אַבֿיבֿה אָסטרינסקי דערקלערט וואָס דאָס זעלטענע בוך אין ייִוואָ-ביבליאָטעק שטעלט מיט זיך פֿאָר |
יעדעס יאָר נעם איך מײַנע סטודענטן אָדער אויף אַ וויזיט אין ייִוואָ, אָדער אין "פֿאָרווערטס", אָדער אין ייִדישן טעאַטער. דעם האַרבסט־סעמעסטער האָבן מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין ייִוואָ, וווּ איך האָב גענומען צוויי פֿון מײַנע קלאַסן. איך מוז אײַך זאָגן, אַז די סטודענטן האָבן ממש געשלונגען אַ יעדעס וואָרט וואָס די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין, אַבֿיבֿה אָסטרינסקי, האָט זיי געוויזן און דערציילט. זי האָט פֿאַר זיי אויפֿגעבלעטערט די זעלטענע ביכער וואָס געפֿינען זיך אין אַ ספּעציעלן צימער פֿון ייִוואָ, ווי למשל, דאָס ערשטע בוך אין עגיפּטן, געדרוקט אין 1472 אויף העברעיִש, וואָס רופֿט זיך "חוק לישׂראל" (ייִדישע געזעצן). ס'איז אַ בוך וואָס באַהאַנדלט קבלה. ערשט מיט הונדערט יאָר שפּעטער האָט מען דאָרט געדרוקט אַן אַראַביש בוך, און די סיבה פֿון דעם מהלך פֿון הונדערט יאָר איז געווען וואָס די אָטאָמאַן־אימפּעריע, וועלכע האָט דעמאָלט געוועלטיקט איבערן גאַנצן מיטל־מיזרח, האָט נישט צוגעלאָזט דרוקן קיין ביכער אויף אַראַביש, אַ חוץ דעם קאָראַן; מיטן ציל נישט צו דערציִען דעם המון, ווײַל אויב מ'וועט די מאַסן דערציִען, וועלן זיי זײַן אַ סכּנה פֿאַר דער טערקישער ממשלה.
נאָך אַ בוך צום שטוינען האָבן די תּלמידים באַוווּנדערט, און דאָס איז געווען דער ערשטער תּלמוד וואָס מען האָט געדרוקט גלײַך נאָכן חורבן אין 1947 אין די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, מיט אַ ווידמונג פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַרמיי וואָס האָט באַפֿרײַט די געראַטעוועטע ייִדן פֿון די טויטלאַגערן. איך בין געוואָרן דערשטוינט ווען איך האָב געהערט, אַז דעם קומענדיקן פֿרילינג־סעמעסטער ווילן די סטודענטן נאָך אַ מאָל באַזוכן דעם ייִוואָ, און דאָס מאָל ווילן זיי אַרײַנקוקן אין פֿאַרשיידענע אַרכיוון. מיט די אַרכיוון פֿאַרנעמט זיך שוין פֿרומע מאָרער, אַזוי אַז אויף איר וועט פֿאַלן די אונטערנעמונג. די סטודענטן האָבן אויך אויסגעדריקט אַ ווילן אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין "פֿאָרווערטס", און זען ווי אַזוי עס ווערט צוזאַמענגעשטעלט אַ ייִדישע צײַטונג.
אויב דאָס אַלץ איז נישט געווען גענוג, האָט זיך דעם מיטעלן ייִדישן קלאַס פֿאַרגלוסט צו פּראַווען טיש.
"ווי איז אײַך אײַנגעפֿאַלן אַזאַ געדאַנק?" — האָב איך געוואָלט וויסן, און צוגעגעבן אַז "בלויז אַ רבי קען פֿירן טיש און נישט קיין אישה."
"ניין און ניין." האָבן זיי פּראָטעסטירט, "מיר ווילן פּראַווען אַ ייִדישן טיש, מיט אַלע פּיטשעווקעס."
"וווּ קען מען פֿירן טיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט," האָב איך פּרובירט מיט זיי אײַנטענהן, "דער אײַנפֿאַל אַליין איז בעצם נישט אַזוי אויסטערליש ווי עס קלינגט, אָבער ווען אַ רבי פֿירט טיש, זאָגט ער אַ דבֿר־תּורה, מען זינגט אַרום טיש זמירות, מ'דערכאַפּט זיך דאָס האַרץ מיט אַ שטיקל אײַנגעמאַכטס, מ'מאַכט אַפֿילו אַמאָל אַ שנעפּסל, און מ'טוט זיך משׂמח זײַן."
