פֿון רעכטס: אַבֿרהם רייזען און באָריס קלעצקין (פֿון אַ " פֿאָרווערטס" ־מאַטריצע) |
Credit: Forward Association |
עס וואָלט געווען ניט יושרדיק צו פֿאַרגעסן און פֿאַרשווײַגן אַ וויכטיקן יובֿל אין דעם היסטאָרישן קאַלענדאַר פֿון אונדזער קולטור: מיט הונדערט יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן דער ווילנער פֿאַרלאַג פֿון באָריס קלעצקין. אַ מאָל, ווען איך האָב געשריבן אַ בוך וועגן "ראָמאַנטישע באַציִונגען" צווישן ייִדישע שרײַבער און קאָמוניזם, האָב איך געזוכט די ערשטע שפּורן פֿון דעם דאָזיקן פֿאַרלאַג. קיין סך האָב איך דעמאָלט ניט געפֿונען, אַזוי אַז איך לאָז עס איבער די פֿאָרשער פֿון ייִדישן בוך-וועזן צו געפֿינען מער פּרטים וועגן די ערשטע טריט פֿון קלעצקינען ווי אַ פֿאַרלעגער. מיר איז אָבער יאָ אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט אַ יאָרבוך, וואָס פֿלעגט אַרויסגיין אין יענער צײַט: אי. וו. וואָלפֿסאָנס אָנווײַזער פֿאַר דער "צײַטונג-וועלט" פֿון רוסלאַנד. אין 1910 און 1911 ווײַזט ער טאַקע אָן אויך דעם אַדרעס — 33 זאַוואַלנע-גאַס אין ווילנע — פֿון באָריס קלעצקינס דרוק-אונטערנעמונג.
באָריס קלעצקין (1875—1937) האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ געמיש פֿון אַ רײַכן ייִדן און אַ בונדיסט. אין גאַנצן אוניקאַל איז ער אין דעם פּרט ניט געווען — אַזעלכע "היברידן" זײַנען גוט באַקאַנט אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דעם "בונד". קלעצקין האָט אינוועסטירט גרויסע געלטער, ווי אויך זײַן גאַנץ לעבן, אין אונטערהאַלטן די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור, וועלכע וואָלט אָן זײַן פֿאַרלאַג געהאַט אַן אַנדער — בלי-ספֿק, אַן ערגער — פּנים. מלך ראַוויטש האָט אַ מאָל געשריבן: "קלעצקין האָט די ייִדישע ליטעראַטור פֿינאַנצירט — און צײַטנווײַז מיט אַזאַ רחבֿות, אַז ס׳האָט זיך געדאַכט ער האַלט זי ממש אויס."
דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון דעם פֿאַרלאַג איז געווען קלעצקינס אַ פֿרײַנד — א. ווײַטער (אײַזיק-מאיר דעווענישסקי, 1878—1919), וואָס איז צו יענער צײַט שוין געווען אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. א. ווײַטער האָט פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן דעם פֿאַרלאַג ווי אַ געשעפֿט, וואָס וועט אויסנוצן דעם רווח ניט כּדי רײַכער מאַכן דעם באַלעבאָס, נאָר אונטערהאַלטן די מחברים. דערצו פֿלעגט קלעצקין פֿאַרבעטן שרײַבער צו וווינען בײַ אים אַ געוויסע צײַט "אויף קעסט", וואָס איז אויך געווען אַ מין שטיצע פֿאַר ייִדישע ליטעראַרישע טאַלאַנטן. וויכטיק איז געווען די ראָלע, וואָס קלעצקינס פֿאַרלאַג האָט געשפּילט אין דער אַנטוויקלונג פֿון קינדער-ליטעראַטור אויף ייִדיש; ער איז אויך געווען אַ פֿאַרלעגער פֿון לערן־ביכער פֿאַר ייִדישע שולן.
אין 1913 האָט דער "ב. קלעצקין פֿאַרלאַג" איבערגענומען דעם זשורנאַל "די ייִדישע וועלט", וועלכער האָט געהאַט אַ שוועסטער-אויסגאַבע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל "ליטעראַטור און לעבן". דער רעדאַקטאָר פֿון "ליטעראַטור און לעבן", קאַרל פֿאָרנבערג (1871—1937), איז געווען איינער פֿון די וויכטיקסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן אין די ערשטע יאָרן פֿון דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. אָבער אין יאָר 1905 איז ער אַוועק פֿון "פֿאָרווערטס" און פֿון דעמאָלט אָן שוין קיין מאָל אין דער צײַטונג ניט געאַרבעט. דערפֿאַר, אַ פּנים, איז ער ניט אָנגעוויזן אין דעם "לעקסיקאָן פֿון ׳פֿאָרווערטס׳-שרײַבער" — ניט אונטער זײַן פּסעוודאָנים, פֿאָרנבערג, און ניט אונטער זײַן אמתן נאָמען, ישׂראל ראָזענבערג. אַזוי צי אַזוי, דורך זײַנע "בונדישע" צי אַנדערע פֿאַרבינדונגען, האָט ער זײַן זשורנאַל פֿאַראייניקט מיט קלעצקינס "ייִדישער וועלט". לאַנג האָט דער קאָנטאַקט ניט געדויערט, ווײַל די ערשטע וועלט-מלחמה האָט אים איבערגעריסן.
