מיקאַ דרימער — פּראַכטפֿולע קליידער פֿון פּאָרצעלאַן |
דאַכט זיך, וואָס מיינט אַ ווינקל טעלערס און וואַזעס. קומט חגי שׂגבֿ (כאַגאַי סעגעוו), דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, אַליין אַ לייטער־קוראַטאָר פֿון ישׂראל־קונסט, ווי אויך אַ ראַטגעבער איבער אַרכעאָלאָגישע און אַרכיטעקטור־פּראָיעקטן, און שטעלט אײַן אַ סדר אויף דעם צעפּראַלטן קעראַמישן געביט.
דווקא ווײַל דער קוראַטאָר קומט נישט פֿון דעם דאָזיקן צווײַג און האָט נישט קיין פּרעטענזיעס מ'זאָל אים אָננעמען ווי אַ געניטן קענער אין דעם ספּעציפֿישן קעראַמישן פֿעלד, האָט ער אין זײַנע ערשטע שריט נאָכן באַקומען די שטעלע, זיך גענומען פֿאַראינטערעסירן אין די קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם. "כ'האָב געוואָלט וויסן פֿון וואָס האָבן זיי הנאה, די קעראַמיק־קינסטלער, וואָס שטערט זיי און, דער עיקר, זען ווי אַזוי דער כאַראַקטער פֿון יעדן איינעם באַזונדער דריקט זיך אויס אין דער אַרבעט", דערציילט שׂגבֿ בײַם געשפּרעך מיט אים. און טאַקע, דורך דער דאָזיקער דערנענטערונג צו זיי, האָט די אויסשטעלונג באַקומען איר נאָמען: "געפֿיל, מאַטעריע"; "בסך־הכּל קומען דאָ צום אויסדרוק די געפֿילן וואָס באַוועגן די קעראַמיקער זיך אָפּצוגעבן מיט זייער קונסט", זאָגט ער.
געדויערט האָט דער אויסווייל־פּראָצעס אַרום און אַרום אָנדערטהאַלבן יאָר, די צײַט וואָס שׂגבֿ האָט אויסגענוצט, כּדי אַרומצופֿאָרן איבער די קעראַמיק־וואַרשטאַטן פֿון גאַנצן לאַנד. קודם־כּל, האָט געצויגן זײַן אויפֿמערק דער פֿאַקט, אויף וועלכן ער האָט פֿריִער נישט געלייגט קיין אַכט: די קינסטלער פֿון קעראַמיק געפֿינען זיך מערסטן טייל נישט אין די גרעסערע שטעט, נאָר אין דער פּעריפֿעריע, מעגלעך, ווײַל די קעראַמיק שטייט נישט אויפֿן זעלבן שטאַפּל פֿון אָנערקענונג, ווי די פּלאַסטישע קונסט; דעריבער זײַנען די מושבֿים און קיבוצים, ווײַט פֿון די וויכטיקע קולטור־צענטערס, מער פּאַסיק פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון זייער קונסט. ווייניקע פֿון זיי פֿאַרנעמען זיך, אויסער זייער אַרבעט, מיט די קאַרדינאַלע פֿראַגעס פֿון דער קונסטוועלט; און זייער וואַרשטאַט געפֿינט זיך גאָר נאָענט, אין הויף פֿון זייער שטוב. און נאָך עפּעס באַהויפּט דער קוראַטאָר, אַז "די קעראַמיקער־קינסטלער גייט נישט אין לעבן צו זײַן באַנײַערס פֿאַר יעדן פּרײַז; זייער באַגער איז צו באַהעפֿטן זיך מיט דער מאַטעריע, קנייטן זי און זיך צוקוקן וואָס עס געשעט מיט איר אין אויוון".
נאָכן קוקן און אַרומקוקן די היגע קעראַמיק־וואַרשטאַטן, האָט שׂגבֿ באַשלאָסן צו צעטיילן די אַרבעטן אויף פֿינף קאַטעגאָריעס, וואָס שפּיגלען אָפּ די עיקרדיקע טעמאַטיק פֿון דער ישׂראלדיקער קעראַמישער וועלט. און אַזוי ווערן זיי אויך אויסגעשטעלט אויף דער עקספּאָזיציע, דורך פֿינף הויפּט־אינספּיראַציע־קוואַלן: 1. שאַפֿונגען באַאײַנפֿלוסט דורך קולטורעלע טראַדיציעס, מאָדע און סטיל; 2. שאַפֿונגען באַאײַנפֿלוסטע פֿון דער נאַטור; 3. שאַפֿונגען וואָס שליסן אײַן עלעמענטן פֿון דער אַרכיטעקטור־וועלט; 4. קינסטלער באַאײַנפֿלוסט פֿון קולטורעלע מיטאָסן, און 5. שאַפֿונגען, וווּ דער טראָפּ ווערט געשטעלט אויף דעם טעכנישן עלעמענט, דאָס הייסט, די אויסדרוקן פֿון הנאה וואָס שענקען דעם קינסטלער די פֿאַרשיידענע מעגלעכקייטן אײַנגעבוירענע אין דער מאַטעריע.
רחל ראַטמאַן — פֿרוכטשיסל |
300 אַרבעטן פֿון 57 קינסטלער, בעיקר פֿרויען, ווערן פֿאָרגעשטעלט אויף דער עקספּאָזיציע. לאָמיר דאָ ברענגען אייניקע מוסטערן: מיקאַ דרימער, למשל, אַרבעט אויס פֿון פּאָרצעלאַן ליידיקע קליידער, פּראַכטפֿולע, אָן אַ מענטשלעכער געשטאַלט אין זיי, וואָס פֿאַרנעמען דאָס אויג מיט זייער וויזועלער רײַכקייט. גלײַכצײַטיק אָבער, ווײַזן זיי אָן אויף אַן אינהאַלטלאָזער, אָבער צוציִענדיקער, מאָדעדערשײַנונג.
די קינסטלער פֿון דער קאַטעגאָריע "מיטאָסן" שטעלן פֿאָר שאַפֿערס, וועלכע אַנטפּלעקן היסטאָרישע און סאָציאַלע פּראָצעסן, וואָס שעפּן זייער אינספּיראַציע אין דער קולטור פֿון זייער אָפּשטאַם. אַזוי, למשל, מערוואָל עסאַ, וואָס איר משפּחה געהערט צו די אויסגעוואָרצלטע פֿון קריסטלעכן דאָרף בירעם, פֿאַרנעמט זיך אין איר אַרבעט מיט קריסטלעכע ריטואַלן ווי אַן אויסדרוק איבער די וועזנטלעכע געשעענישן אין מענטשלעכן לעבן.
לעאָניד גאָסין שאַפֿט אומגעוויינטלעכע סקולפּטור־וועלטן, אין וועלכע די הײַזער און די געצעלטן זעען אויס אמתע, נאָר אויב מען קוקט זיי אָן פֿון דער נאָענט, זעט מען, אַז דאָס זײַנען פֿאַנטאַזיע־וועלטן וואָס דערמאָנען די צייכענונגען פֿון מאַרק שאַגאַל.
די 5טע קעראַמיק־אויסשטעלונג ווײַזט בפֿירוש, אַז די קעראַמישע שאַפֿונג פֿאַרמאָגט נישט קיין גרענעצן.