קולטור, חורבן
פּער דעבואַ רעדט בײַ דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ אָפּגעהאַלטן אינעם "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה"
פּער דעבואַ רעדט בײַ דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ אָפּגעהאַלטן אינעם "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה"
Arkadiy Yagudaev

בעת דעם חורבן, וואָס האָט אוועקגעריסן אַ דריטל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, איז פֿאָרגעַקומען אַזאַ רישעות, אַז דער מענטשלעכער מוח קען דאָס קוים באַגרײַפֿן. נישט געקוקט דערויף, מוזן מיר קוקן טיף אין תהום, ווײַל דער חובֿ פֿון זכּרון טראָגט בײַ אונדז אַ ביבלישן אָנזאָג: "זכור את אשר עשה לך עמלק".

די ערשטע כוואַליע פֿון נאַצישן מאַסן־מאָרד ווערט הײַנט נאָך אַלץ שטודירט בײַ פֿאָרשער און היסטאָריקער. אין די אכט ביז צוועלעף חדשים, נאָך דעם ווי בערלין איז באַפֿאַלן דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין יוני 1941, האָבן די דײַטשישע "אײַנזאַצגרופּן", די מאָבילע מיליטער און פּאָליציי־מאַנשאַפֿטן און זייערע אָרטיקע מיטהעלפֿער, אויסגעהאַרגעט 1.5 מיליאָן ייִדן אין אוקראַיִנע. די זעלבע דײַטשע מאַסנמאָרד־סיסטעם האָט אויך געהערשט אין ווײַסרוסלאַנד, ארײַנגערעכנט די מיזרח־שטחים פֿונעם אמאָליקן פּוילן, וואָס די רוסן האָבן אײַנגעשלונגען אין די יאָרן 1939—1941.

די אומבאַשרײַבלעכע ערשטע פֿאַזע פֿון פֿאַרניכטונג אין אוקראַיִנע האָט מען קיינמאָל נישט געפֿאָרשט מיט דער זעלבער פּרטימדיקייט ווי די טויט־לאַגערס. נאָך דער מלחמה האָט מאָסקווע נישט דערלאָזט אַז די וועלט זאָל וויסן, אַז ס'רובֿ דערמאָרדעטע זענען געווען ייִדן, נישט נאָר "סאָוועטישע בירגער". אין דעם זין, ווי אין אַ סך אַנדערע, איז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד געוואָרן אַן אמתער "פֿאַרראַטן"־פֿאַרבאַנד.

מיט דער "פּערעסטרויקע" האָט דער שיקרות־שאָטן אָנגעהויבן פֿאַרשוווּנדן. צום גליק, האָט אין די לעצטע יאָָרן זיך באַוויזן פּער דעבואַ, אַ פֿראַנצויזישער גלח, וואָס לאָזט נישט דעם עבֿר נעלם צו ווערן. ער באַמיט זיך צונויפֿנעמען די שפּורן פֿון מאַסן־מאָרד אין אוקראַיִנע, די זאַכלעכע באַווײַז־מאַטעריאַלן: די פֿאַרזשאַווערטע קוילן, גראַנאַטן און אַנדערע — דאָס געווער פֿון רציחה. ער איז געפֿאָרן דורך אוקראַיִנע מיט אַ פֿילם־מאַכער, אַ געווער־ספּעציאַליסט, און אַ מאַפּע־עקספּערט און במשך פֿון פֿינף יאָר אויסגעגראָבן 800 קבֿרים מיטן צעשטערטן געביין פֿון די ייִדן־קרבנות. ער האָט פֿאַרשריבן 700 אינטערוויוען מיט עדות, אוקראַיִנער, הײַנט אין עלטער פֿון אַרום אַכציק יאָר, וואָס זענען דעמאָלט געווען קינדער, בחורים און מיידלעך. זיי האָבן געזען מיט זייערע אייגענע אויגן די אומגלייבלעכע אַכזריות.

אין זײַן בוך "האָלאָקאָסט בײַ בולעטס" (חורבן דורך קוילן) און אויף דער אויסשטעלונג מיטן זעלבן נאָמען אינעם "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" אין מאַנהעטן, באַשרײַבט פּער דעבואַ דעם שוידער, וואָס גייט נאָך דעם לייענער לאַנג נאָך דעם ווי מע פֿאַרמאַכט דאָס בוך, אָדער מע פֿאַרלאָזט דעם מוזיי.

אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אָפּגעהאַלטן אינעם מוזיי, האָט פּער דעבואַ דערציילט וועגן זיך און זײַן שליחות. ער איז אַן אייניקל פֿון אַ פֿראַנצויזישן פּויער אין דעם ברעס־ראַיאָן, וואָס איז אין דער צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿאַרשיקט געוואָרן אין אַ דײַטשישן קריגס־לאַגער אין דער נאַצי־אָקופּירטער אוקראַיִנע. דער זיידע האָט קיינמאָל נישט געוואָלט רעדן וועגן זײַנע איבערלעבונגען. אָבער ווען זײַן אייניקל האָט אים צוגעדריקט צו דער וואַנט, האָט ער געזאָגט: "פֿאַר אונדז איז דער קריגס־לאַגער געווען שווער. עס איז נישט געווען וואָס צו עסן. מיר האָבן נישט געהאַט קיין וואַסער; מיר האָבן געגעסן גראָז, אָדער לופֿטלעך. אָבער פֿאַר די אַנדערע איז דאָס געווען נאָך ערגער."

אויסצוגעפֿינען ווער די "אַנדערע" זענעןַ געווען, איז געוואָרן דער ציל פֿונעם יונגן פּאַטריק דעבואַ. ווי אַ צוועלף־יאָריק ייִנגל איז ער געזעסן אין דער שטאָטישער ביבליאָטעק אין שאַלאָן, פֿראַנקרײַך, און געקוקט אויף בילדער פון ייִדן אינעם בערגען-בעלדזן לאַגער. ער האָט פֿאַרמאַכט דאָס בוך מיט די אויסטערלישע אימאַזשן און שטילערהייט געזאָגט צו זיך: "יעצט פֿאַרשטיי איך דעם זיידנס סוד. די אַנדערע זענען געווען די ייִדן."

נישט נאָר איז פּער דעבואַ צוריקגעפֿאָרן צום לאַגער, וווּ זײַן זיידע האָט געליטן, ער האָט אויך געפֿונען די מאַסן־קבֿרים פֿון "די אַנדערע", וואָס האָבן געליטן מער. אַ סך מער...

די דײַטשן האָבן פֿאַרוואַנדלט דעם פּייסאַזש פֿון אוקראַיִנע אין אַ שחיטה־הויז פֿאַר מענטשן. פּער דעבואַ איז געפֿאָרן אין אַזעלכע שטעט און שטעטלעך ווי בערדיאַנסק, מעזשביזש, בייִסק, וואָסקרעסענסקי, וווּ די ערד רוט נאָך אַלץ נישט.

אַלץ וואָס די דײַטשן האָבן געטאָן צו באַהאַלטן זייערע פֿאַרברעכנס, וויל פּער דעבואַ איצט אויפֿדעקן. אין 1942 האָט הײַנריך הימלער, דער "עס־עס"־פֿירער, אָנגעהויבן די "אָפּעראַציאָן 1005" — די אַקציע אויסצוגראָבן און פֿאַרברענען די קערפּערס פֿון די אויסגעמאָרדעטע ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, ספּעציעל פֿון די קרבנות פֿון די "אַײַנזאַצגרופּן." הימלער האָט געוואָלט אויסמעקן די שפּורן פֿון די מערדערײַען. אָבער פּער דעבואַ שטעלט זיך אנטקעגן דער טײַוולאָנישער האַנט פֿון פֿאַרגעסעניש.

אין זײַנע וואַנדערונגען איבער דער פֿאַרשאָלטענער ערד פֿון אוקראַיִנע, רוסלאַנד און בעלאַרוס, אין זײַנע איטערוויוען פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע "יחד־אין־אונום", וועלכע ער האָט געגרינדעט אין 2004, שטעלט פּער דעבואַ אויף אַ מצבֿה פֿאַר אַ גאַנצער קולטור און ציוויליזאַציע, וועמענס דערשטיקטער געשריי וועט אייביק אָפּקלינגען אין אונדזער זכּרון.