פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לייב קוויטקאָ

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָב איך דעם 12טן אויגוסט — די יאָרצײַט נאָך די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — כּמעט דעם גאַנצן טאָג פֿאַרבראַכט אין דעם "פּאָליטישן אַרכיוו" בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב לאַנג זיך געקליבן עס צו טאָן (גאָר ניט אומבאַדינגט אין אויגוסט), ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דאָרטן ליגן פּאַפּירן פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריץ זאָבערנהײַם (1872—1933), וואָס האָט זינט 1918 ביז 1933 געאַרבעט בײַם אויסערן־מיניסטעריום ווי אַן עצה-געבער אין ייִדישע ענינים. אַ פֿעיִקער ייִדיש־דײַטשישער סעמיטאָלאָג און אַן אַקטיווער טוער אין ייִדישע קרײַזן, איז זאָבערנהײַם גלײַכצײַטיק געווען אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און, דאַכט זיך, קיין גרויסע סתּירות ניט געזען אין דינען ביידע — ייִדישע און דײַטשישע — אינטערעסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ביז 1933 איז עס באַזונדערס שווער ניט געווען.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: אַבֿרהם רייזען און באָריס קלעצקין
(פֿון אַ "
פֿאָרווערטס"
־מאַטריצע)

עס וואָלט געווען ניט יושרדיק צו פֿאַרגעסן און פֿאַרשווײַגן אַ וויכטיקן יובֿל אין דעם היסטאָרישן קאַלענדאַר פֿון אונדזער קולטור: מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן דער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין. אַ מאָל, ווען איך האָב געשריבן אַ בוך וועגן "ראָמאַנטישע באַציִונגען" צווישן ייִדישע שרײַבער און קאָמוניזם, האָב איך געזוכט די ערשטע שפּורן פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרלאַג.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין קיִעוו אַרבעט שוין לאַנג דער אינסטיטוט פֿון יודאַיִק, וואָס איז, ווי איך פֿאַרשטיי עס, ניט קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, אָבער עס טוט עפּעס "אַרום וויסנשאַפֿט". בפֿרט, דרוקט דער אינסטיטוט יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט "יעהופּעץ" — אַזוי ווי שלום-עליכם האָט אַמאָל גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק. די דאָזיקע אויסגאַבע איז צוטריטלעך דורך www.judaica.kiev.ua/Egupez.htm. פֿאַר די לייענער, וואָס קענען רוסיש און אוקראַיִניש, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן קוואַל פֿון ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן.

פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענאַדי עסטרײַך אויף די רחבֿותן פֿון קאָרנוואָל

אַז מע פֿאָרט אַרום אין גרויס-בריטאַניע און מע פֿאַרפֿאָרט אין אייניקע טיילן פֿון וויילז, קען מען דאָרטן הערן ווי מע רעדט וועלשיש. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג אין באַנגאָר, וואָס איז דער צענטער פֿון וועלשישער קולטור. האָבן מיר זיך געחידושט צו הערן אַרום זיך אַזוי פֿיל וועלשיש, גערעדט ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די צאָל וועלשיש-רעדער איז אַרום 600 טויזנט, בערך 60 פּראָצענט פֿון זיי נוצן דאָס לשון טאָג־טעגלעך.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
לייב קוויטקאָ, 1932

איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט ייִדיש, אָבער קיין ייִדישע ביכער, ווען איך בין געווען אַ קינד, האָבן מיר ניט געהאַט. די גאַנצע ביבליאָטעק פֿון מײַנע עלטערן איז פֿאַרניכטעט געוואָרן בעת דער מלחמה. אַזוי אַז מײַן באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישע שרײַבער האָט זיך אָנגעהויבן פֿון רוסישע איבערזעצונגען. צווישן זיי זײַנען געווען אויך קינדער-לידער פֿון לייב קוויטקאָ (1890—1952). מיליאָנען סאָוועטישע קינדער האָבן געקענט זײַנען לידער, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַנדערע שפּראַכן. אָבער ס’רובֿ פֿון זיי האָבן קיין אַנונג ניט געהאַט, אַז דער מחבר — לעוו קוויטקאָ — האָט זיי געשריבן אויף ייִדיש.

