פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינער פֿון די הויפּט-אונטערשיידן צווישן אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם און אַ סיסטעם, וועלכע מאַכט נאָר אַן אָנשטעל פֿון זײַן אַ דעמאָקראַטישע, באַשטייט אין דעם, וואָס די ערשטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, דעם בירגער, און די צווייטע האָט דעם ציל צו פֿאַרטיידיקן די קאַטעגאָריע מענטשן, וואָס שטייען בײַם רודער פֿון דער מלוכה. די סאָוועטישע "דעמאָקראַטיע" האָט געאַרבעט לויט דעם צווייטן פּרינציפּ, ווײַל פֿון סאַמע אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה האָט דער מענטש קיין ווערט ניט געהאַט. דער ייִדישער דיכטער ה. לייוויק האָט אין 1925, בעת זײַן נסיעה קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, באַמערקט, אַז מענטשן — ניט בלויז אַקטיוויסטן נאָר אויך געוויינלעכע שטעטלדיקע ייִדן — האָבן געוויזן די נטיה צו זאָגן "מיר" אין די פֿאַלן, ווען מע זאָגט בדרך-כּלל "איך". דער רוסישער שרײַבער יעווגעני זאַמיאַטין האָט אַפֿילו אַזוי אָנגערופֿן זײַן באַקאַנטן ראָמאַן — "מיר".

קאָלעקטיוויזם איז תּמיד געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון סאָוועטישן באַוווּסטזײַן. אַ יחיד האָט ניט געטאָרט "זיך אָפּרײַסן פֿונעם קאָלעקטיוו". דאָס האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אַפֿילו אויף דער רוסישער קולטור פֿון טרינקען משקה. מע האָט תּמיד געקוקט קרום אויף אַ מענטשן, וואָס האָט געטרונקען אַליין, אָן אַ קאָמפּאַניע. דאָס איז שוין געווען גאָר אַ שלעכטער סימן פֿון אַ שיכּור. אַנדערש האָט מען אָפּגעשאַצט אַ קאָלעקטיוון אופֿן פֿון אָנזשליאָקען זיך — דאָס האָט אויסגעזען לײַטיש.

אָבער די מלוכה איז פֿאַרבליבן, פֿאַרשטייט זיך, וויכטיקער פֿון אַלץ, אַפֿילו פֿון אַ קאָלעקטיוו. אַזאַ טראַדיציע האָט זייער פֿעסטע פּאָזיציעס אויך אין איצטיקן רוסלאַנד. ניט נאָר דער המון, אָבער אויך דער אינטעליגענטנער עולם איז בדרך-כּלל זיכער, אַז זייער לאַנד וועט זיך פּשוט צעפֿאַלן אין אַ שרעקלעכן, ממש אַפּאָקאַליפּטישן כאַאָס, אויב מע וועט אײַנפֿירן ריכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. אויף אָט דער מורא פֿאַר אַ תּוהו-ובֿוהו האַלט זיך די פּאָפּולערקייט פֿון פּוטינס נוסח פֿון רעגירן.

ווי אַ מוסטער פֿון אַ כאַאָס קוקט מען אויף אוקראַיִנע, וווּ די מלוכישע סיסטעם זעט אויס אין גאַנצן פּאַראַליזירט. די אידעאָלאָגישע צעשפּליטערונג פֿון דער באַפֿעלקערונג איז דעמאָקראַטיש אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין פּאַרלאַמענט און — עס טוט זיך חושך. די רוסישע מעדיאַ פּאָסמאַקעוועט זיך פֿון די געשעענישן אין דער "ברידערלעכער" נאַציע. מע פֿאַרגעסט, אמת, צו זאָגן, אַז ניט ווייניק דעמאָקראַטיעס (למשל, איטאַליע און ישׂראל) האָבן לאַנגע יאָרן געלעבט און לעבן נאָך איצט אין אַזאַ כּמו-פּאַראַליטש פֿון דער מאַכט, אָבער זיי בלײַבן פֿונדעסטוועגן דעמאָקראַטיעס און אַ טייל פֿון דער מערבֿדיקער ציוויליזאַציע.

