אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 1טן דעצעמבער 1949, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע, און טאַקע די מלוכה האָט זי פֿאַרמאַכט. דער אָפֿיציעלער אויסרייד איז געווען אַ פֿינאַנציעלער — דער טעאַטער האָט צוגעצויגן ווייניק צושויער. אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ תּירוץ. סטאַלינס בלוטיקער רעזשים האָט זיך דעמאָלט באַשעפֿטיקט מיטן פֿאַרענדיקן דעם פּלאַנמעסיקן פּראָצעס פֿון ליקווידירן דעם גאַנצן בנין פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
הערמאַן בערנשטיין

מיט 95 יאָר צוריק, דעם 5טן נאָוועמבער 1914, איז אין ניו-יאָרק אַרויס דער ערשטער נומער פֿון דער ייִדישער צײַטונג "דער טאָג". די לייענער האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ פֿאָטאָסטאַט פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל און אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון דעם בריוו, מיט וועלכן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וווּדראָו ווילסאָן, האָט באַגריסy די נײַע אויסגאַבע און איר רעדאַקטאָר הערמאַן בערנשטיין. דער פּרעזידענט האָט געשריבן: "... עס טוט מיר אמת הנאה צו וויסן, אַז איר וועט זײַן איר רעדאַקטאָר און טאָן-געבער.

ליטעראַטור, געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער "בונד" האָט מיך תּמיד געחידושט מיט זײַן אומלאָגישקייט. אין מײַנע אויגן זעט עס אויס ווי אַ נאַיִוו-סימפּאַטישער גלויבן. אַ גלויבן איז דאָך אויך ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן לאָגישקייט. אַ סבֿרא, אַז די ענלעכקייט איז אַ גאַנץ געזעצמעסיקע: צו דער בויונג פֿונעם "בונד" האָבן צוגעלייגט די האַנט ניט ווייניק געוועזענע ישיבֿה-בחורים.

לאָמיר זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם בונדיסטישן מין סאָציאַליזם, וואָס האָט געפּרווּוט מאַכן אַ קולטור-אויטאָנאָמישן שבת פֿאַר זיך, צונויפֿפּאָרן אינטערנאַציאָנאַליסטישקייט פֿון מאַרקסיזם מיטן אַשכּנזישן נאַציאָנאַליזם (כאָטש מע האָט עס בשום-אופֿן ניט געטאָרט דעפֿינירן ווי נאַציאָנאַליזם!).

קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941),

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די טעג האָב איך, ווי יעדע וואָך, באַקומען אַן עלעקטראָנישע רעקלאַמע פֿון די פֿרישע אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס". צווישן זיי איז געווען אויך אַזאַ: "שמוציקע ווערטלעך ווערן קיין מאָל ניט פֿאַרעלטערט". עליסאַ סטראַוס, די מחברטע פֿון דער ענטוזיאַסטישער רעצענזיע, לעקט זיך ממש די פֿינגער פֿון דער נײַער אויפֿלאַגע פֿונעם ביכל Yiddish Sayings Mama Never Taught You ("ייִדישע ווערטלעך, וואָס די מאַמע האָט דיך ניט געלערנט").

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זשורנאַליסטן האָבן לעצטנס זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף ניקאָלאַס סאַרקאָזי — מע טענהט, אַז דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט אַלץ איבערגעפּלאָנטערט אין זײַנע זכרונות וועגן דעם טאָג, מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ווען ס׳איז געפֿאַלן די בערלינער וואַנט. מע ברענגט באַווײַזן, אַז היסטאָריש איז דער פּרעזידענט אין גאַנצן ניט גערעכט — ער האָט ניט געקענט זען דאָס, וואָס ער האָט כּלומרשט געזען, און זײַן מיט די מענטשן, מיט וועלכע ער איז כּלומרשט געווען. מיר איז אין דעם זין גרינגער.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ בילד צום אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" פֿון אָנהייב 1930ער יאָרן, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם "ראַדיאָ מאָסקווע"; ל. טראָצקי (רעכטס) און י. סטאַלין

איך האָב זיך ניט באַטייליקט אין די וואַלן דעם 3טן נאָוועמבער, כאָטש אין דעם טאָג בין איך געווען אין ניו-יאָרק. די זאַך איז אַז איך בין ניט קיין אַמעריקאַנער בירגער. אָבער דער פֿאַקט פֿון מײַן אָנגעהעריקייט צו גרויס-בריטאַניע שטייט ניט געשריבן בײַ מיר אויפֿן שטערן, און אין משך פֿונעם גאַנצן טאָג האָט מען מיר אין די הענט געשטופּט פּאַפּירלעך, גערופֿן מיך צו שטימען פֿאַר מײַקל בלומבערגן. וואָס וואָלט איך געטאָן, טאָמער איך וואָלט יאָ געווען אַן אַמעריקאַנער?