קינאָ
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אַפֿיש פֿון דעם פֿילם "קאָנצערט"

וועגן דער מאָדנער ייִדישקייט, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין די סאָוועטישע באַדינגונגען, איז שוין ניט ווייניק געזאָגט געוואָרן. אַבֿרהם (אַרקאַדיוס) כּהן, דער היסטאָריקער פֿון רוסיש-ייִדישן עקאָנאָמישן לעבן, האָט געשריבן, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע אידענטיטעט איז פֿאַרבליבן נאָר ווי עפּעס אַ מיטישע, כּמעט מיסטישע זאַך, וואָס דער אַרומיקער עולם האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין און די ייִדן גופֿא האָבן עס שוין אויך ניט אימשטאַנד געווען צו באַגרײַפֿן. פּיאָטר ווײַל און אַלכּסנדר געניס, די היסטאָריקער פֿון סאָוועטישער קולטור, האָבן זיך האַלב-געוויצלט, אַז ייִדן זײַנען געווען שיִער ניט דער הויפּט-סוד, וואָס מע האָט אָפּגעהיטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. מער עניגמאַטיש איז, אפֿשר, פֿאַרבליבן בלויז סעקס.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע קאָלאָניסטן פֿון אַ פּיאָנערן־קאָלאָניע אין קרים
די טעג גריבל איך זיך אין די בריוו, וועלכע עס האָבן איינער צום אַנדערן געשריבן — מיט אַכט־נײַן יאָרצענדליק צוריק — דער פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס" ברוך וולאַדעק און דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג, זלמן ווענדראָף. וועגן ביידע מענטשן האָב איך שוין ניט איין מאָל דערציילט, אַזוי אַז איצט וועל איך אײַנשפּאָרן אַ ביסל טינט און נאָר ציטירן עטלעכע שורות פֿון ווענדראָפֿס בריוו דאַטירט דעם 11טן דעצעמבער 1926:

מיט דעם גרעסטן אינטערעס און פֿאַרגעניגן האָב איך געלייענט אײַער אַרטיקל וועגן ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין סאָוועט-רוסלאַנד אין 'פֿאָרווערטס’ פֿון 17טן נאָוועמבער. אין אײַער ענטפֿער [די בערלינער קאָרעספּאָנדענטן פֿון דער צײַטונג] איוואַנאָוויטשן און לעשצינסקין האָט איר בײַ מיר ממש די ווערטער פֿון מויל אַרויסגענומען. איך האָב זיך אַליין געקליבן נעמען דעם 'שלוס-וואָרט’ אין דער דעבאַטע. [...]

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַב. קאַהאַן

איך פֿאַרברענג אַ היפּש ביסל צײַט בײַם לייענען אַלטע נומערן פֿון "פֿאָרווערטס", און מיט אייניקע רעזולטאַטן פֿון מײַנע "אויסגראָבונגען" טייל איך זיך אין אָט דעם ווינקל פֿון "פֿאָרווערטס". כ’מוז זאָגן, אַז איך האָב הנאה פֿון גריבלען זיך אין דעם אַלטן "פֿאָרווערטס", בפֿרט ביזן אָנהייב 1930ער יאָרן. דער "פֿאָרווערטס" געפֿעלט מיר ווי אַ צײַטונג מיט אַ רעלאַטיוו באַגרענעצטן ניוואָ פֿון דאָגמאַטישקייט. דאָס הייסט, אַז די צײַטונג האָט, פֿאַרשטייט זיך, געפּריידיקט סאָציאַליזם, אָבער "סאָציאַליזם" האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט ניט קיין שמאָלע אידעאָלאָגישע סטעזשקע, נאָר אַ ברייטן שליאַך, מיט אַ גרויסער צאָל בײַ-וועגן. אין דעם "פֿאָרווערטס" האָבן געשריבן לײַט מיט גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים וועלט-באַנעמען.

