ליטעראַטור, קונסט
אַנטואַן בלאַנשאַר, "דער ווערף פֿון לוּוור"
אַנטואַן בלאַנשאַר, "דער ווערף פֿון לוּוור"

דער ייִדישער בית-עולם לעם לענינגראַד.
אַ קרומער פּלויט פֿון צעפֿוילטער פֿאַנערע.
הינטער דעם פּלויט ליגן נאָכ׳נאַנד
יוריסטן, הענדלער, מוזיקאַנטן, רעוואָלוציאָנערן.

...

ניט געדענקט און ניט פֿאַרגעסן.
גאָרניט און אַלצדינג.
בײַם קרומען פּלויט פֿון פֿוילער פֿאַנערע,
פֿיר קילאָמעטער פֿון טראַמווײַ־רינג.

פֿון יוסף בראָדסקיס ליד אויף רוסיש, 1958

מיט 120 יאָר צוריק האָט זיך אין דער אַמעריקאַנער שטאָט ריטשמאָנד, שטאַט ווירדזשיניע, געעפֿנט די ערשטע שטענדיקע ליניע פֿון עלעקטרישע טראַמווײַען, וועלכע האָט פֿונקציאָנירט ביז 1949.

אין די 1830ער יאָרן האָבן אַ צאָל דערפֿינדער און וויסנשאַפֿטלער אַרום דער וועלט אָנגעהויבן עקספּערימענטירן מיט עלעקטרישע פֿאַרקער-מיטלען. אינעם יאָר 1838, האָט דער פּראָמינענטער פּרײַסיש-רוסישער אַקאַדעמיקער באָריס יאַקאָבי אויסגעפּרוּווט אין פּעטערבורג אַן עלעקטריש שיפֿל מיט 69 אַקומולאַטאָרן; צום ערשטן מאָל איז די עלעקטרישע ענערגיע אויסגענוצט געוואָרן אין אַ פּראַקטישן מאַסן־טראַנספּאָרט. דאָס שיפֿל האָט אַריבערגעפֿירט 14 פּאַסאַזשירן קעגן דעם שטראָם אויפֿן טײַך ניעוואַ.

מאָריץ (באָריס) יאַקאָבי (1801—1874), דער ברודער פֿונעם באַרימטן מאַטעמאַטיקער קאַרל יאַקאָבי, איז געבוירן געוואָרן אין פּאָטסדאַם, אין אַ פֿאַרמעגלכער ייִדישער משפּחה. ער האָט געשאַפֿן און פֿאַרבעסערט אַ ריי וויכטיקע עלעקטרישע מכשירים, אַרײַנגערעכנט מעכטיקע מאָטאָרן, וועלכע זענען שפּעטער אויסגענוצט געוואָרן אינעם טראַנספּאָרט.

אַ פּעטערבורגער טראַמווײַ אויפֿן בילד פֿון איוואַן סלאַווינסקי
אַ פּעטערבורגער טראַמווײַ אויפֿן בילד פֿון איוואַן סלאַווינסקי

דער רוסישער אינזשעניר פֿיאָדאָר פּיראָצקי האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט יאַקאָביס עקספּערימענט מיטן שיפֿל, און אָנגעהויבן קאָנסטרויִרן אַ מער מעכטיקן עלעקטרישן טראַנספּאָרט. אינעם יאָר 1875 האָט ער געשאַפֿן אַן עלעקטרישע באַן-ליניע, און מיט 5 יאָר שפּעטער אויסגעפּרוּווט אויף די פּעטערבורגער גאַסן דעם ערשטן עלעקטרישן טראַמווײַ. בערך אין דער זעלבער צײַט, האָט דער דײַטשישער אינזשעניר ווערנער פֿאָן סימענס דורכגעפֿירט אַן ענלעכן עקספּערימענט אין בערלין.

ביזן הײַנטיקן טאָג בלײַבט אומקלאָר, ווער איז געווען דער ערשטער דערפֿינדער פֿונעם דאָזיקן טראַנספּאָרט-מיטל. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז סימענס האָט אויסגענוצט פּיראָצקיס פּלענער; אַ סך פּעטערבורגער האַלטן דערפֿאַר, אַז פּעטערבורג איז דאָס "געבורט-אָרט", ווי אויך די "קרוינשטאָט" פֿון די טראַמווײַען. לויט דעם "גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן", איז די פּעטערבורגער טראַמווײַ-נעץ אַמאָל געווען די ריזיקסטע אויף דער וועלט. אינעם יאָר 1990 זענען אין דער שטאָט געווען 700 קילאָמעטער טראַמווײַ־רעלסן, אויף וועלכע עס פֿלעגן פֿאָרן 2,200 וואַגאָנען, הגם אין די לעצטע יאָרן, צוליב דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון פּערזענלעכע אויטאָס, האָט די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע פֿאַרמאַכט אַ סך רעלס־ליניעס.

