פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

ווען דער פּראָמינענטער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿינאַנציסט מײַקל מילקען איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר שווינדלערײַ אין 1989, איז עס געווען אַ מיאוסער מאָמענט פֿאַר די אַמעריקאַנער ייִדן, אָבער געליטן דערפֿון האָבן זיי נישט. פֿאַרקערט, די "מילקען־פֿונדאַציע" איז דווקא געווען, און איז נאָך הײַנט אויך אַ שטיצער פֿון אַ צאָל ייִדישע צדקה־אָרגאַניזאַציעס.

די איצטיקע געשיכטע מיט בערנאַרד מיידאָף, דער ייִדישער געשעפֿטסמאַן, וועלכער איז מיט צוויי וואָכן צוריק אַרעסטירט געוואָרן פֿאַר האָבן אָנגעפֿירט מיט אַ ריזיקן אינטערנאַציאָנאַלן שווינדל, איז שוין אָבער גאָר אַן אַנדערע מעשׂה. דאָ זענען זײַנע גרעסטע קרבנות געווען די ייִדן אַליין.

מיידאָפֿס בלאָף, וואָס הייסט אַ "פּאָנזי־אינטריגע", האָט געאַרבעט אַזוי: ער פֿלעג איבערגעבן זײַנע אינוועסטאָרן וועגן דעם שיינעם פּראָפֿיט וואָס זיי האָבן געקראָגן, אָבער די אינוועסטאָרן האָבן נישט געוווּסט, אַז דער רווח איז בלויז געווען אויפֿן סמך פֿון געלט, וואָס איז אַרײַנגעקומען פֿון נײַע אינוועסטאָרן. דערבײַ האָט מיידאָף זיי איבערצײַגט אַרײַנצולייגן בײַ אים נאָך מער געלט.

עס גיט אַ ריס בײַם האַרצן צו זען וויפֿל געלט די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿאַרלוירן דורך דעם פֿאַרברעכן: "ישיבֿה־אוניווערסיטעט" — צווישן 100 און 125 מיליאָן דאָלאַר; "הדסה" — 90 מיליאָן; "אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט פֿונעם טכניון" — 72 מיליאָן; די "קאַרל און רות שאַפּיראָ משפּחה־פֿונדאַציע", וואָס גיט מתּנות דעם "בראַנדײַס־אוניווערסיטעט" — 145 מיליאָן; דער "מאָרטימער צוקערמאַן־פֿונדאַציע" — 30 מיליאָן; "אלי וויזעל־פֿונדאַציע" — 15.2 מיליאָן. אויך עטלעכע ייִדישע טאָגשולן האָבן אַ סך פֿאַרלוירן: די רמ״ז־שול אין מאַנהעטן — 6 מיליאָן, די "סאַלאַנטער עקיבֿא אַקאַדעמיע אין ריווערדייל" — 1.2 מיליאָן, און נאָך צענדליקער אַנדערע אָרגאַניזאַציעס.

לויט אַן אַרטיקל דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק אין דער "ניו־יאָרק פּאָסט" (New York Post), האָבן די מיטגלידער פֿון דער פֿאַרמעגלעכער אָרטאָדאָקסישער שיל, "פֿיפֿט עוועניו סינאַגאָגע", געליטן אַ היזק פֿון נישט ווייניקער ווי 2 ביליאָן דאָלאַר — ענלעך צו דער סומע געלט וואָס מיידאָפֿס גאָלף־חבֿרים בײַם "פּאַם־ביטש קאָנטרי קלאָב", אין פֿלאָרידע האָבן פֿאַרשפּילט.

די פֿראַגע איז, ווי אַזוי זענען אַזוי פֿיל ייִדן (ווי אויך אַ צאָל נישט־ייִדישע יחידים און אינסטיטוציעס) אַזוי גרינג אַרײַנגעפֿאַלן אין דער פּאַסטקע? זענען נישט געווען קיין רמזים, אַז עפּעס איז דאָ נישט כּשר? האָבן זיי נישט איבערגעקוקט די פֿינאַנץ־באַריכטן, וואָס מע האָט זיי געשיקט יעדן קוואַרטאַל?