מיר דאַכט זיך, אַז פֿאַר בלומבערגן וואָלט איך בשום-אופֿן ניט געשטימט.

ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט דאָס בוך פֿון אירין איבר (Eren Eber), אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג אירע הייסט Chinese and Jews: Encounters Between Cultures (כינעזער און ייִדן: באַגעגענישן צווישן קולטורן). דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 2008, און איך האָב זיך אויף אים אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין אינטערנעץ קוואַלן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט אין מאָסקווע זלמן ווענדראָף (וועגן אים האָב איך שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס" און קלײַב איצט צונויף מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע).

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין בערלין בין איך ניט געווען מער ווי אַ יאָר, און ווידער אַ מאָל האָב איך דערזען ניט ווייניק ענדערונגען אין דער שטאָט — עפּעס אַ בנין האָט מען צעוואַלגערט, עפּעס אויפֿגעבויט, עפּעס רעסטאַוורירט. דער האָטעל איז געווען לעבן אַלעקסאַנדערפּלאַץ, וווּ יעדן אָוונט האָט זיך אינעם הימל אויף די בנינים אָפּגעשפּילט אַ גאַנצע ליכט-פֿאָרשטעלונג; אין דער צווייטער העלפֿט פֿון אָקטאָבער איז אין דער שטאָט אַ פֿעסטיוואַל פֿון ליכט.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך שרײַב עס נאָך דעם ווי כ׳האָב איבערגעלייענט דעם נעקראָלאָג, וואָס די "ניו-יאָרק טײַמס" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 7טן אָקטאָבער. עמעצער האָט דער רעדאַקציע אונטערגעזאָגט, אַז אין טשערנאָוויץ איז, אין עלטער פֿון 97 יאָר, געשטאָרבן דער ייִדישער שרײַבער, יוסף בורג. ס׳איז גוט, פֿאַרשטייט זיך, צו זען, אַז די בכּבֿודיקע צײַטונג רופֿט זיך אָפּ אויף דער פּטירה פֿון אַ שרײַבער פֿון דער וועלט פֿון ייִדיש.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מאַקס ווײַנרײַך

איך קוק אַרײַן פֿון מאָל צו מאָל אין דעם "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער זינט 1897", צונויפֿגעשטעלט דורך אליהו שולמאַן און שמעון וועבער. קיין יאָר טראָגט אויף זיך ניט די אויסגאַבע, אָבער אַרויס איז עס, אַ פּנים, אין 1986. וועגן מאַקס ווײַנרײַכן שטייט דאָרטן געשריבן: "אין 1919 האָט ווײַנרײַך אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַרן 'פֿאָרווערטס’ און זינט דעמאָלט געדרוקט פּאָפּולערע אַרטיקלען וועגן צײַט-פּראָבלעמען און קאָרעספּאָנדענציעס.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בעת דער דיסקוסיע צווישן באָריס סאַנדלער, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (רעכטס) 
און דעם רעדאַקטאָר פֿון "אַלגעמיינער זשורנאַל", גרשון יאַקאָבסאָן אויף "מאַמע־לשון", 1999

די דאָזיקע געשיכטע קען מען אָנהייבן אין יאָר 1953, ווען אין ניו-יאָרק האָט זיך געביטן דער מצבֿ פֿון דער ייִדישער פּרעסע. אין יענעם יאָר האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן צוויי טאָג־צײַטונגען: דער ליבעראַלער "דער טאָג" און דער פֿרומער "מאָרגן-זשורנאַל". דער נײַער "טאָג-מאָרגן-זשורנאַל" האָט געהאַט אַ געמישטע לייענערשאַפֿט — טיילווײַז אַ וועלטלעכע און טיילווײַז אַ טראַדיציאָנעלע. ניט אַלעמען איז עס, פֿאַרשטייט זיך, געווען צום האַרצן.