קהילה־לעבן, געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מע מאַכט קידוש לכּבֿוד אַ בר־מיצווה־בחור, אין דער שיל אין ריקעסטראַסע, בערלין, 1985

אַ קאָלעגע פֿון דײַטשלאַנד האָט מיר געזאָגט: "די צאָל ביכער וועגן ייִדן אין מיזרח-דײַטשלאַנד וועט אָט-אָט דערגרייכן די צאָל ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן געוווינט." אַז מע קוקט אַרײַן אין דער סטאַטיסטיק, זעט מען וואָס ער האָט געמיינט. אין 1989 האָט די ייִדישע קהילה אין דער דײַטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק (דדר) געהאַט בסך-הכּל 380 מיטגלידער, בערך 250 פֿון זיי זײַנען געווען בערלינער תּושבֿים. לעצטנס האָב איך אין מינכן, אין דעם ייִדישן ביכער-געשעפֿט וואָס איז לעבן דער היגער שיל, געקויפֿט אַ פֿרישע אויסגאַבע אויף דער טעמע — "די דדר און די ייִדן: אַ קריטישע פֿאָרשונג".

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אָקטאָבער 1930 האָט זיך אין מאָסקווע באַוויזן אַ צײַטונג אויף ענגליש "מאָסקאַו ניוס". די רעדאַקטאָרין, אַנאַ-לויִז סטראָנג, איז געווען אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע מיט גאַנץ עקסצענטרישע אידעאָלאָגישע איבערצײַגונגען; איינע פֿון די פּען-מענטשן וואָס פֿלעגן באַשרײַבן די וועלט ניט אַזוי, ווי זיי האָבן זי געזען, נאָר אַזוי, ווי זיי האָבן זי געוואָלט זען. די ענגלישע צײַטונג האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, ווײַל צו יענער צײַט האָט מאָסקווע און אַנדערע גרויסע שטעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גענומען זיך אָנפֿילן מיט ענגליש-רעדנדיקע מיגראַנטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען, דער עיקר, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעלאָדן מיט אידעען פֿון בויען אַ נײַע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט;

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אויף דעם אָרט איז געשטאַנען די אַלטע שיל

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מיך מײַן ייִדיש-אַקאַדעמישע דאָליע געבראַכט קיין בײַערן, וווּ מיר איז — ניט געקוקט אויף מײַנע גאַנץ אָפֿטע רײַזעס קיין דײַטשלאַנד — פֿריִער ניט אויסגעקומען צו זײַן. איך קלײַב זיך ניט מאריך זײַן וועגן דער גאַנצער נסיעה, אָבער וועגן איין געאָגראַפֿיש אָרט — רעגענסבורג — וועל איך עטלעכע הונדערט ווערטער פֿון דעסטוועגן אָנשרײַבן, ווײַל אי די שטאָט אי די קולטור-געשעענישן אין איר (ווי אויך אַרום איר) האָבן אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש.

דעם 8טן מײַ 2009 האָט "פֿאָרווערטס" געדרוקט מײַן אַרטיקל "מער ווי איין טאָג אין רעגענסבורג", אין וועלכן איך האָב אַ ביסל דערציילט וועגן אַן אויסשטעלונג, געמאַכט אַרום יוסף אָפּאַטאָשוס היסטאָרישער נאָוועלע "איין טאָג אין רעגענסבורג".

געשיכטע
חיים ליבערמאַן

ווען איך שרײַב וועגן אַ מענטש, וועלכן איך האָב קיין מאָל ניט געזען און וועגן וועלכן איך קען שאַפֿן אַ מיינונג נאָר אויפֿן סמך פֿון דעם וואָס דער מענטש אַליין האָט אָנגעשריבן צי וואָס מע האָט אָנגעשריבן וועגן אים, סטאַרע איך זיך ניט נוצן אַזעלכע אָפּשאַצונגען ווי "גוט" און "שלעכט". מיר דאַכט זיך, אַז אַ היסטאָריקער טאָר ניט אַראָפּרײַסן אָדער גלאָריפֿיצירן — דאָס איז שוין, בכלל, ניט קיין אַקאַדעמישער זשאַנער.