מײַנע רייד האָבן זיי נישט אָפּגעשראָקן. זיי האָבן געפֿאָדערט אַז איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל מוז מען פּראַווען אַ ייִדישן טיש. האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט בײַ צפּורה וואַרהיט אין איר "דאָרמיטאָרי" פֿון אוניווערסיטעט. אַ קליין דירהלע, אַ שמאָל טישעלע, מיט אַ סך געשיר. ווען איך בין אָנגעקומען איז שוין דער טיש געשטאַנען געגרייט מיט אַלערליי פּאָטראַוועס. מיר האָבן אָנגעשטעלט אַ טאַשמע מיט ייִדישע לידער און זיך צוגעזעצט פּראַווען טיש. קודם און צום אַלעם ערשטן האָט מען אַרום טיש גערעדט מאַמע־לשון, דערציילט ייִדישע מעשׂיות. ווען מנחם קײַזער האָט אַרײַנגעברענגט זײַן גיטאַרע, און אונדז מכבד געווען מיט מוזיק וואָס ער האָט פֿאַרפֿאַסט לכּבֿוד יעקבֿ גלאַטשטיינס אַ פּאָעמע, וואָס מיר האָבן געלערנט אין קלאַס, האָבן די סטודענטן דערפֿילט אַ נאָענטקייט און אַ היימישקייט אַרום דעם ייִדישן טיש; אַ מין משפּחהדיקייט, וואָס האָט זיי פֿאַרבונדן מיט דער לעבעדיקער ייִדישער שפּראַך, וואָס זיי שאַנעווען און לעבן זיך פּאַמעלעך אויס אין איר.
און אַזוי ווי חנוכּה פֿאַלט אויס סוף דעצעמבער גלײַך פֿאַרן ווינטערדיקן איבעררײַס, האָבן סײַ די אָנהייבער און סײַ די מיטעלע ייִדישע סטודענטן באַשלאָסן צו פֿײַערן חנוכּה איידער דער יום־טובֿ באַווײַזט זיך. יעדער קלאַס באַזונדער האָט זיך געגרייט צו דער חנוכּה־שׂימחה, און ווידער אַ מאָל אין זייערע דירות אין אוניווערסיטעט. זיי זײַנען צו מיר צוגעשטאַנען אַז מען מוז פֿײַערן חנוכּה מיט מוזיק און לאַטקעס און דריידלעך. זיי האָבן זיך אײַנגעטיילט אין גרופּקעס. אַ פּאָר האָבן אײַנגעקויפֿט די קאַרטאָפֿל, אַ פּאָר האָבן געברענגט ציבעלעס, אַ דריטע גוואַרדיע איז געקומען אָנגעגורט מיט אַ קיישל אייער און די רעשט האָבן זיך באַוויזן מיט מצה־מעל, זאַלץ, פֿעפֿער און אַ פֿלעשל בוימל אין די הענט.
אין אַ דינסטיקדיקן פֿרימאָרגן, קום איך אַרײַן אין איינער פֿון זייערע דירות, פֿון וואַנען עס האָבן זיך שוין געטראָגן שטימען פֿון דער יונגער חבֿרה, דערזע איך דרײַ מאַמעס אין ווײַסע פֿאַרטעכער, פּאָרען זיך אין קיך בײַם פּרעגלען לאַטקעס. זיי נעמען מיך אַרום ווי מיר וואָלטן געווען אַלטע גוטע ברידער, און נעמען מיר אויסדערציילן אַז ייִדיש איז בײַ זייערע טעכטער און זין דער בעסטער לימוד, פֿון אַלע זייערע קורסן אין קאָלומביע. איך צעוואַרעם זיך, מאַך זיך באַקוועם, שטעל אָן די רעקאָרדיר־מאַשינקע מיט זייער באַליבט ליד, וואָס זיי הערן נישט אויף כּסדר צו זינגען. דאָס ליד הייסט "מאַמע־לשון," און זיי קענען עס שוין פֿון אויסנווייניק, האָבן זיי זיך צעזונגען אויף די הויכע טענער, אַז די ווענט האָבן געטרעשטשעט; לאַטקעס און פּאָנטשקעס האָבן נאָך מער צוגעגעבן צו דער יום־טובֿדיקער שטימונג.
דערווײַל כאַפּן מיך אָן פֿאַרן אָרעם אַ פּאָר פֿון די סטודענטקעס, און פֿירן מיך אַרײַן אין זייער שלאָפֿצימער וווּ איינע פֿון די ווענט איז געווען באַצירט מיטן "פֿאָרווערטס." דער עיקר, מיטן אַרטיקעלע וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות צו זיי און זייער פֿאָטאָגראַפֿיע. די מאַמעס כאַפּן זיך אָן בײַם קאָפּ, סטײַטש! זיי האָבן צו מאָל גאָרנישט געוווּסט וועגן דעם אַרטיקעלע, און ווערן בייז אויף די טעכטער וואָס האָבן זיי דאָס נישט געוויזן. נעמט איין מאַמע און כאַפּט אַראָפּ די צײַטונג פֿון דער וואַנט, און לויפֿט גלײַך אַראָפּ מאַכן קאָפּיעס. די פֿרייד פֿון חנוכּה, פֿון די לאַטקעס, פֿון די ייִדישע לידער איז געווען אין־לשער.
