פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין בערלין בין איך ניט געווען מער ווי אַ יאָר, און ווידער אַ מאָל האָב איך דערזען ניט ווייניק ענדערונגען אין דער שטאָט — עפּעס אַ בנין האָט מען צעוואַלגערט, עפּעס אויפֿגעבויט, עפּעס רעסטאַוורירט. דער האָטעל איז געווען לעבן אַלעקסאַנדערפּלאַץ, וווּ יעדן אָוונט האָט זיך אינעם הימל אויף די בנינים אָפּגעשפּילט אַ גאַנצע ליכט-פֿאָרשטעלונג; אין דער צווייטער העלפֿט פֿון אָקטאָבער איז אין דער שטאָט אַ פֿעסטיוואַל פֿון ליכט.

די קאָנפֿערענץ, אויף וועלכער איך בין געקומען, איז געווידמעט דער געשיכטע פֿון רוסיש-ייִדישן בערלין אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות. אין די 1920ער יאָרן האָט זיך אין דער שטאָט זייער אָפֿט געהערט רוסיש און (בפֿרט אין דער געגנט פֿון אַלעקסאַנדערפּלאַץ) ייִדיש. איך בין ניט זיכער צי אַ חוץ מיר און נאָך עטלעכע אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט עמעצער אין דער שטאָט גערעדט ייִדיש. אָבער רוסיש (ווי אויך פּויליש, פֿאַרשטייט זיך) האָב איך געהערט אומעטום. מיר דאַכט זיך, אַז אַפֿילו מער ווי פֿאַראַיאָרן. פֿון בערלין האָב איך געבראַכט אַ פּאָר ביכער, וועלכע מיר איז ניט אויסגעקומען צו זען אין די ניו-יאָרקער רוסישע געשעפֿטן. בעת אין ניו-יאָרק רעדן רוסיש, בדרך-כּלל, ייִדן, איז דער דורכשניטלעכער בערלינער ייִדיש-רעדער ניט קיין ייִדישער. אָבער די אַלוזיעס האָט בײַ מיר די שטאָט אַרויסגערופֿן דווקא ייִדישע.

* * *

איך בין אַרײַן אין אַ ביכער-געשעפֿט. עס האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן אַ טשעמאָדאַן פֿון פֿיברע (צונויפֿגעפּרעסט פּאַפּיר). אין דער וואַליזע ליגן פֿאַרפּאַקעוועט דרײַ-און-דרײַסיק בענד — געזאַמלטע ווערק פֿון יאָהאַן וואָלפֿגאַנג געטע. פֿאַר 99 יוראָ קען מען זיי אַוועקטראָגן אַהיים. איך ווייס ניט צי דער דאָזיקער אײַנפֿאַל געפֿעלט די קונים. אָבער איך שטיי אַ ווײַלע לעבן דער וואַליזע.

פּונקט אַזעלכע פֿלעגט מען צעכאַפּן אין מאָסקווע מיט דרײַסיק יאָר צוריק, ווען מיר האָבן אָנגעגעבן אַ בקשה מע זאָל אונדז דערלויבן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. מע האָט אונדז דעמאָלט, און אויך שפּעטער, ניט אַרויסגעלאָזט, אָבער דעם טאָג פֿונעם 30סטן אָקטאָבער 1979 פֿײַער איך ווי דעם טאָג פֿון מײַן און מײַן משפּחהס בירגערלעכער באַפֿרײַונג. די דאָזיקע באַפֿרײַונג איז אַסאָצייִרט מיט חפֿצים אויך, בפֿרט מיט טשעמאָדאַנען פֿון פֿיברע.

איך געדענק נאָך אַלץ דאָס אָרט אין מאָסקווע, וווּ איך האָב געקויפֿט זעקס אַזעלכע וואַליזעס, צוויי פֿאַר יעדן מיטגליד פֿון אונדזער משפּחה — מיר האָבן דעמאָלט געהאַט נאָר איין קינד. איין קלייניקייט! דאָס האָט געלייזט (האָבן מיר געגלייבט) אַ טייל פֿון די פּראָבלעמען. אַ דאַנק אַזעלכע ביליקע, לײַכטע, אָבער שטאַרקע, וואַליזעס האָט מען געקענט אין די דערלויבטע קילאָגראַמען באַגאַזש אַרײַנלייגן אַ ביסל מער נייטיקע זאַכן. מיר זײַנען געווען צופֿרידן, אָבער — ווי איך פֿאַרשטיי עס איצט — ניט נאָר צוליב די עטלעכע אײַנגעשפּאָרטע קילאָגראַמען. דער עיקר, אַז מיר זײַנען שוין געווען מיט די לײַטן גלײַך. אַלע, וואָס האָבן זיך געקליבן אַרויסצופֿאָרן, האָבן געהאַט אַזעלכע וואַליזעס.

