- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע קען זאָגן, אַז דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום אַשן האָט מען הײַיאָר כּמעט ניט באַמערקט. אָנהייב יאָר האָב איך עס דערמאָנט אין אונדזער צײַטונג, אָבער דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט (אויב איך פּלאָנטער ניט) וועגן דעם יובֿל אין גאַנצן ניט געשריבן, כאָטש דעם ענגליש-רעדנדיקן עולם איז דאָ וואָס צו זאָגן וועגן דעם שרײַבער, וועמענס ביכער מען האָט איבערגעזעצט און זשעדנע געלייענט איבער גאַנץ אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַש איז בשעתּו געווען דער סאַמע באַרימטער מחבר פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב זײַנע ווערק פֿלעגן די צײַטונג לייענען אַפֿילו אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-שניט פֿון סאָציאַליזם. דער ייִדישער ביכער-מאַרק איז תּמיד געווען אויף צרות. וועגן דעם האָט געשריבן די ייִדישע פּרעסע, בפֿרט, די וואַרשעווער "ליטעראַרישע בלעטער". איר רעדאַקטאָר, נחמן מײַזעל, פֿלעגט צונויפֿקלײַבן סטאַטיסטיק, וואָס האָט בדרך-כּלל געשאַפֿן אַ טרויעריק בילד. אַ שולד איז געלעגן אויך אויף דער אינטעליגענץ, וועלכע האָט געפֿירט אַ ביטערן קאַמף קעגן דעם "שונד", כאָטש אַזאַ ליטעראַטור האָט מען טאַקע געלייענט. וואָס שייך דער "הויכער ליטעראַטור" איז דער מצבֿ געווען ביטער, ווײַל די ייִדישע אינטעליגענץ האָט פֿון דעסטוועגן געהאַט די נטיה צו לייענען ביכער אויף "הויכע שפּראַכן", בעת די פּרעסע האָט צופֿרידנגעשטעלט דעם ברייטן עולם. די טעג איז מיר אין די הענט אַרײַנגעפֿאַלן אַ מאמר, וואָס איז אַרויס הײַיאָר אין דעם "וועסטניק" (אינפֿאָרמיר-בולעטין) פֿון דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. דער "וועסטניק" האַלט מען פֿאַר אַן ערנסטער אַקאַדעמישער אויסגאַבע. פֿאַקטיש איז עס אַ צאָל באַזונדערע זשורנאַלן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. דאָ גייט די רייד וועגן דעם "וועסטניק" אין הילכות געשיכטע. דער 113־יאָריקער "פֿאָרווערטס" איז אַן אוצר — נאָך אַלץ זייער ווייניק אויסגעשעפּטער — פֿון כּל-מיני אינפֿאָרמאַציעס, בפֿרט וועגן דער געשיכטע פֿון ניו-יאָרק. "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן האָבן זיך כּסדר צוגעקוקט צו די שינויים אין דעם אויסזען פֿון דער שטאָט, צו איר עקאָנאָמיע, צו איר פּאָליטישן און אינטעלעקטועלן לעבן, און צו דער באַפֿעלקערונג אין פֿאַרשיידענע געגנטן אירע. דער דפֿק פֿון ניו-יאָרק האָט זיך תּמיד געפֿילט אין דער צײַטונג. איך פֿיל עס אַלע מאָל, ווען איך בלעטער די מיקראָפֿילמירטע זײַטן פֿון "פֿאָרווערטס", כאָטש בדרך-כּלל זוך איך מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צום ניו-יאָרקער טאָג-טעגלעכן שטייגער. "איך האָב מורא געהאַט, אַז אין די אַכט און דרײַסיק יאָר האָבן זיי [די גאַסן] זיך געענדערט, און איך וועל מײַן ווילנע ניט דערקענען. ניו-יאָרק האָט זיך פֿאַר דער צײַט דרײַ מאָל אין גאַנצן געביטן. איך האָב אָבער אומזיסט מורא געהאַט. ווילנע איז תּמיד צו אָרעם, צו פֿאַרדלותט זיך צו ענדערן. מען האָט צוגעבויט נײַע גאַסן אַנדערשוווּ, אָבער די אַלטע ווילנע איז געבליבן מיט איר פֿאַרצײַטיקייט, מיט איר אײַנגעפֿונדעוועטן קבצנות, מיט איר אָפּגעשטאַנענקייט. אַזוי ווי אומישנע (בכּיוון), כּדי איך זאָל מײַן שטאָט דערקענען." אַזוי האָט געשריבן אין זײַנע רײַזע-נאָטיצן אַב. קאַהאַן אין סעפּטעמבער 1919, וועגן זײַן באַזוך אין ווילנע. אין אַ גוטן וועטער און ווען איך פֿויל זיך ניט, גיי איך אויף אַ שפּאַציר פּאַזע דעם אָקעאַן — פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז סי-גייט. דער "באָרדוואָק" ציט זיך אויף 2.5 מײַל. אין סי-גייט גופֿא גיי איך זעלטן, אָבער יעדעס מאָל ווען איך בין דאָרטן, טראַכט איך וועגן די אַמאָליקע צײַטן, ווען דאָרטן האָבן געוווינט אַ סך ייִדישע פּען-מענטשן. איינער פֿון די סי-גייטער תּושבֿים, יצחק באַשעוויס זינגער, האָט פֿאַראייביקט די דאָזיקע ברוקלינער געגנט אין אַ צאָל ווערק זײַנע. ווען איך האָב געקויפֿט נאַטאַליאַ גראָמאָוואַס בוך "דער צעפֿאַל: די דאָליע פֿון אַ סאָוועטישן קריטיקער, 1940ער און 1950ער יאָרן", האָב