ייִדיש־וועלט

דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ ריזיקער לייענקרײַז. ניט צופֿעליק האָבן מיר אין אונדזער שפּראַך דעם פּלאָנטער מיטן וואָרט "שול" — איז עס אַן אָרט, וווּ מע דאַוונט, צי עס איז אַן אָרט וווּ מע לערנט (לייענט)? די סאָציאַליסטישע טעטיקייט צווישן ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צום סוף פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אויך טיילווײַז אויסגעזען ווי אַ לייענקרײַז: אַן אינטעליגענטער מאַנצביל צי אַן אינטעליגענטע פֿרוי פֿלעגט קומען צו אַ גרופּע אַרבעטער, כּדי צו לייענען און פֿאַרטײַטשן מיט זיי ליטעראַרישע און פּובליציסטישע ווערק און — אויף אַזאַ אופֿן — אַרויספֿירן זיי פֿון פֿינצטערניש און מאַכן פֿון זיי "באַוווּסטזיניקע אַרבעטער". צוליב אַזאַ אויפֿקלערערישער טעטיקייט האָט מען דאָך געשאַפֿן די באַרימטע "זשאַרגאָנישע קאָמיטעטן", וועלכע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט גרינדן ייִדישע ביבליאָטעקן און אַפֿילו געדרוקט ביכער פֿאַר זיי.

הקיצור, ס׳איז אַן אַלטע ייִדישע טראַדיציע — זיך צונויפֿקלײַבן אַרום אַ ספֿר צי אַ בוך. צי ס׳איז דאָ אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער אַלטער טראַדיציע און די ייִדישע לייענקרײַזן אין אַמעריקע? קיין סך ווערט ניט וועגן דעם געזאָגט אין דעם אַרטיקל פֿון חגיתּ כּהן "די פֿאָדערונגען פֿון אינטעגראַציע — די אויספּרוּוון פֿון עטניפֿיקאַציע: לייענקרײַזן פֿון ייִדישע פֿרויען אין צפֿון-אַמעריקע צווישן די וועלט-מלחמות", וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם פֿרישן, 16טן נומער, פֿונעם זשורנאַל NASHIM: A Journal of Jewish Women’s Studies and Gender Issues. די דאָזיקע געשיכטע זעט אויס (לכל-הפּחות, לויט דעם אַרטיקל) מער ווי אַ דערשײַנונג פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן.

צו זײַן אין גאַנצן זיכער אין דעם איז שווער, ווײַל מיר דערוויסן זיך ניט צי אַזעלכע קרײַזן זײַנען אין דער זעלבער צײַט, צווישן די צוויי וועלט-מלחמות, געווען אין, אַ שטייגער, פּוילן אָדער די באַלטישע לענדער. צי הייסט עס, בכלל, אַז די מחיצה צווישן מענער און פֿרויען איז אין די אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטורן פֿון ייִדישן לעבן געווען גרעסער אין אַמעריקע איידער אין מיזרח-אייראָפּע? אַ קאָמפּאַראַטיווע פֿאָרשונג וואָלט, אַ פּנים, געגעבן אינטערעסאַנטע רעזולטאַטן. אויף די באַזונדערע שוועריקייטן פֿאַר געזעלשאַפֿטלעך אַקטיווע פֿרויען אין די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישע סבֿיבֿות, אַזעלכע ווי דער "אַרבעטער-רינג", ווײַזט די פֿאָרשונג פֿון מערי מאַק׳קון (Mary McCune), פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם זשורנאַל Feminist Studies, ב׳ 28, נ׳ 2, 2002.