אין רוסלאַנד איז, פֿאַרשטייט זיך, דער מצבֿ אַ מער קאָמפּליצירטער. ס׳איז נאָך אַלץ אַ קאָלאָניאַלע אימפּעריע מיט אַ היפּש ביסל נאַציאָנאַלע טעריטאָריעס — טאָטערן, קאַלמיקן, טשעטשענער, אינגושן און אַזוי ווײַטער. אַפֿילו די ייִדן האָבן אַ שטיקל טעריטאָריע — ביראָבידזשאַן. דאָס אַלץ איז אַ יסוד פֿאַר ערנסטע קאָנפֿליקטן, בתוכם פֿון אַזאַ בלוטיקן שניט, ווי מע האָט שוין געהאַט מיט די טשעטשענער. איצט איז דאָרטן כּמעט שטיל, ווײַל די ווייניק-דעמאָקראַטישע רוסישע סיסטעם האָט אָפּגעגעבן די רעפּובליק אין די הענט פֿון אַ ווייניק-געבילדעטן, אָבער (דערווײַל) לאָיאַלן באַנדיט.

די צרה פֿון רוסלאַנד באַשטייט אויך אין דעם, וואָס דער קורצער פּעריאָד פֿון דעמאָקראַטיע אין די ערשטע יאָרן נאָך דער צעפֿאַלונג פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ווערן אַסאָציִיִרט מיט גוואַלדיקע עקאָנאָמישע שוועריקייטן, מיט דער ניט-יושרדיקער פּריוואַטיזאַציע פֿון דער עקאָנאָמיע און מיט פֿילצאָליקע פּסיכאָלאָגישע טראַוומעס — סײַ אַלגעמיין-נאַציאָנאַלע סײַ פּערזענלעכע. דער סוף איז אַז דעמאָקראַטיע איז אַ מיאוס וואָרט, פֿון וועלכן עס ווייעט מיט אַמעריקע, און אַמעריקע איז דאָך אין רוסלאַנד געוואָרן דער סימבאָל פֿון אַל דאָס בייזס פֿון דער הײַנטיקער משוגענער וועלט. דערצו נאָך קומט איצט פֿון אַמעריקע די כאָלערע פֿון עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. און ניט ווייניק מענטשן אין רוסלאַנד גלייבן, אַז די אַמעריקאַנער האָבן עס געמאַכט בכּיוון, כּדי אונטעררײַסן רוסלאַנד.

פֿאַר פּוטינס כאַליאַסטרע איז עס זייער אַ גוטער מאָמענט צו בײַטן די געזעצן. די קאָנסטיטוציע האָט מען שוין "געאַמענדעוועט": דער קומענדיקער פּרעזידענט (ווידער פּוטין?) וועט קענען קאָמאַנדעווען אין משך פֿון אַ טוץ יאָר — צוויי טערמינען צו זעקס יאָר (איצט איז דערלויבט, ווי אין אַמעריקע, נאָר צוויי מאָל צו פֿיר יאָר). דאָס האָט מען שוין אַראַפּגעשלונגען. איצט איז אין פֿולן גאַנג דער פּראָצעס פֿון ליקווידירן די געזעצן, וועלכע פֿאַרטיידיקן דעם יחיד, און — צוריק צו, אין תּוך אַרײַן, סטאַליניסטישע מעטאָדן. לעצטנס האָט מען אָנגענומען אַ געזעץ, וואָס דערלויבט זיך אָפּצוזאָגן פֿון זשוריִען פֿאַר געריכטן קעגן טעראָריסטן, שפּיאָנען וכ׳. די רעגירונג פֿילט זיך באַקוועמער, ווען מיט אַזעלכע ענינים באַשעפֿטיקט זיך נאָר אַ ריכטער, בפֿרט נאָך, אַז רוסישע ריכטער זײַנען טרויעריק באַקאַנט ווי געטרײַע דינער פֿון דער רעגירונג.

און נאָך איין נײַעס: אַ געזעץ, וואָס גיט אַ מער בייגעוודיקע דעפֿיניציע פֿאַר מלוכה-בגידה צי, פּשוט געזאָגט, פֿאַרראַט. ווי עס זאָגן מומחים אין יורידישע זאַכן, וועט מען קענען באַשולדיקן שיִער ניט יעדן מענטשן. צוריק גערעדט, אין סטאַליניסטישע צײַטן האָט מען טויזנטער לײַט רעפּרעסירט ווי "מעגלעכע שפּיאָנען". אויב סטאַלין און זײַנע מעטאָדן זײַנען אַזוי פּאָפּולער בײַם רוסישן עולם, טאָ פֿאַר וואָס ניט אָפּשפּיגלען עס אויך אין די געזעצן?