אין אַמעריקע זענען די טראַמווײַען הײַנט ווייניק באַקאַנט, אַחוץ סאַן־פֿראַנציסקאָ און אַ קליינע צאָל אַנדערע שטעט. אין די אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, בפֿרט אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, בלײַבן די טראַמווײַען זייער פּאָפּולער. הגם הײַנט פֿאָרט אין פּעטערבורג אַ קלענערע צאָל טראַמווײַען, אין פֿאַרגלײַך מיט מילאַן און מעלבורן, שפּילן זיי אַ וויכטיקע ראָלע אינעם שטאָטישן לעבן.

אַ ריי קונסט-קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז אין דער אייראָפּעיִשער קולטור, בפֿרט אין רוסלאַנד, פֿאַרנעמען די טראַמווײַען אַן אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויס אָרט, און דינען ווי אַן אינספּיראַציע־קוואַל פֿאַר צענדליקער לידער, בילדער, פֿילמען און גאַנצע ביכער. צום ווייניקסטן דרײַ מוזיקאַלישע גרופּעס אין רוסלאַנד און באָלגאַריע הייסן "טראַמווײַ". אין די 1990ער יאָרן פֿלעגט אין רוסלאַנד אַרויסגיין אַ קינדער-זשורנאַל מיט אַזאַ נאָמען.

למשל, מיט צוויי יאָר צוריק איז אין פּעטערבורג דורכגעגאַנגען אַן אויסשטעלונג פֿון דער קינסטלערין אינאַ סקלאַרעווסקאַיאַ, מיטן נאָמען "שיפֿן און טראַמווײַען". אינעם אַנאָנס האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנט, אַז די טראַמווײַען זענען די "שטאָטישע שיפֿן" און די "נשמה" פֿון פּעטערבורג.

דער טראַמווײַ, ווי אַ באַקוועמער און ביליקער מין שטאָט־טראַנספּאָרט, ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַ "דעמאָקראַטיש אָרט", וווּ עס טרעפֿן זיך כּלערליי מענטשן, און עס קומען פֿאָר פֿאַרשיידענע אינטערעסאַנטע סצענעס — צומאָל עמאָציאָנעלע, קאָמישע און משוגענע. אין פֿאַרגלײַך מיט דער מעטראָ און אויטאָבוסן, וווּ דער גערויש און טרייסלעניש שטערט די פּאַסאַזשירן צו באַקענען זיך איינער מיטן צווייטן, ווערן אין טראַמווײַ געפֿירט נישט זעלטן פֿאַרשיידענע עפֿנטלעכע דיסקוסיעס.

אַחוץ דעם, איז דער טראַמווײַ אויך אַן עלעגאַנטער, חנעוודיקער און שטילער טראַנספּאָרט, וואָס גיט צו אַ געוויסן ראָמאַנטישן און נאָסטאַלגישן טעם צו די שטאָטישע גאַסן. אַ טייל געוועזענע תּושבֿים פֿון פּעטערבורג און אַנדערע גרויסע רוסלענדישע שטעט, וועלכע וווינען איצט אין פֿאַרשיידענע לענדער אַרום דער וועלט, טענהן, אַז אַ שטאָט אָן טראַמווײַען זעט אויס מיאוס און אומפֿרײַנדלעך.

די טעמע פֿון טראַנספּאָרט איז נישט קיין נאָווינע אין ליטעראַטור און קונסט. אַ וואָגן סימבאָליזירט אָפֿט דעם נע־ונד און פֿאַרבײַיִקייט פֿונעם לעבן; אַ שיף קאָן אויך זײַן אַ סימבאָל פֿון טרוים און האָפֿענונג. אַ באַן ווערט אָפֿט פֿאַרבונדן מיטן אומאויסמײַדלעכן גורל; בײַם עלטערן דור ייִדן רופֿט זי אויך אַרויס אַסאָציאַציעס מיטן חורבן.

