"ויהי מקץ שנתים ימים", נאָך צוויי יאָר, וואָס יוסף איז אָפּגעזעסן אין תּפֿיסה, האָט פּרעה געזען אַ חלום. ער איז געשטאַנען בײַם טײַך ניל, און פֿונעם וואַסער זײַנען אַרויסגעקומען זיבן פֿעטע, און דערנאָך זיבן דאַרע קי; די דאַרע קי האָבן אײַנגעשלונגען די פֿעטע. שפּעטער, האָט ער דערזען נאָך אַ חלום, ווי זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אײַנגעשלונגען זיבן געראָטענע.
צוליב יוספֿס נבֿיאיִשן כּשרון צו טײַטשן חלומות, איז ער באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער תּפֿיסה. ער האָט דערקלערט, אַז נאָך זיבן געראָטענע יאָר וועט אין מצרים קומען אַ שטאַרקער הונגער, וועלכער וועט אויך דויערן זיבן יאָר. צוליב יוספֿס עצה צו זאַמלען די תּבֿואה, איז מצרים געראַטעוועט געוואָרן פֿונעם הונגער; יוסף איז געוואָרן אַ שני־למלך.
דאָס וואָרט "קץ", וואָס מיינט "סוף", איז פֿאַרבונדן מיט דער קומענדיקער משיח־גאולה, "קץ־הימים". דעריבער, קאָן דער נאָמען פֿון דער פּרשה, "מקץ", אָפּגעטײַטשט ווערן ווי "בײַ דער שוועל פֿון דער גאולה" אָדער "אַ שטיקל גאולה". יוסף, וועלכער האָט זיך בײַם אָנהייב געפֿונען אין אַ טיפֿן גלות, זיצנדיק אין טורמע, האָט פּלוצעם זוכה געווען צו אַ פּערזענלעכער גאולה, און איז געוואָרן איינער פֿון די סאַמע בכּבֿודיקע מענטשן אין מצרים.
אונדזער סדרה איז אויך פֿאַרבונדן מיטן הײַנטיקן יום-טובֿ — חנוכּה. די קליינע אַרמיי פֿון די חשמונאָים האָט על-פּי־נס מנצח געווען די מעכטיקע העלעניסטישע אימפּעריע. די מעשׂה פֿון חנוכּה ווײַזט אָן, אַז די געשיכטע פֿירט זיך נישט תּמיד לויט די געוויינטלעכע גשמיותדיקע כּללים. אַ קליינע גערודפֿטע גרופּע מענטשן קאָן זיך צומאָל באַפֿרײַען אויף אַן איבערנאַטירלעכן אופֿן, אַזוי ווי יוסף פֿון דער תּפֿיסה. ווען עמעצער געפֿינט זיך, חלילה, אין אַ שווערן מצבֿ, טאָר מען זיך נישט מיאש זײַן, ווײַל די גאולה קאָן פּלוצעם קומען קעגן אַלע כּללים און חשבונות.
אַ צאָל מפֿרשים פֿאַרגלײַכן די גאולה — סײַ אַ פּערזענלעכע, סײַ די אַלגעמיינע — מיטן דערוועקן זיך פֿונעם שלאָף, און די גלות-צײַט — מיט אַ חלום. די חסידישע ספֿרים דערקלערן, אַז די הײַנטיקע צײַט, די תּקופֿה פֿאַר ביאת־המשיח, זעט אויס באַזונדערס "חלומדיק": אומזיכערקייט, טרוימען און היפּוכים ווערן הײַנט אָפֿט פֿאַרבונדן אויף אומגעריכטע אופֿנים. אַ טייל "חלומות" פֿון אונדזער תּקופֿה זענען זייער דעסטרוקטיוו און אוממענטשלעך, און אַ טייל, פֿאַרקערט, אַנטפּלעקן דאָס ליכט פֿון די קומענדיקע משיחס צײַטן.
אין דער קומענדיקער גאולה-צײַט, וועט די "חלומדיקייט" פֿון דער וועלט נישט בטל ווערן; דאָס סכּנותדיקע "דרייעניש" פֿונעם גלות וועט זיך דעמאָלט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פּאָזיטיוון כּוח, אין דינאַמישקייט פֿון פֿאַרווירקלעכטע טרוימען.
די "חלומדיקייט" פֿון דער וועלט ווערט אויסגעדריקט דורכן באַקאַנטן חנוכּה-מינהג: די דריידל-שפּיל. דער רבי נחמן בראַצלעווער האָט דערקלערט, אַז דאָס דריידל סימבאָליזירט די ציקלישע, רעלאַטיווע און אומפֿאָרויסזאָגלעכע נאַטור פֿון דער וועלט. "אַ מענטש ווערט אַ מלאך, און אַ מלאך ווערט אַ מענטש; דער קאָפּ ווערט די פֿיס, און די פֿיס ווערן דער קאָפּ". אַלץ אין דער וועלט דרייט זיך, בײַט זיך און פֿאַראייניקט זיך אינעם אייביקן דרייעניש.
רבי נחמן גיט צו, אַז די וועלט אַליין דרייט זיך "ווי אַ דריידל". ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַלע פּרשיות אין דער תּורה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן חלומות, אַחוץ דער מעשׂה מיטן קיניג אַבֿימלך, ווערן געלייענט אינעם איצטיקן חודש, כּסלו, און קומען צו דער קולמינאַציע אין אונדזער הײַנטיקער פּרשה.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז לויט אַסטראָלאָגיע, איז דאָס זאָדיאַק-געשטערן פֿון כּסלו, קשת (Saggitarius), פֿאַרבונדן מיט וואַנדערונגען און באַפֿרײַונג. על-פּי-קבלה, האָט קשת אַ שײַכות מיטן אַדלשטיין אַמעטיסט, וועלכער הייסט אויף לשון־קודש "אחלמה" — פֿונעם וואָרט "חלום". מע זאָגט, אַז דער אַמעטיסט איז מסוגל סײַ צו זען חלומות, סײַ צו בלײַבן בײַם ניכטערן שׂכל.
נאָך כּסלו, ווערט דער טאָג ווידער לענגער; מע זאָגט, אַז די נאַטור הייבט זיך אָן ביסלעכווײַז אויפֿצוּוועקן פֿונעם יערלעכן שלאָף. די קבלה-ספֿרים זענען מסביר, אַז חנוכּה איז טאַקע פֿאַרבונדן מיטן ווינטערדיקן זונשטאַנד (Solstice). ווי דער בראַצלעווער רבי האָט געזאָגט, דרייט זיך אונדזער וועלט ווי אַ דריידל, און קערט זיך אום נאָך דער חנוכּה־צײַט ווידער צום ליכט, אָנווײַזנדיק אויף אַ וווּנדערלעכער פֿאַרבינדונג צווישן רוחניות און גשמיות, חלום און וואָר.