אַ פֿינאַנציעלע ספּעציאַליסטין, וואָס האָט אַ מאָל אַליין אָנגעפֿירט מיט אַ hedge fund, און איז זייער נאָענט פֿאַרבונדן מיט איינער פֿון די "צעקלאַפּטע" אינסטיטוציעס, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אויפֿן תּנאי, נישט אָנצוגעבן איר נאָמען, אַז אין דער אמתן זענען געווען אַ צאָל סימנים, וואָס, צוריקקוקנדיק, האָט עס געדאַרפֿט אַרויסרופֿן אַן אַלאַרם.

"דאָ רעדט זיך וועגן צוויי מינים אינוועסטאָרן," האָט זי דערקלערט. "די וועלכע האָבן אינוועסטירט דירעקט דורך מיידאָפֿן, און די וועלכע האָבן אינוועסטירט דורך אַ פֿאָנד, וואָס האָט דערנאָך אַליין אינוועסטירט דורך מיידאָפֿן. יעדע גרופּע האָט געקראָגן אַן אַנדערן מין פֿינאַנץ־באַריכט."

די דירעקטע אינוועסטאָרן פֿלעגן קריגן באַריכטן פֿון מיידאָפֿן אַליין, וווּ ס׳איז פּרטימדיק געווען אויסגערעכנט יעדער כּלומרשטיקער משׂא־ומתן פֿונעם קוואַרטאַל: זײַטן בײַ זײַטן, וואָס גיבן איבער ווי מע האָט אינוועסטירט די אַקציעס אין באַרימטע פֿירמעס ווי Johnson and Johnson אָדער S&P 100. אַז מע האָט מיידאָפֿן געפֿרעגט: "ווי אַזוי קריגסטו תּמיד אַזוינע געראָטענע רעזולטאַטן?" — פֿלעג ער דערקלערן זײַן סטראַטעגיע אַזוי: ער האַלט דאָס געלט אין פּשוטע, פֿאַרלאָזלעכע רעגירונג־אָבליגאַציעס, אָבער דערנאָך, ווען עס גיט זיך פּלוצלינג אײַן אַ געלעגנהייט, אינוועסטירט ער דאָס געלט אויף זייער אַן אַגרעסיוון, קאָמפּליצירטן אופֿן — אין אַקציעס, גאָלד, גרונט־מיסחר און אויסלענדישע אַקציעס. מיט אַנדערע ווערטער, אַנשטאָט צו אינוועסטירן אויף לאַנגע יאָרן, איז זײַן סטראַטעגיע געווען: "קויפֿן הײַנט, פֿאַרקויפֿן מאָרגן און אײַנקאַסירן די דיפֿערענץ". מיט די ווערטער פֿלעג ער באַרויִקן זײַנע אינוועסטאָרן.

דערצו, ווען אַן אינוועסטאָר האָט פֿאַרלאַנגט מע זאָל אים אומקערן צוויי מיליאָן דאָלער, האָט מיידאָף אים תּיכּף צו ליב געטאָן. דאָס האָט געגעבן דעם אײַנדרוק, אַז זײַן פֿירמע פֿאַרמאָגט טאַקע אַ מאַיאָנטעק. אָבער די אמתע סיבה פֿאַר וואָס ער האָט דאָס געלט געקענט אַזוי גיך אומקערן איז, ווײַל ס׳רובֿ פֿון דער צײַט איז עס געווען אינוועסטירט אין די פּשוטע רעגירונג־אָבליגאַציעס, וואָס איז גלײַך ווי מזומן.

געוויסע אינוועסטיציע־מעקלער, וועלכע האָבן קיין מאָל נישט אינוועסטירט דורך מיידאָפֿן זאָגן איצט, אַז ווען זיי האָבן געפּרוּווט אים נאָכמאַכן צו באַקומען די זעלבע אויסערגעוויינטלעכע רעזולטאַטן, האָט זיך עס זיי נישט אײַנגעגעבן. הערי מאַרקאָפּאָלאָס, אַן עקספּערט פֿון אַזעלכע שווינדלערײַען האָט נאָך אין יאָר 1999 איבערגעגעבן דער בערזע־און־פֿינאַנץ־קאָמיסיע וועגן אַ מעגלעכער שווינדלערײַ בײַ Madoff Investment Securities, טענהנדיק, אַז מיידאָפֿס שטענדיק הויכע רעזולטאַטן זענען מאַטעמאַטיש אוממעגלעך. קיינער האָט אָבער זײַנע וואָרענישן נישט אָנגענומען ערנסט.