עלזאַ כאָכלאָווקינאַ, "סאָקאָלניקי, 1950ער יאָרן"
עלזאַ כאָכלאָווקינאַ, "סאָקאָלניקי, 1950ער יאָרן"

דער טראַמווײַ איז אַ פּאַראַדאָקסישער סימבאָל. פֿון איין זײַט, פֿאָלגט ער אַ באַשטימטן מאַרשרוט, ווי אַ באַן. פֿון דער צווייטער זײַט, שטעלט ער זיך כּסדר אָפּ אויף די גאַסן, און ווערט באַטראַכט ווי אַ רויִקער היימישער טראַסנפּאָרט, ווי אַ מין מאָדערנער פֿערד-און־וואָגן. די טראַמווײַען זעען אָפֿט אויס אין די קונסט־ווערק ווי עפּעס לעבעדיקע באַשעפֿענישן — צומאָל גוטע, צומאָל שרעקלעכע. זיי קאָנען סימבאָליזירן סײַ דעם טעכנישן פּראָגרעס, סײַ נאָסטאַלגיע און אַלטמאָדישקייט.

אינעם ראָמאַן "מײַסטער און מאַרגאַריטע", פֿונעם רוסישן שרײַבער מיכאַיִל בולגאַקאָוו, שפּילט דער טראַמווײַ אַ טײַוולאָנישע ראָלע. אַ צופֿעליקע פֿרוי גיסט אויס דעם בוימל אויף דער גאַס, מיט דער הילף פֿונעם שׂטן אַליין, און אַ טראַמווײַ שנײַדט אָפּ דעם קאָפּ איינעם פֿון די פּערסאָנאַזשן, וואָס גליטשט זיך אויס און פֿאַלט אויף די רעלסן.

אין דער דראַמע "אַ טראַמווײַ מיטן נאָמען באַגער", פֿונעם אַמעריקאַנער דראַמאַטורג טענעסי וויליאַמס, סימבאָליזירט דער דאָזיקער טראַנספּאָרט די סתּירותדיקע באַגערן פֿון דער הויפּט־העלדין, בלאַנש דיובואַ, וועלכע ברענגען זי צו אַ פּסיכישער קראַנקייט.

בײַם באַרימטן רוסישן פּאָעט אָסיפּ מאַנדעלשטאַם האָבן זיך די טראַמווײַען אַסאָציִיִרט סײַ מיט היימישקייט און וואַרעמקייט, סײַ מיטן שוידער פֿון סטאַלינס צײַטן. מאַנדעלשטאַם רופֿט זיך אָפּ אינעם יאָר 1931 "אַ טראַמווײַיִש ווײַנשעלע פֿון אַ שרעקלעכער צײַט". ער שרײַבט, אַז ער ווייסט ניט, צוליב וואָס ער לעבט, און פֿאָרט אינעם טראַמווײַ ביז דער סטאַנציע, וווּ מע וועט אויסגעפֿינען, "ווער עס וועט שטאַרבן דער ערשטער".

אַן אַנדער גרויסער רוסישער פּאָעט, ניקאָלײַ גומיליאָוו, האָט אָנגעשריבן אינעם יאָר 1919 דאָס ליד "דער פֿאַרבלאָנדזשעטער טראַמווײַ", אויך פֿול מיט ייִאוש און מרה-שחורה. דער טראַמווײַ יאָגט זיך אינעם ליד דורך דער גאַנצער וועלט, און קאָן זיך נישט אָפּשטעלן. אויפֿן וועג האָט אַ תּלין אָפּגעהאַקט די קעפּ בײַ די פּאַסאַזשירן. "איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז אונדזער פֿרײַהייט איז בלויז דאָס ליכט, וואָס שלאָגט פֿון דאָרט. מענטשן און שאָטנס שטייען בײַם אַרײַנגאַנג אינעם זאָאָלאָגישן גאָרטן פֿון פּלאַנעטן".

אויף אַ טייל אַזעלכע מרה-שחורהדיקע סוזשעטן האָבן, מסתּמא, געווירקט רעאַלע אומגליקן. דער מחבר פֿון די שורות האָט געקאָנט אַ פּעטערבורגער פּאָעטעסע, אַ ייִדישע פֿרוי, וואָס איר טאַטע איז אומגעקומען, ווען ער האָט געפּרוּווט דורכצופֿאָרן אין אַ טראַמווײַ, הענגענדיק אין דרויסן, צווישן די וואַגאָנען; ער איז געפֿאַלן אויף די רעלסן, און האָט טאַקע פֿאַרלוירן דעם קאָפּ. אַגבֿ, אויב מע טוט נישט אַזעלכע סכּנותדיקע קונצן, זענען די טראַמווײַען אַ זייער פֿאַרזיכערטער מין טראַנספּאָרט.

