באָריס פֿרעזינסקי, "מאָזאַיִק פֿון ייִדישע גורלות. דאָס צוואַנציקסטע יאָרהונדערט". מאָסקווע, 2008 |
באָריס פֿרעזינסקיס נאָמען איז גוט באַקאַנט אין דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זײַן טעמע איז די רוסישע קולטור־געשיכטע פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה — בפֿרט, שרײַבער אין קינסטלער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. זײַן סאַמע באַליבטסטער ליטעראַרישער זשאַנער איז זכרונות, וווּ ער זוכט פּרטים, וועלכע אַנטפּלעקן די צוזאַמענווירקונג צווישן דיכטונג און ווירקלעכקייט. פֿרעזינסקי האָט זיך קונה־שם געהאַט מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿון איליאַ ערענבורג און פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "סעראַפּיאָנס־ברידער", וואָס האָט געבליט אין די 1920ער יאָרן.
דאָס נײַע בוך, אַרויסגעגעבן אין דער פּאָפּולערער וויסנשאַפֿטלעכער סעריע "קאָלעקציע טשייס", באַשטייט פֿון צוויי און דרײַסיק פֿאַרצייכענונגען וועגן ייִדן, וועלכע האָבן אַזוי אָדער אַנדערש איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער רוסישער קולטור. אייניקע פֿון זיי זײַנען וועלט־באַרימט, ווי שלמה מיכאָעלס אָדער אַבֿרהם סוצקעווער; די אַנדערע זײַנען באַקאַנט בלויז אין די שמאָלע קרײַזן פֿון דער לענינגראַדער אינטעליגענץ. דער אויסקלײַב פֿון פּערסאָנאַזשן שפּיגלט אָפּ פֿרעזינסקיס אייגענע אינטערעסן און סימפּאַטיעס און ווײַזט די גרויסע ראָלע, וואָס ייִדן האָבן געשפּילט אין ביז גאָר פֿאַרשידענע צווײַגן פֿון דער רוסישער קולטור בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה.
דאָס בוך עפֿנט זיך מיט דער היסטאָרישער רעקאָנסטרוקציע פֿון שלמה מיכאָעלסעס מאָרד, "דעם סימבאָלישן פֿאַרברעכן פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה, וואָס האָט באַטײַט דעם אָנהייב פֿון סטאַלינס נײַעם פּאָליטישן קורס". די סאָוועטישע מאַכט מישט זיך אַרײַן אין די גורלות פֿון אַלע העלדן פֿונעם בוך, כּסדר צום שלעכטן. יעדער קינסטלערישער טאַלאַנט שטייט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַר אַ ביטערער ברירה׃ אָדער מאַכן אַ פּשרה מיט דער מאַכט, אָדער אַנטשוויגן ווערן.
ווי אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט דעם גרעסטן טייל פֿון זײַן לעבן אונטער דער סאָוועטישער שליטה, איז פֿרעזינסקי ספּעציעל פֿאַרינטערעסירט אין דעם, ווי אַזוי די סאָוועטישע ליטעראַטן, קינסטלער, רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן זײַנען אויסגעקומען מיט דער סאָוועטישער מאַכט, וויפֿל אינעווייניקע פֿרײַהייט זיי האָבן געקענט אָפּהיטן. ער איז נישט קיין ריכטער, אָבער ער האָט אַ קלאָרן באַגריף וועגן די גרענעצן פֿון דער פּשרה. מיט דער הילף פֿון זכרונות און אַרכיוואַלע דאָקומענטן אַנטפּלעקט ער די אינעווייניקסטע עוואָלוציע פֿון אַ קינסטלערישן טאַלאַנט אונטערן דרוק פֿונעם טאָטאַליטאַרן רעזשים.
פֿרעזינסקי וווינט אין פּעטערבורג. דאָס שאַפֿט אַן אינטימע פֿאַרבינדונג צווישן דעם מחבר און זײַנע העלדן, וואָס דאָס רובֿ פֿון זיי זײַנען אַזוי, אָדער אַנדערש, פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער שטאָט. אייניקע קאַפּיטלען, למשל וועגן דעם פּעטערבורגער דיכטער לעוו אײַזנשטאַט אָדער וועגן דעם זאַמלער פֿון היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן אַלכּסנדר דאָבקין, באַזירן זיך אויף פּערזענלעכע זכרונות; אַנדערע קאַפּיטלען קומען אַרויס פֿון פֿרעזינסקיס פֿאָרשונגען אין די עפֿנטלעכע און פּריוואַטע אַרכיוון און נעמען אַרײַן אומבאַקאַנטע דאָקומענטאַלע פֿאַקטן.