אַזוי צי אַזוי אָבער, די לייענקרײַזן פֿון ייִדישע פֿרויען האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וויכטיקן פֿענאָמען פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן, און חגיתּ כּהן קומט אַ גרויסער ייִשר-כּוח פֿאַר אויפֿהייבן די דאָזיקע טעמע. זי האָט זיך קאָנצענטרירט, דער עיקר, אויף די קרײַזן אין דעטרויט, וויניפּעג און שיגאַגאָ, ווײַל וועגן זיי האָבן זיך אָפּגעהיט אַ היפּש ביסל קוואַלן. אַ סבֿרא, אַז אַ ווײַטערדיקע פֿאָרשונג קען אויסגראָבן ניט ווייניק רעלעוואַנטע מאַטעריאַלן אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון יענע ווײַטע צײַטן.

די פֿרויען-קרײַזן זײַנען געווען פֿאָרמען פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין דעם אַזוי גערופֿענעם "וועלטלעכן סעקטאָר" פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. ס׳איז באַוווּסט, אַז דער דאָזיקער סעקטאָר איז געווען צעטיילט אויף אַ צאָל שטראָמען. יעדער פֿון די שטראָמען האָט געהאַט אַן אייגענע אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטור, וועלכע האָט, בלי-ספֿק, ניט פֿאַרגעסן וועגן די לייענקרײַזן. למשל, אַזוי שפּעט ווי 1959, האָט דער "איקוף-פֿאַרלאַג" פֿאַרשפּרייט אַ בראָשור מיט אַ ווענדונג "צו די איקוף-אָפּטיילונגען, לייענקרײַזן און צו די איקוף-טוער און איקוף-סימפּאַטיקער". דאָס הייסט, אַז נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט זיך די טעטיקייט ניט אָפּגעשטעלט.

בײַם דורכקוקן די קאַטאַלאָגן פֿון די ביבליאָטעקן מיט גרויסע ייִדישע קאָלעקציעס (פֿון ייִוואָ און דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק) שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אפֿשר אַ פֿאַרפֿירערישער, אַז דווקא די "לינקע" האָבן אַרײַנגעלייגט מער כּוח אין די לייענקרײַזן. דאָס וואַרפֿט זיך אין די אויגן באַזונדערס אין דער ביכער-פּראָדוקציע, וואָס אייניקע לייענקרײַזן האָבן צו מאָל אַליין אַרויסגעגעבן. מיר געפֿינען, אַ שטייגער, אַזעלכע ביכער:

שפֿרה ווײַס, "צו דער וועלט: לידער", לאָס-אַנזשעלעסער ז. ווײַנפּער-לייענקרײַז בײַם איקוף, 1943.

פּעסי באַק, "יונג לעבן: דערציילונגען", קליוולענד, איקוף לייענקרײַז, 1949.

דאָראַ שולנער, "געשטאַלטן און דערציילונגען", שיקאַגאָ, י. ל. פּרץ-לייענקרײַז, 1956.

אָט די אַלע שרײַבערינס זײַנען געווען מיטגלידער פֿון די קאָמוניסטישע קרײַזן, האָבן זיך געדרוקט אין דער צײַטונג "פֿרײַהייט". שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דער איקוף אַליין איז געווען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דעם דאָזיקן שטראָם פֿון ייִדישן לעבן. פֿאַר אַזאַ קולטור-אָרגאַניזאַציע ווי דער איקוף האָבן די לייענקרײַזן געדאַרפֿט שפּילן אַ ממשותדיקע ראָלע, העלפֿנדיק צו שאַפֿן אַ יסוד פֿאַר דער גאַנצער טעטיקייט.

הקיצור, חגיתּ כּהן האָט דורך איר אַרטיקל געעפֿנט אַ נײַע וויכטיקע טעמע פֿאַר אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן און קולטורעלן לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז די שורות וועלן איבערלייענען די געוועזענע און איצטיקע מיטגלידער פֿון לייענקרײַזן. עס וואָלט געווען זייער אינטערעסאַנט צו הערן וועגן אַזאַ דערפֿאַרונג. די רייד גייט דאָך אי וועגן געשיכטע, אי וועגן אַ פֿאָרעם פֿון ייִדישער קולטור-אַרבעט, וואָס ווערט פּראַקטיצירט אויך הײַנט.