נישט אַלע לידער און דערציילונגען וועגן טראַמווײַען זענען טרויעריק. אויף עטלעכע ספּעציעלע וועבזײַטן, געשאַפֿן דורך די ליבהאָבער פֿון טראַמווײַען אין רוסלאַנד, זענען דאָ אַרום הונדערט לידער וועגן זייער באַליבטן מין טראַנספּאָרט — על-פּי-רובֿ, גאַנץ פֿריילעכע און פּאָזיטיווע.

אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז דער טראַמווײַ אויך נישט קיין זעלטענע "באַשעפֿעניש". אין משה קולבאַקס פּאָעמע "דיסנער טשאַרלז האַראָלד" ווערן טראַמווײַען אַסאָציִיִרט מיטן אינדוסטריעלן רעש פֿון בערלין:

ס׳איז זומער-אָוונט. אַ שטופּערײַ
בײַם באַנהאָף צאָ. עס טראָגט פֿון אונטערערד,
פֿון ליאַרעמדיקן שטאָט־באַן, פֿון טראַמווײַ
מיט היט און היט און פֿריש-ראַזירטע בערד.

אינעם ליד "טראַמווײַען", האָט דער גרויסער פּאָעט-עקזיסטענציאַליסט אַרהן צײַטלין געשילדערט דעם דאָזיקן טראַנספּאָרט ווי שרעקלעכע שדים:

ס״ם לויערט לאַכנדיק און קוועלט.
און בענטשט זײַן וועלט,
וואָס פּלאַצט פֿון רעש און קריגערײַען...
ער שטייט און האָרכט בײַ יעדן ראָג:
וואָס זינגט די גלאָק
פֿון גאַסן, ריזיקע געבײַען,
סאַראַ אַקאָרד
עס נעמען הונגער, זנות און מאָרד,
און ווי עס וויינט: “לית דין ולית דיין"...

דזש. האַרוויי, "זכרונות פֿונעם אַלטן ניו-יאָרק"
דזש. האַרוויי, "זכרונות פֿונעם אַלטן ניו-יאָרק"

מיט ווילדער פֿרייד
פֿאַרנעמט ער קללות, פּוסטע רייד,
דאָס גאַנצע טומלען, קלינגען, ברײַען,
און לוסטיק זעט
זײַן אויג, ווי ס׳ציט זיך דורך די שטעט
זײַן קייט פֿון שדים — די טראַמווײַען...

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַן אַנדער וואַריאַנט פֿונעם זעלבן ליד הייסט "סמאל" — דער שדים־קיניג. אין אַן אַנדער ליד, דערמאָנט צײַטלין די טראַמווײַען אין שײַכות מיט אַ לוויה:

שפּאַנען אין שוואַרצן צוויי פֿערד,
שאָטנדיק פֿלאַטערן בערד,
שפּיציק גייט אויף אַ געוויין.
אַ צעהיצטער טראַמווײַ גיט אַ קלונג —
און בלײַבט שטיין.
עס שטאַרבט אים אונטער די רעדער
אַ בלויער עלעקטרישער פֿונק.
אַזוי לעשט זיך דער בן-אָדם, אַזוי מוז יעדער
גיין נאָכן מלאך-המוות
אַהיים צו די אָבֿות.

נישט אַלע ייִדישע לידער וועגן טראַמווײַען האָבן אַזאַ נעגאַטיוון טעם. די פּאָעטעסע ביילע שעכטער-גאָטעסמאַן זינגט אין איר אַלבאָם דאָס ליד "ס׳איז לויטער דער רוסישער סטעפּ", וואָס שטאַמט פֿון איציק פֿעפֿערס געדיכט "ס׳איז שיין דער אוקראַיִנישער סטעפּ". אינעם פֿאָלקס-וואַריאַנט, איז פֿעפֿערס שורה "און שורשעט מיט יום-טובֿ מיט נײַעם" מגולגל געוואָרן אין "דורך די מאָסקווער טראַמווײַען".

אינעם אַלטן "בלאַטן" ליד "קיִעווער טראַמווײַ" ווערט אויסגעלאַכט די שטופּערײַ און מהומה אין די אַמאָליקע טראַמווײַען:

בײַ דעם טראַמווײַ סע שטייט אַן אָטשערעד צום שטערן,
טראַמווײַ קומט אָן, און אַלע הייבן אָן צו קוועלן,
און מאָמענטאַלנע ווערט אַ קוויטשערײַ,
ברענען זאָל דער קיִעווער טראַמווײַ.

צוליב זייער עסטעטיש-מיסטישן חן, אינספּירירן די טראַמווײַען אויך אַ סך קינסטלער; דאָ ווערן געבראַכט עטלעכע באַטעמטע מוסטערן פֿון אַזאַ "טראַמווײַ־קונסט".