסטענץ — 100 יאָר זינט דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. נישט בלויז ווײַל במשך פֿון אַ יאָרהונדערט האָבן מיר הויך געטראָגן די פֿאָן פֿון ייִדיש, נאָר טאַקע ווײַל נאָך די 100 יאָר פֿון רדיפֿות און אומקום האָבן די ייִדיש־מענטשן נישט דערלאָזט, אַז די פֿאָן פֿון ייִדיש זאָל צעטראָטן ווערן.
דעמאָלט מיט הונדערט יאָר צוריק האָט מען זיך געאַמפּערט, צי ייִדיש איז אַ פֿאָלקס־שפּראַך, צי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך. די געשיכטע פֿון דער וועלט האָט געמאַכט אַזוי, אַז ייִדיש זאָל בלײַבן פֿרײַ פֿון די פֿאָלקס־מאַסן. הײַנט ייִדיש אינעם וועלטלעכן סעקטאָר, איז אַן עליטאַרע קולטור. די עקזיסטענץ פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראַטור איז אָפּהענגיק פֿון די געציילטע שרײַבער, וואָס מוזן אַרויסלאָזן זייערע ביכער אויפֿן אייגענעם חשבון, ווײַל קיין ייִדישע פֿאַרלאַגן זײַנען מער נישטאָ. ס’רובֿ פֿון זיי דרוקן זיך אין "פֿאָרווערטס", דער איינציקער אין דער וועלט וועלטלעכער ייִדישער וואָכן־צײַטונג, וואָס אויך איר עקזיסטענץ איז אָפּהענגיק פֿון דער "פֿאָרווערטס"־אַסאָציאַציע, וווּ ס’רובֿ מיטגלידער לייענען דעם ענגלישן ,Forward נישט דעם ייִדישן.
הײַנט ליגט שוין נישט דער גורל פֿון וועלטלעכער ייִדישקייט אין די הענט פֿון די מאַסן — אַזעלכע מאַסן זײַנען פּשוט נישטאָ. די אוניווערסיטעטן, וואָס מע לייגט אויף זיי גרויסע האָפֿענונגען בײַם אויפֿלעבן ייִדיש, זײַנען נישט מסוגל דאָס דורכצופֿירן. נישט ווײַל זיי ווילן נישט; זיי האָבן אַנדערע אויפֿגאַבעס און צילן.
ייִדיש געפֿינט הײַנט פֿאַר זיך אַן ערטעלע אין די הערצער פֿון יחידים, וואָס יעדער האָט זיך זײַן אייגענע מאָטיוואַציע, זײַן אייגענעם "פֿאַרוואָס ייִדיש?" פֿון די יחידים שאַפֿן זיך משפּחות, וווּ מע רעדט מיט די קינדער ייִדיש, גרעסערע און קלענערע קרײַזן, "סבֿיבֿות"... מיר דאַרפֿן דאָס אַלץ שטיצן, פֿאַרפֿעסטיקן און אַנטוויקלען יעדער אויף זײַן אָרט און יעדן טאָג. מיר דאַרפֿן געדענקען און דערקלערן בײַ יעדער געלעגנהייט, ווי אַ תּפֿילה, אַז דאָרט וווּ עס גייט אונטער דאָס ייִדישע וואָרט, קומט אַ פֿרעמדע שפּראַך. עס קומט די אַסימילאַציע מיט אירע נישט ייִדישלעכע אַסאָציאַציעס און נישט ייִדישער נשמה. דעריבער איז הײַנט ייִדיש בפֿירוש אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך.
דער פּאַראַדאָקס איז, אַז בײַ אונדזער אונטערגאַנג, ווי עס האַלטן אַ סך "מבֿינים", זײַנען מיר ערשט בײַם אָנהייב פֿון אַ וויכטיקער
שליחות, וווּ ייִדיש און ייִדישע שאַפֿערישקייט וועט זיך שטעלן אין שפּיץ פֿון דעם אַנטי־אַסימילאַטאָרישן קאַמף. ייִדיש איז שטאַרק מיט איר פֿונדאַמענט, אויפֿגעשטעלט פֿון דורות און אויסגעשטאַנען פֿון צײַט, וואָס לאָזט זיך נישט סתּם פֿאַרוואַנדלט צו ווערן אין אַרכעאָלאָגישע חורבֿות.
מיר רופֿן אײַך, ייִדיש ליבהאָבער, ליב האָבן די שפּראַך און קולטור נישט נאָר אין זיך און פֿאַר זיך. טוט אַ טובֿה אונדזער מאַמע־באָבע־לשון: דערציילט וועגן אירע קולטור־ווערטן אײַערע קרובֿים און פֿרײַנד; באַזוכט אַ "סבֿיבֿה", פֿאַרשרײַבט זיך אין אַ ייִדיש־פּראָגראַם, באַזוכט אַ ייִדישע טעאַטער־אויפֿפֿירונג און אונטערנעמונג, קויפֿט אַ ייִדיש בוך, אַ CD, וווּ איר קאָנט הערן אַ ייִדישן רעציטאַטאָר, אַ DVD מיט אַ ייִדישער פֿאָרשטעלונג... לאָמיר אין יאָר 2009 זיך פֿאַראייניקן אין דער באַוועגונג "פֿרײַנד פֿון ׳פֿאָרווערטס׳", ווײַל מיט ווערן אַ פֿרײַנד פֿון אונדזער צײַטונג, שטיצט איר די ייִדישע קולטור!