"ס׳האָט אויך געדאַרפֿט אַרויסרופֿן אַ חשד, וואָס קיינער האָט קיין מאָל נישט געהערט פֿון זײַן חשבון־פֿירונג־פֿירמע," האָט די פֿינאַנציעלע ספּעציאַליסטקע דערקלערט. "ווען אַ מנדבֿ גיט עמעצן 30 מיליאָן דאָלאַר צו אינוועסטירן, וויל ער געוויינטלעך זען, אַז די חשבון־פֿירונג־פֿירמע איז אַ באַרימטע, מיט אַ גלענצדיקער רעפּוטאַציע ווי, למשל, Ernst Young אָדער Pricewaterhouse. מיידאָפֿס חשבון־פֿירמע איז געווען עפּעס אַ קליינער, אומבאַקאַנטער ביוראָ אין מאָנסי, נ״י."

און וואָס איז שייך דער צווייטער גרופּע אינוועסטאָרן — די וואָס האָבן אינוועסטירט זייער געלט אין אַ פֿאָנד אָדער באַנק, וואָס האָט דערנאָך אינוועסטירט דאָס גאַנצע געלט, אָדער אַ טייל דערפֿון, אין מיידאָפֿן? דער פֿינאַנציעלער באַריכט וואָס די גרופּע אינוועסטאָרן האָט באַקומען איז נישט געווען פֿון מיידאָפֿן, נאָר פֿון דעם פֿאַרמיטלער. איינער פֿון די פֿאַרמיטלער, עזרא מערקין, וואָס זײַן פֿירמע, Ascot, ווערט איצט אַליין אָנגעקלאָגט אין געריכט צוליב דעם מיידאָף־סקאַנדאַל, פֿלעג אַרויסשיקן דעם פֿינאַנציעלן באַריכט אויף זײַן אייגענעם ביוראָ־פּאַפּיר, מיטן נאָמען פֿון זײַן אייגענער חשבון־פֿירונג־פֿירמע, וואָס איז דווקא יאָ געווען אַ באַקאַנטע פֿירמע. דאָ אָבער זענען די טראַנזאַקציעס נישט געווען אַזוי פּרטימדיק, נאָר פּשוט איבערגעגעבן וויפֿל מיליאָנען מע האָט אינוועסטירט אין מיידאָפֿן, וויפֿל אין אַ צווייטער פֿירמע, וויפֿל אין אַ דריטער, אאַז״וו.

שטעלט זיך די פֿראַגע: איז דאָס געווען אַ קאָנספּיראַציע פֿון מיידאָף און מערקין? "דאָס איז שווער צו גלייבן, ווען מע זעט וויפֿל געלט מערקין האָט אַליין פֿאַרלוירן," האָט געענטפֿערט די פֿינאַנציעלע ספּעציאַליסטין. "כ׳וואָלט גיכער חושד געווען מיידאָפֿס זין און זײַנע אַנדערע קרובֿים. ס׳איז פּשוט נישט מעגלעך, אַז זיי האָבן גאָרנישט געוווּסט דערפֿון."

מיידאָף וועט מסתּמא פֿאַרברענגען זײַנע איבעריקע יאָרן אין תּפֿיסה, אָבער דאָס וועט זײַן אַ קנאַפּע נחמה פֿאַר די ייִדישע יחידים און אינסטיטוציעס, וועלכע זענען אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַן נעץ. אַחוץ די ביליאָנען דאָלאַרן וואָס ער האָט צוגעגנבֿעט בײַ די אומשולדיקע, האָט מיידאָף געטאָן עפּעס נאָך ערגערס: קאַליע געמאַכט דעם אַלטן היימישן צוטרוי צווישן איין ייִד און דעם צווייטן.