‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער מחבר קריגט אַ מציאה אין מאַרק
דער מחבר קריגט אַ מציאה אין מאַרק

מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, דעם 28סטן יאַנואַר 1994, האָט הלל האַלקין, דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט און פֿילאָלאָג, אַנטפּלעקט אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" אַ שטיקל סענסאַציע, דהײַנו: אַז מוסטאַפֿאַ קעפֿאַל אַטאַטורק (1881—1938), דער טאַטע פֿון דער מאָדערנער טערקישער מלוכה אויפֿגעבויט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן אויף די חורבֿות פֿון דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, איז, משמעות, געווען אַ ייִד, אָדער כּמעט אַ ייִד. וועגן דעם האָט, לאָזט זיך אויס, געשריבן אין זײַנע זכרונות איתּמר בן-אבֿ״י, וועמעס ריכטיקער נאָמען איז בן-ציון בן-יהודה (1882—1943) — דער לעגענדאַרער זון פֿונעם נאָך מער לעגענדאַרן אליעזר בן-יהודה. די צוויי יונגע מענטשן האָבן זיך צופֿעליק באַגעגנט אין יאָר 1911, און מוסטאַפֿאַ קעפֿאַל, וואָס האָט דעמאָלט נישקשהדיק אויסגעטרונקען; ער האָט עס בכלל ליב געהאַט און איז פֿרי אַוועק פֿון לעבן צוליב זײַן רויִנירטער לעבער. בגילופֿין, האָט ער דערציילט דעם ערשטן מאָדערנעם מאַמע-לשונדיקן העברעיִש-רעדער, אַז ער שטאַמט פֿון ייִדן, פּינקטלעכער פֿון די סאַלאָניקער שבתי-צבֿיניקעס. אין טערקײַ האָט מען די דאָזיקע סעקטע גערופֿן "דאָענמע".

תּחילת האָט מען אויף האַלקינס אַרטיקל מכּוח אַטאַטורקס מעגלעכער ייִדישקייט ניט רעאַגירט. אָבער שפּעטער האָט די דאָזיקע מעשׂה יאָ צוגעצויגן אויפֿמערקזאַמקייט פֿון אייניקע מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן. זיי טענהן איצט, און דער אינטערנעט איז פֿול מיט אָט די טענות, אַז אַ "קריפּטאָ-ייִד" (דאָס הייסט, אַטאַטורק) האָט אַראָפּגעפֿירט טערקײַ פֿונעם גלײַכן מוסולמענישן וועג און אַז דאָס לאַנד בלײַבט נאָך אַלץ אין די הענט פֿון ייִדן און זייערע אַגענטן.

אין די עטלעכע טעג, וואָס מיר — מײַן ווײַב און איך — האָבן פֿאַרבראַכט אין סטאַמבול (איסטאַנבול), האָט זיך די ייִדישע ממשלה אין די אויגן ניט געוואָרפֿן. מיט איינעם אַ היגן ייִדן האָבן מיר אַ ביסל גערעדט, אָבער ער האָט לחלוטין ניט אויסגעזען ווי אַ הערשער פֿון טערקײַ צי, לכל-הפּחות, סטאַמבול. זײַן קרעמל אויף דעם ריזיקן סטאַמבולער גראַנד-באַזאַר (מיט פֿיר צי פֿינף טויזנט געשעפֿטן) איז געווען גאָר ניט פֿון די גרעסטע. דער קרעמער האָט געשטאַמט פֿון די קאַווקאַזער באַרג-ייִדן, אָבער זײַנע עלטערן האָבן פֿאַרלאָזט דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד נאָך איידער ער איז געבוירן געוואָרן. ער האָט אונדז דעמאָנסטרירט זײַן פֿליסיקן רוסיש, אָבער דאָס איז איינע פֿון די שפּראַכן, וואָס אַזוי אָדער אַנדערש רעדט איטלעכער באַזאַר-הענדלער.

סטאַמבול איז אַ ריזיקער כּרך, מיט אַלע מאָדערנע קונצן פֿון טראַנספּאָרט. ס׳איז ריין. אָבער אַרכיטעקטוריש איז עס, אין תּוך אַרײַן, ניט זייער שיין צי, לכל-הפּחות, אייגנאַרטיק; אַ חוץ עטלעכע צענטראַלע געגנטן, אַרײַנגערעכנט די אַלטע ייִדישע גאַסן. אויף מײַן אייגענער שקאַלע פֿון שטעט האָט סטאַמבול פֿאַרנומען אַן אָרט ערגעץ לעבן ניו-יאָרק.

אין דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט האָט מען אין דער שטאָט אָנגעבויט טויזנטער מאָדערנע הײַזער-קאַסטנס, אָן אַן אייגן פּנים, אָפֿט מאָל לאַנג-צוריק געפֿאַרבטע צי געקאַלכטע, אָבער מיט אַ סך מעטשעטן צווישן זיי. פֿינף מאָל אַ טאָג — ס׳ערשטע מאָל אַ פֿערטל נאָך זעקס אין דער פֿרי — פֿלעגט זיך די גאַנצע שטאָט צעשרײַען מיט גוואַלד-קולות פֿון אַלע מינאַרעטן: מע האָט גערופֿן די פֿרומע מוסולמענער צום מתפּלל זײַן. ס׳איז אַ קליינער פֿאַרגעניגן, ווען מע הייבט דיך אויף מיט אַזאַ געשריי.