איך אַפֿילו ניט געטראַכט, אַז די דאָזיקע פֿאָרשונג האָט אַ "ייִדישע דימענסיע". מיך אינטערעסירט בכלל די דאָזיקע תּקופֿה און די דאָזיקע סבֿיבֿה. איך לייען וועגן דעם אַלץ וואָס עס פֿאַלט אַרײַן אין מײַנע הענט, אָבער סײַ-ווי-סײַ בלײַבן מיר ניט קלאָר אַ סך זײַטן פֿון דעם סאָוועטיש-ליטעראַרישן לעבן; וועגן די זייער גוט-באַצאָלטע און זייער גוט-באַזאָרגטע מענטשן, וועלכע האָבן געשאַפֿן די סמעטענע פֿון די מאָסקווער ליטעראַרישע קרײַזן, אָבער זײַנען אין דער אמתן געווען שיִער ניט די סאַמע אומגליקלעכע נפֿשות אין גאַנצן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ווען מע לייענט אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", וואַרפֿן זיך אין די אויגן אַרטיקלען, וואָס באַשרײַבן דעם אונטערשייד צווישן דעם ייִדישן לעבן אין דער אַלטער היים און דעם נײַעם, אַמעריקאַנער נוסח פֿון ייִדישקייט, ווי אויך — און דאָס איז אפֿשר אין אַ גרעסערער מאָס — באַשרײַבונגען וועגן דעם, ווי עס האָט זיך געפֿירט "בײַ די לײַט", דאָס הייסט בײַ די "עכט-אַמעריקאַנער". איך האָב אויסגעקליבן צוויי אַזעלכע אַרטיקלען און גענומען פֿון זיי אויסצוגן; ווײַל פֿריִער האָט די צײַטונג געדרוקט אַ סך לענגערע אַרטיקלען ווי איצט. איך ווייס ניט צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אין פֿראַנקרײַך האָט זיך לעצטנס געטאָן חושך. הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט און געסטרײַקט, ווײַל דער פּאַרלאַמענט האָט באַטראַכט (און שוין כּמעט אָנגענומען) אַ געזעץ וועגן אַריבערטראָגן אויף צוויי יאָר שפּעטער דעם עלטער, ווען אַרבעטנדיקע פֿראַנצויזן קענען פּענסיאָנירט ווערן. איצט איז דער עלטער דאָרטן 60 יאָר, בעת דער נײַער געזעץ פֿאַרלענגערט עס ביז 62 יאָר. (מע קען די פֿראַנצויזן סײַ-ווי-סײַ מקנא זײַן — אין אַ סך לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קען מען נאָר חלומען וועגן אַזאַ לוקסוס פֿאַר עלטערע מענטשן.) מיט אַ וואָך צוריק האָב איך דערמאָנט אין מײַן קאָלומנע, אַז אויף וואַקאַציעס קיין לעטלאַנד זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — געקומען סוף אויגוסט אָן אונדזער וואַליזע. אין דעם רויטן טשעמאָדאַן זײַנען, אַ חוץ אַנדערע חפֿצים, געלעגן אויך די ביכער, וואָס מיר האָבן פּלאַנירט צו לייענען. האָבן מיר קיין ברירה ניט געהאַט און געמוזט גלײַך גיין און אײַנקויפֿן אַלע נייטיקע זאַכן. קיין פּראָבלעם איז עס, גאָט צו דאַנקען, ניט געווען. דער ביכער-געשעפֿט, וואָס מיר האָבן געפֿונען, איז געווען אַ האַלב-לעטישער (איך קען ניט די שפּראַך) און האַלב-רוסישער. די לעצטע צײַט האָבן מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין סך מזל ניט געהאַט מיט וואַקאַציעס. אין דעצעמבער האָבן מיר געזאָלט פֿאַרברענגען אַ וואָך אויף אַ קרוז-שיף אין מיטלענדישן ים. אָבער פֿון דעם גאַנצן פּלאַן איז פֿאַרבליבן נאָר אַ פֿאַרדראָס, מחמת אייראָפּע איז געווען פֿאַרשנייט. מיר האָבן פּשוט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך דערקלײַבן ביזן פּאָרט, וווּ די שיף האָט, נעבעך, געוואַרט אויף אונדז. אין יוני איז אונדז ווידער אַ מאָל באַשערט געווען אַוועקצוגיין מיטן ליידיקן, ווען מיר האָבן געפּרוּווט אַרויספֿליִען קיין סלאָוועניע — דאָרטן איז שוין אַלץ געווען באַשטעלט, סײַ בײַם ים און סײַ אין די בערג. יעדער מענטש האָט זײַנע חסרונות. למשל, איך געהער ניט צו ליבהאָבער פֿון דזשאַז. אַ ביסל דזשאַז קען איך נאָך אויסהאַלטן, אָבער אָפּזיצן אַ גאַנצן קאָנצערט וואָלט פֿאַר מיר געווען אַ שווערע אָפּקומעניש. דאָך דער נאָמען פֿון עדי ראָזנער (1976—1910), אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער סאָוועטישער דזשאַז־געשיכטע, איז מיר, פֿאַרשטייט זיך, גוט באַקאַנט. צו לעבן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און ניט הערן וועגן עדי ראָזנערן איז געווען אוממעגלעך, לכל־הפּחות, אין מײַנע צײַטן. לעצטנס קומט פֿאָר אַ מין ווידער־אויפֿקום פֿון עדי ראָזנערן. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט אַ צײַט צוריק, אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט זיך עס איצט, ווען מע מערקט אָפּ זײַן הונדערט־יאָריקן יוביליי. |