בעת דער מלחמה האָט באָריס קלעצקין קיין סך פֿאַרלעגערישע מעגלעכקייטן ניט געהאַט, ווײַל די רוסישע צענזור האָט כּמעט אין גאַנצן דערשטיקט דאָס ייִדישע וואָרט. שפּעטער, שוין אין פּוילן, האָט קלעצקין פֿון ס׳נײַ אַנטוויקלט זײַן פֿאַרלאַג, וואָס האָט געאַרבעט סײַ אין ווילנע און סײַ אין וואַרשע. אַ חוץ פֿילצאָליקע ביכער פֿון ייִדישע מחברים, ווי אויך ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן, האָט קלעצקינס פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן די "ליטעראַרישע בלעטער", איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע צײַטשריפֿטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן.
אין די מיט-1920ער יאָרן, איז באָריס קלעצקין געוואָרן פּראָ-סאָוועטיש-געשטימט. גאָר ניט צופֿעליק איז ער געווען דער פֿאַרלעגער פֿונעם זשורנאַל "אין שפּאַן", רעדאַקטירט דורך דוד בערגעלסאָן — שוין אין דער צײַט, ווען דער שרײַבער האָט רעזיגנירט פֿון "פֿאָרווערטס" און זיך בקול-רם אַפֿיליִיִרט מיט דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. פֿון צײַט צו צײַט האָט קלעצקין געדרוקט ביכער פֿון סאָוועטישע מחברים.
צום סוף פֿון זײַן לעבן איז קלעצקין געוואָרן דער פֿאַרלעגער פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג "פֿרײַנד", וועלכע איז זינט אַפּריל 1934 אַרויס אין וואַרשע. דוד ספֿאַרד, וואָס איז געווען צוגעשטעלט צו דער צײַטונג ווי אַ "קאָמיסאַר", האָט שפּעטער געשריבן וועגן קלעצקינען, אַז
ער איז אין גאַנצן געווען פֿאַרזונקען אין די זכרונות פֿון זײַן אייגענעם אַמאָל, ווען ער איז געווען דער גרויסער ערד-באַזיצער און גרעסטער ייִדישער פֿאַרלעגער פֿון אַ וועלט-פֿאַרנעם. ער האָט דאָס ייִדישע בוך-וועזן אַוועקגעשטעלט אויף אַן אייראָפּעיִשן ניוואָ, זײַענדיק גלײַכצײַטיק אַ ביז גאָר דיסקרעטער מעצענאַט פֿון די גרעסטע ייִדישע שעפֿער פֿון דעם נאָך-קלאַסישן פּעריאָד, וועלכע ער פֿלעגט אײַנלאַדן אויף חדשים אין זײַן פּאָסעסיע אויף אָפּרו און פֿאַרווײַל. [...]
טיילמאָל איז ער אַ געהיימניספֿולער געקומען אַרום צוועלף [אַ זייגער] מיט אַ באַזונדער ווירדיקער מינע אויפֿן פּנים. ער האָט פֿון זײַן שיינער לעדערנער טעקע אַרויסגענומען אַ פּאַק מיט רוסישע צײַטונגען און זיי איבערגעגעבן דעם סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע מיט אַ מין פֿײַערלעך שווײַגן. דאָס איז ער געווען אין דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע, וווּ מע האָט אים באַוואָפֿנט מיט "ליטעראַטור" פֿאַר אונדזער צײַטונג. די פֿונקציע האָט געהערט אויסשליסלעך צו אים.
איך בין זיכער, אַז מע קען גאַנץ גרינג געפֿינען די סיבות, פֿאַר וואָס קלעצקין איז געוואָרן אַ סימפּאַטיקער פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער ניט אין דעם גייט עס. דער עיקר, אַז מיר זאָלן ניט פֿאַרגעסן זײַן נאָמען און זײַן אויפֿטו פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.