ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר איז צופֿעליק אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט דאָס בוך פֿון אירין איבר (Eren Eber), אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. די דאָזיקע מאָנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג אירע הייסט Chinese and Jews: Encounters Between Cultures (כינעזער און ייִדן: באַגעגענישן צווישן קולטורן). דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 2008, און איך האָב זיך אויף אים אָנגעשטויסן, זוכנדיק אין אינטערנעץ קוואַלן וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט אין מאָסקווע זלמן ווענדראָף (וועגן אים האָב איך שוין אַ פּאָר מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס" און קלײַב איצט צונויף מאַטעריאַלן פֿאַר אַן אַקאַדעמישער פּובליקאַציע). ווען איך האָב דערזען, אַז ווענדראָפֿס נאָמען באַווײַזט זיך אין אַ באַנד מיט אַזאַ עקזאָטישן טיטל — "כינעזער און ייִדן", האָב איך גענומען אויסטראַכטן פֿאַרשיידענע סצענאַרן — אַז, למשל, ווענדראָף האָט זיך געהאַט אַרײַנגעכאַפּט אין כינע אָדער, לכל-הפּחות, אין ביראָבידזשאַן, צי נאָך עפּעס אַזוינס.

דער אמת איז געווען זייער ווײַט פֿון אָט די ווילדע פֿאַנטאַזיעס מײַנע. ווײַט, אָבער ניט ווייניקער אינטערעסאַנט. איין קאַפּיטל אין אירין איברס בוך דערציילט וועגן כינעזישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע מחברים. בסך-הכּל זײַנען באַקאַנט 40 איבערזעצונגען פֿון דערציילונגען און פּיעסעס. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, גאָר ניט קיין סך, אָבער ס׳איז וויכטיק, וואָס די דאָזיקע איבערזעצונגען האָט מען געמאַכט ניט "סתּם אַזוי", בלויז צוליב דער שיינקייט פֿון די ליטעראַרישע ווערק, נאָר זיי האָבן, דער עיקר, אָפּגעשפּיגלט אַן אידעאָלאָגישן אינטערעס מצד אייניקע כינעזישע אינטעלעקטואַלן.

יאַקאָס האָבן די דאָזיקע אינטעלעקטואַלן באַשלאָסן, אַז דווקא ייִדיש קען זיי דינען ווי אַ מאָדעל פֿון ליטעראַטור, געשאַפֿן אויף דער גערעדטער שפּראַך. אין דער ליטעראַטור אויף ייִדיש האָבן זיי דערהערט אַן אָפּקלאַנג פֿון זייערע אייגענע אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען: פֿון אָפּזאָגן זיך פֿון דער געשריבענער, צוטריטלעכער פֿאַר יחידי-סגולה שפּראַך, "וועניאַן", און אַריבערגיין אויף דעם גערעדטן כינעזיש, "בײַבואַ". כינעזישע רעפֿאָרמאַטאָרן האָבן געזען די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ פּראָדוקט פֿון אַ ליטעראַרישער רעוואָלוציע מיט ענלעכע סאָציאַלע און עסטעטישע צילן. זיי האָבן, דאַכט זיך, ניט פֿאַרשטאַנען, אַז העברעיִש איז צו יענער צײַט שוין אויך ניט געווען אין גאַנצן "וועניאַן".

אַ סבֿרא, אַז קיין קענער פֿון ייִדיש זײַנען אין כינע ניט געווען. וועגן די פֿראַגן פֿון ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור האָט מען זיך דערוווּסט, קודם-כּל, פֿון ענגלישע אויסגאַבעס. די כינעזישע איבערזעצונגען פֿון ייִדישע מחברים האָט מען אויך געמאַכט ניט דירעקט פֿון ייִדיש, נאָר פֿון ענגליש צי עספּעראַנטאָ. שפּעטער, זינט 1949, האָבן זיך באַוויזן אויך איבערזעצונגען פֿון רוסיש. ווי עס ווײַזט אירין איבר, האָט עס פֿון מאָל צו מאָל געגעבן מאָדנע רעזולטאַטן.