פֿרעזינסקי געהערט צו דעם דור פּעטערבורגער ייִדישע אינטעליגענץ, וואָס איז גאַנץ ווײַט פֿון ייִדיש. די ייִדישע שפּראַך און קולטור אינטערעסירן אים נאָר ווי אַ זײַטיקער פֿענאָמען אינעם קולטורעלן לעבן פֿון סאָוועטישן ייִדנטום. די נאָוועלע וועגן סוצקעווער דערציילט וועגן דעם רעלאַטיוו קורצן, אָבער זייער וויכטיקן מאָסקווער פּעריאָד אין זײַן לעבן צווישן 1944 און 1946, בפֿרט, וועגן די באַציִונגען צווישן סוצקעווער און ערענבורגן.
ערענבורגס נאָמען ווערט דערמאָנט אָפֿטער איידער אַלע אַנדערע, כאָטש קיין ספּעציעלער ערענבורג־קאַפּיטל איז אינעם בוך ניטאָ. פֿרעזינסקי איז אַ גרויסער מומחה אין ערענבורגס ביאָגראַפֿיע און שאַפֿונג. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט ער פּובליקירט די סאַמע פֿולע אויסגאַבע פֿון ערענבורגס זכרונות "מענטשן, יאָרן, לעבן" מיט פּרטימדיקע קאָמענטאַרן. ערענבורגס בוך איז געווען די סאַמע וויכטיקסטע פּובליקאַציע פֿון דער ליבעראַלער "אָדליגע" פֿון די 1960ער, וואָס האָט צום ערשטן מאָל דערציילט וועגן דעם לעבן פֿון דער סאָוועטישער קולטורעלער עליט אין סטאַלינס צײַטן. דאָס דאָזיקע מאָנומענטאַלע ווערק דינט פֿרעזינסקין ווי אַ וועגווײַזער אין זײַנע פֿאָרשערישע זוכענישן. ס׳רובֿ פּערסאָנאַזשן אין זײַן בוך זײַנען אַזוי אָדער אַנדערש געווען פֿאַרבונדן מיט ערענבורגן און ווערן דערמאָנט אין זײַנע זכרונות.
די ייִדישע אינטעליגענץ האָט געהאַט אַ ספּעציעלע פֿונקציע אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. זי האָט געדינט ווי אַ פֿאַרמיטלער צווישן רוסלאַנד און אייראָפּע. פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה זײַנען אַ סך יונגע ייִדן אַוועקגעפֿאָרן שטודירן קיין אויסלאַנד, כּדי אויסצומײַדן די רוסישע "פּראָצענט־נאָרמע". דערבײַ זײַנען זיי פֿאַרבליבן רוסישע פּאַטריאָטן, און אייניקע פֿון זיי האָבן זיך אומגעקערט נאָך דער רעוואָלוציע אַהיים, וווּ זיי האָבן פֿאַרנומען חשובֿע פּאָזיציעס אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. צום סוף 1920ער יאָרן, ווען סטאַלין האָט זיך גענומען צו "רייניקן" די פּאַרטיי, האָט מען זיי אַוועקגערוקט אין דער זײַט. אייניקע זײַנען נעלם געוואָרן אין די תּפֿיסות און לאַגערן, די אַנדערע זײַנען אַנטשוויגן געוואָרן.
דער נײַער דור ייִדישע אינטעליגענץ איז געקומען אין דער רוסישער קולטור נאָך דער מלחמה. דאָס זײַנען געווען יונגע ייִדן, וועלכע האָבן זיך געשלאָגן אויפֿן פֿראָנט און זײַנען געווען שטאַרק איבערגעגעבן זייער קאָמוניסטיש היימלאַנד. אָבער זייער התלהבֿות האָט געדויערט בלויז אַ פּאָר יאָר, ביזן אָנהייב פֿון דער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע קעגן די "קאָסמאָפּאָליטן" אין 1947. דער לעצטער דור, וואָס ווערט פֿאָרגעשטעלט אין פֿרעזינסקיס בוך, זײַנען די מענטשן פֿון זײַן דור, וואָס זייער יוגנט איז זיך צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער "אָדליגע".
די "מאָזאַיִק פֿון ייִדישע גורלות" קאָן דינען ווי אַ סקיצע צו דער נאָך ניט אָנגעשריבענער קולטור־געשיכטע פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. באָריס פֿרעזינסקי סטאַרעט זיך אָפּצוהיטן דעם טעם פֿון דער צײַט און אים איבערצוגעבן דעם קומעדיקן דור לייענער. ער זעט ניט קיין גרויסן חילוק צווישן הײַנטיקן רוסלאַנד און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, און ער האַלט, אַז די סאָוועטישע דערפֿאַרונג וועט נאָך צו נוץ קומען.