געענדיקט מיטן אָנהייבער ייִדיש־קלאַס, בין איך אַוועק אַנטקעגן איבער דעם קאָרידאָר. אויפֿן זעלביקן שטאָק, וווּ עס האָט זיך שוין גערוכעוועט דער מיטעלער ייִדיש־קלאַס, די חבֿרה האָט געשיילט די קאַרטאָפֿליעס מיט די ציבעלעס און געוואַרט אויף די אייער. צפּורה וואַרהיט איז אָנגעקומען מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג. אין איר טעטשקע האָט זי געשלעפּט אַ טוץ אייער. און דאָ האָט זיך אויף ס'נײַ אָנגעהויבן אַ רײַבעניש און אַ שיילעניש פֿון קאַרטאָפֿל און ציבעלעס, און ווי ס'איז געווען צו באַמערקן, זײַנען די כּלה־מיידלעך געווען קנאַפּע בריהס אין קיך. זעט אויס די מאַמעס מיט די באָבעס מוזן טראָגן אויף זיך די שולד. מען האָט זיי גענוג געקעכלט, נישט געלאָזט אַרײַנטאָן די האַנט אין קאַלטן וואַסער. האָבן זיי זיך דאָ יאָ גענומען צו דער אַרבעט, ווי אויסגעצוויטשעטע באַלעבאָסטעס. די בחורים האָבן זיך אָנגעטאָן ווײַסע פֿאַרטעכער און גענומען צוהעלפֿן שיילן, רײַבן און פֿאַרגיסן טרערן בײַם שיילן די ציבעלעס. דער בוימל אין די פּאַטעלניעס האָט שוין געטאַנצט אַ קאָמאַרסקע, האָט מען גענומען זיי אָנפֿילן מיטן רויען קאַרטאָפֿל געמיש, און באַלד האָבן די לאַטקעס פֿאַרשמעקט די דירה. ווען מ'האָט זיך געזעצט אַרום דעם שמאָלן טיש, האָט מען גענומען דערציילן מעשׂיות, געלאַכט און זיך משׂמח געווען.
איך געדענק פֿאַראַיאָרן חנוכּה־צײַט, ווען איך בין אַרײַנגעקומען אינעם הויז וווּ די סטודענטן האָבן געוווינט, האָב איך געמוזט איבערלאָזן מײַן קאָלומביע־אידענטיטעט־קאַרטל מיט דער אויפֿפּאַסערקע וואָס זיצט לעבן מיר. נאָך דער שׂימחה האָב איך מיטגענומען מיט זיך אַ פּאָר איבעריקע לאַטקעס פֿאַרן אַוואַנסירטן ייִדיש־קלאַס. גיי איך מיר אַראָפּ אונטן, און בעט מײַן קאַרטל צוריק, זאָגט מיר די אויפֿפּאַסערקע פֿון הויז:
"אַנטשולדיקט. וואָס פֿאַר אַ פּערפֿום נוצטו. עס שמעקט דאָך ממש אויסערגעוויינטלעך." איך האָב פּונקט דעמאָלט געשמעקט מיט לאַטקעס. זאָג איך איר:
"דער פּערפֿום הייסט לאַטקע דע־לאַ־רענטאַ."
זי האָט געוואָלט וויסן וווּ מ'קען עס באַקומען. האָב איך איר געזאָגט, אַז אין "בלומיגדיילס" אָדער אין "לאָרד ענד טיילאָר," וועט עס נישט זײַן. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן. צוקומען צו די מוחות און נשמות פֿון די יונגע סטודענטן, מוז מען דורך אַ סך חושים, אַרײַנגערעכנט דורכן מאָגן. דער עיקר, מיט ליבשאַפֿט צו דער שפּראַך, צו דער קולטור און צו יעדן אַפּעטיטשנע מאכל.
מיט איין וואָרט, מען מוז ממש אויפֿשטעלן און דערפֿינדן אַ פּראָוויזאָרישע ייִדישע וועלט און אַ ייִדישן דרויסן, וואָס איז נישט בנימצא אין דער ווירקלעכקייט, די סטודענטן זאָלן דערשפּירן דעם טעם פֿון אַ לעבעדיקער ייִדישער קולטור. זײַנען מיר נאָך פֿון די געבענטשטע וואָס מיר פֿאַרמאָגן אין ניו־יאָרק אַ ייִוואָ און אַ "פֿאָרווערטס", אַ ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און אַפֿילו אַ טשאָלנט־קלוב וואָס אַהין האָב איך אויך געשלעפּט מײַנע סטודענטן, און מיט דעם אַלעם זײַנען מיר פֿאַריתומט, ווײַל עס פֿעלט אונדז אויס אויף טריט און שריט די ייִדיש־ייִדישע סבֿיבֿה. איך ווייס, אַז אליעזר בן־יהודה האָט עס באַוויזן מיט העברעיִש, באַזירט אויף אייגענע, פֿאַרעקשנטע איבערצײַגונגען. זעט אויס, אַז מיר מוזן עס מאַכן מיט ייִדיש. וועל איך זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אין די שוועריקייטן. איך וויל בלויז פֿאַרענדיקן מיטן געדאַנק, אַז ס'איז נישט לײַכט הײַנט צו טאָג צו זײַן אַ ייִדיש לערער. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן, פֿעלט אונדז אויס דער ייִדישער טיש.