אין דער ייִדישע ליטעראַטור האָבן די כינעזישע אינטעלעקטואַלן געפֿונען רעלעוואַנטע רעאַליסטישע בילדער פֿון שווערן לעבן פֿון פּראָסטע לײַט. אירין איבר ווײַזט די סעלעקטיווקייט פֿון די ווערק, וועלכע מע האָט אויסגעקליבן פֿאַרן כינעזישן לייענער. די איבערזעצער האָבן ניט אינטערעסירט אַזעלכע טעמעס ווי ראָמאַנטישע ליבע, אידוסטריאַליזאַציע צי, בכלל, פּראָבלעמען פֿונעם אַרבעטער-קלאַס. די סיפּור-המעשה האָט געדאַרפֿט זײַן מער אָדער ווייניקער קלאָר פֿאַרן כינעזישן לייענער. עס האָבן דאָמינירט טעמעס פֿון סאָציאַלן יושר. ס׳איז געווען וויכטיק צו זען, אַז אַזעלכע טעמעס זײַנען געווען וויכטיק ניט נאָר אין כינע, אָבער אויך אין אַנדערע סבֿיבֿות.

ייִדישע איבערזעצונגען זײַנען אַרויס אויך אין די קאָמוניסטישע צײַטן. אין דער אויסגאַבע פֿון שלום-עליכמס דערציילונגען, וואָס זײַנען אַרויס אין כינע אין די 1950ער יאָרן, איז דער ייִדישער קלאַסיקער כאַראַקטעריזירט געוואָרן ווי אַ "פֿאָלקס-שרײַבער". אירין איבר האַלט, אַז געמיינט האָט מען דערמיט דעם אוניווערסאַלן כאַראַקטער פֿון זײַנע ווערק, אָבער די אוניווערסאַלקייט — בפֿרט די אידעאָלאָגיש־נייטיקע אוניווערסאַלקייט — האָבן די כינעזישע אידעאָלאָגן באַשריבן ווי "פֿאָלקס-ליטעראַטור".

מיר לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל אַ ביסל אַן אַנדערע דערקלערונג. די זאַך איז אַז אין די קאָמוניסטישע צײַטן האָט מען שוין געלייענט רוסישע קוואַלן. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען שלום-עליכמען "סאָוועטיזירט" נאָך אין די 1920ער יאָרן, דאָרטן איז ער געוואָרן דער סאָציאַליסטישער "פֿאָלקס-שרײַבער". קיין חידוש ניט, אַז מע האָט אַזאַ געדאַנק אַריבערגעטראָגן אויך אין דער אָפּשאַצונג פֿון כינעזישע קאָמוניסטישע אידעאָלאָגן. לויט דער צאָל כינעזישע איבערזעצונגען, איז שלום-עליכם, בכלל, געווען דער סאַמע פּאָפּולערער ייִדישער מחבר. אָבער מע האָט אויך איבערגעזעצט אַזעלכע שרײַבער ווי י. ל. פּרץ, דוד פּינסקי, שלום אַש, און אַ דערציילונג פֿון זלמן ווענדראָף — דערפֿאַר איז זײַן נאָמען "אַרויסגעשוווּמען" בעת מײַנע אינטערנעץ-זוכענישן.

איבערזעצונגען פֿון ייִדישע שרײַבער זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין כינע אין די יאָרן צווישן 1920 און 1959. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען אַרויס אין די 1920ער יאָרן, ווייניקער — אין די 1930ער. צוויי איבערזעצונגען האָט מען אַרויסגעגעבן אין די 1940ער יאָרן, אין די געגנטן, וואָס האָבן זיך געפֿונען אונטער דער קאָמוניסטישן קאָנטראָל. צוויי מאָל האָט מען געדרוקט ייִדישע שרײַבער, דער עיקר שלום-עליכמען, שוין אין די קאָמוניסטישע צײַטן, אין 1957 און 1959. מיטן אָנהייב פֿון דער "קולטור-רעוואָלוציע" האָט זיך עס אַלץ אָפּגעשטעלט.