דאָס הייסט ניט, אָבער, אַז ס׳איז ניט כּדאַי צו פֿאָרן קיין סטאַמבול. אַדרבה, כ׳עצה עס יעדן איינעם. די עטלעכע פּאַלאַצן און גרויסע מעטשעטן, וואָס מיר האָבן באַוויזן צו זען, זײַנען אויסערגעוויינטלעך שיין און אינטערעסאַנט. און דאָס אָרט אַליין איז, פֿאַרשטייט זיך, אוניקאַל: אויף דער גרענעץ צווישן אַזיע און אייראָפּע, צווישן דעם שוואַרצן ים און דעם מיטללענדישן ים. אַ סבֿרא, אַז ס׳איז בעסער צו פֿאָרן ניט ווינטערצײַט, ווײַל דער וועטער איז געווען אַ שלעכטער — צווישן אַ רעגן און אַ שניי. כאַראַקטעריסטיש, אַז די רויזן האָבן, אויף צולכהעיס די קעלטן, סײַ-ווי-סײַ געבליט אויף די בלומענבייטן.

אַ געסל אין סטאַמבול
אַ געסל אין סטאַמבול

טיי, בפֿרט אַזוי ווי מע מאַכט עס אין סטאַמבול, איז אַ גוטע סגולה צום טערקישן ווינטער. איך רעד שוין ניט וועגן דער אַכילה, וואָס איז מלא-טעם, בפֿרט נאָך, אַז מע גייט אַרײַן אין אַ קנײַפּע, וווּ די טערקן — ניט נאָר אויסלענדישע טוריסטן — עסן. ס׳איז אַ ביסל ערגער (און דערצו נאָך טײַערער), ווען זיי פּרוּוון מאַכן אייראָפּעיִשע געריכטן. אַזעלכע כּמו-אייראָפּעיִשע מאכלים האָט מען אונדז געגעבן אויף נײַ-יאָר, וואָס איז אַ קליינער יום-טובֿ פֿאַר די היגע תּושבֿים, אָבער אַ גוטע פּרנסה פֿאַר רעסטאָראַנען, וואָס האָדעווען אויסלענדישע טוריסטן.

דער טערקישער עולם איז זייער אַ פֿרײַנדלעכער — מע שמייכלט, מע העלפֿט. די צרה איז, אַז יעדער צווייטער וויל דיר עפּעס פֿאַרקויפֿן: אַ בגד, אַ טעפּעך, אַ וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן צי נאָך עפּעס אַ גילדענע מציאה. זיי הערן ניט אויף דיר אײַנצורעדן אַפֿילו ווען דו זאָגסט זיי אַז דו דאַרפֿסט עס ניט. "און דאָך — אפֿשר וועט איר אַרײַנגיין אין מײַן רעסטאָראַן?" "מיר האָבן שוין אָפּגעגעסן." "אָבער מיר דאַכט זיך, אַז איר זעט נאָך אַלץ אויס הונגעריק." דעם 31סטן דעצעמבער, צען אַ זייגער אויף דער נאַכט, ווען מיר זײַנען געגאַנגען אין אַ רעסטאָראַן ניט ווײַט פֿון אונדזער האָטעל, האָט מען אונדז נאָך אַלץ פֿאָרגעלייגט טעפּעכער און לעדערנע זשאַקעטן. אמת, אויפֿן וועג צוריק, אַרום איינס אַ זייגער אין דער פֿרי, האָט מען אונדז שוין ניט געטשעפּעט, כאָטש אַ היפּש ביסל קליינע שפּײַז-געשעפֿטן זײַנען געווען אָפֿן.

אומעטום זעט מען אַ סך מענטשן. ס׳איז, אַ פּנים, אַ טייל פֿון זייער קולטור — צו האַלטן עטלעכע מענטשן דאָרטן, וווּ איין מענטש קען ספּראַווען זיך אין אַנדערע לענדער. אַפֿילו היסטאָריש איז עס געווען אַזוי: אַ סולטאַן האָט געהאַט אַזש פֿיר ווײַבער און נאָך אַ צאָל פּלגשים. איצט דרייען זיך דער עיקר די מענער, זיי פֿירן די געשעפֿטן — מע פֿאַרקויפֿט, מע פֿאַרנאַרט וכ׳. די פֿרויען באַשעפֿטיקן זיך, אַ פּנים, מיט אַנדערע זאַכן. דאָס הייסט ניט, חס-וחלילה, אַז מע באַהאַלט זיי ערגעץ הינטער הויכע ווענט. מע זעט זיי אויף די גאַסן, אין די רעסטאָראַנען. אייניקע פֿאַרדעקן זייערע האָר, אַנדערע גייען אַרום אין גאַנצן אייראָפּעיִש אָנגעטאָן — דער "ייִד" אַטאַטורק האָט דאָך געשאַפֿן אַ וועלטלעכע מדינה און אַפֿילו אַריבערגעפֿירט די הויפּטשטאָט פֿון סטאַמבול אין אַנקאַראַ.

מע זאָגט, אַז פֿריִער פֿון 2015 האָט טערקײַ קיין שאַנסן ניט צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז מיר אויסגעקומען צו פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אין בוקאַרעשט, וואָס איז איצט איינע פֿון די זיבן-און-צוואַנציק אייראָפּעיִש-פֿאַראייניקטע הויפּטשטעט. כ׳פֿאַרשטיי, אַז בוקאַרעשט איז ניט קיין באַווײַז פֿאַר גאַנץ רומעניע און אַז סטאַמבול איז ניט קיין באַווײַז פֿאַר גאַנץ טערקײַ. אָבער סטאַמבול האָט זיך מיר אויסגעוויזן מער "אייראָפּעיִש" — מאָדערן און אינטערעסאַנט — איידער די רומענישע הויפּטשטאָט.