די זעקס טשעמאָדאַנען זײַנען בײַ אונדז געשטאַנען אַ יאָר צען. דערנאָך האָבן זיי טיילווײַל געפֿונען אַנדערע באַלעבאַטים, טיילווײַל האָבן מיר זיי, דאַכט זיך, אַרויסגעוואָרפֿן. ס׳איז געקומען אַ מאָמענט, ווען מיר האָבן שוין אַליין געקענט באַשליסן: צו פֿאָרן אָדער צו בלײַבן. און די טשעמאָדאַנען זײַנען געוואָרן אַן אַטאַוויזם פֿון די צײַטן, ווען דאָס אַרויספֿאָרן איז געווען אָפּהענגיק פֿון דעם ווי עס האָבן זיך געהאַט אַ דריי געטאָן געוויסע שרויפֿן אינעם מלוכה-אַפּאַראַט.

* * *

אַ לאָנטש-הפֿסקה האָט מיך צונויפֿגעפֿירט מיט אַ טוערין פֿון דער בערלינער קהילה. זי איז אַ פֿראַנקפֿורט-געבוירענע, און דאָס איז, דאַכט זיך, די איינציקע זאַך, וואָס איך ווייס וועגן איר. אַפֿילו איר נאָמען איז מיר ניט באַוווּסט, ווײַל די ברילן ליגן אין אַ קעשענע און איך זע ניט, וואָס עס שטייט געשריבן אויף איר עמבלעם — די גאַנצע סטאַדע קאָנפֿערענץ-אָנטיילנעמער טראָגט אַזעלכע עמבלעמען. אמת, איך ווייס אויך — איך האָב עס באַמערקט אין די דיסקוסיעס — אַז זי איז אַ קלוגער מענטש. אַ חוץ דעם זע איך, אַז זי איז אַ יאָר זעכציק אַלט און איז פֿון דער קאַטעגאָריע פֿרויען, וואָס איך רוף "אַ קנײַכל פֿון נאַקעטע נערוון" — בײַ וועלכע ס׳שטייט גלײַך געשריבן אויפֿן פּנים די באַציִונג צו אַ זאַך, אַ וואָרט צי אַ מענטש.

זי רעדט וועגן דעם פּרצוף פֿון דער דײַטשישער ייִדישער באַפֿעלקערונג. דערמאָנט עפּעס פֿון דער סטאַטיסטיק — וויפֿל זײַנען מיטגלידער אין די קהילות, וויפֿל האַלטן זיך מחוץ דעם ייִדישן לעבן, און אַזוי ווײַטער. דערנאָך זאָגט זי:

"דײַטשלאַנד איז אַ טרויעריק אָרט פֿאַר ייִדן. איך מיין דערמיט ניט נאָר דעם חורבן. ס׳איז אַן אָרט פֿון ווייניק אינטערסאַנטע ייִדן. מיר האָבן ניט, פֿאַקטיש, קיין גרויסע נעמען. גאָר ניט אַזוי ווי אַ מאָל. דער אינטעלעקטועלער ניוואָ איז ניט גרויס. אַ סך פּראָפֿעסיאָנעלע לײַט. אָן אַ שיעור ציין-דאָקטוירים. איך קען אַ בערלינער ייִדישע מפּשחה, אין וועלכער זעקס מענטשן זײַנען דענטיסטן. אָבער ממש אינטעלעקטואַלן האָבן מיר אויפֿן שפּיץ מעסער."

איך האָב אַ טראַכט געטאָן: אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך אויסגעטיילט נאָר צוויי רעפֿעראַטן פֿון די ייִדישע געלערנטע, וואָס וווינען אין דײַטשלאַנד. אָבער קיין דײַטשישע ייִדן זײַנען זיי ניט געווען — ביידע פֿאָרשערינס האָבן געטראָגן ישׂראלדיקע נעמען.