‫רעפּאָרטאַזשן
אויף דעם אָרט איז געשטאַנען די אַלטע שיל
אויף דעם אָרט איז געשטאַנען די אַלטע שיל

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מיך מײַן ייִדיש-אַקאַדעמישע דאָליע געבראַכט קיין בײַערן, וווּ מיר איז — ניט געקוקט אויף מײַנע גאַנץ אָפֿטע רײַזעס קיין דײַטשלאַנד — פֿריִער ניט אויסגעקומען צו זײַן. איך קלײַב זיך ניט מאריך זײַן וועגן דער גאַנצער נסיעה, אָבער וועגן איין געאָגראַפֿיש אָרט — רעגענסבורג — וועל איך עטלעכע הונדערט ווערטער פֿון דעסטוועגן אָנשרײַבן, ווײַל אי די שטאָט אי די קולטור-געשעענישן אין איר (ווי אויך אַרום איר) האָבן אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש.

דעם 8טן מײַ 2009 האָט "פֿאָרווערטס" געדרוקט מײַן אַרטיקל "מער ווי איין טאָג אין רעגענסבורג", אין וועלכן איך האָב אַ ביסל דערציילט וועגן אַן אויסשטעלונג, געמאַכט אַרום יוסף אָפּאַטאָשוס היסטאָרישער נאָוועלע "איין טאָג אין רעגענסבורג". די הויפּט-פֿיגור אין דעם פּראָיעקט איז געווען — און בלײַבט — דר. סאַבינע קאָלער, וואָס איז געקומען צו אָפּאַטאָשו, און ייִדיש בכלל, דורך פֿאָרשונגען פֿון רוסישער ליטעראַטור און טעאַטער און, אין די לעצטע יאָרן, דורך באַשעפֿטיקן זיך מיט מאַרק שאַגאַלן. אין 2008 איז אָפּאַטאָשוס נאָוועלע אַרויס אין אַ דײַטשישער איבערזעצונג פֿון עוויטאַ וויעצקי און סאַבינע קאָלער. ס’איז, אַגבֿ, ניט קלאָר, צי אָפּאַטאָשו האָט אַ מאָל באַזוכט רעגענסבורג, כאָשט ס’איז יאָ גוט באַוווּסט, אַז אין דײַטשלאַנד איז ער געווען ניט איין מאָל.

רעגענסבורג איז אַ ייִשובֿ, וואָס איז באַפֿעלקערט שוין אין משך פֿון בערך 2000 יאָר. עס האָט אַן אינטערעסאַנטע געשיכטע, און הײַנטיקע טעג שטעלט די שטאָט מיט זיך פֿאָר אַ שיין אָרט צו פֿאַרברענגען אַ טאָג צי מער, אָדער אַפֿילו אַ גאַנץ לעבן. אין אַ געוויסן זין, דערמאָנט עס מיר די אַלטע שטאָט, וווּ איך וווין — אָקספֿאָרד: אַן ערך די זעלבע צאָל תּושבֿים, אויך אויף אַ מהלך פֿון אַ שעה צי אַ ביסל מער פֿון אַ כּרך (לאָנדאָן צי מינכען), און ביידע שטעט האָבן צו אַ BMW-פֿאַבריק. און דאָך איז אַזאַ פֿאַרגלײַך זייער אויבנאויפֿיק, ווײַל די צאָל אַנדערשקייטן צווישן די צוויי אייראָפּעיִשע שטעט איז ניט צו פֿאַרגלײַכן גרעסער.

גאָר פֿאַרשיידענע ראָלעס שפּילן אין די צוויי שטעט זייערע אוניווערסיטעטן. אין אָקספֿאָרד שאַפֿט דער אוניווערסיטעט די שטאָט, אין רעגענסבורג איז עס אַ רעלאַטיוו נײַער לערן־אַנשטאַטל, אויפֿגעבויט אין אַ זײַט פֿון דעם היסטאָרישן טייל. און דאָס בײַט גאַנץ היפּש דעם פּרצוף און דעם אינהאַלט פֿון דער אַלטקייט, פֿאַר וועלכער מע מוז אין רעגענסבורג געפֿינען נײַע פֿונקציעס — פֿון מאָדערנע (מיט אַלטע פֿאַסאַדן) דירות, געשעפֿטן וכ’.

אַן אָנדענק־שילד אויפֿן הויז, ווי ס׳האָט נאָך<br>
אַן אָנדענק־שילד אויפֿן הויז, ווי ס׳האָט נאָך
דער מלחמה געוווינט אָ. שינדלערס פֿאַמיליע">

און נאָך איין זאַך וואַרפֿט זיך אין רעגענסבורג אין די אויגן, דהײַנו: די צאָל קלויסטערס און זייער פֿאַרנעם. רעגענסבורג האָט אַ טיפֿע קריסטלעכע געשיכטע, און עס פֿאַרנעמט נאָך אַלץ אַ ממשותדיק אָרט אין הײַנטיקן קאַטוילישן לעבן. ס’איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דער איצטיקער פּויפּסט איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון טעאָלאָגיע אין דעם רעגענסבורגער אוניווערסיטעט, און זײַן רעדע אין רעגענסבורג, אין סעפּטעמבער 2006, האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור אין דעם קריסטלעך-מוסולמענישן דיאַלאָג.

די ייִדישע געשיכטע פֿון רעגענסבורג כאַפּט אַרום די לעצטע צען יאָרהונדערטער. אַ סבֿרא, אַז אין אַזאַ צענטער פֿון אינטערנאַציאָנאַלן האַנדל האָט מען אין מיטל־עלטער אָן ייִדן ניט געקענט זיך באַגיין. דאָס ייִדישע לעבן איז אָפֿט מאָל געשטאַנען אין סכּנה אין יענע געפֿערלעכע צײַטן. אין יאָר 1096 האָט מען די רעגענסבורגער קהילה בגוואַלד געשמדט, אָבער שפּעטער איז זיי דערלויבט געוואָרן זיך אומקערן צו דער ייִדישער אמונה. אין אַ יאָרהונדערט אַרום, נאָכן בגוואַלדיקן שמד, האָט דער באַקאַנטער למדן, רבי יהודה החסיד, געשאַפֿן אין רעגענסבורג אַ ישיבֿה, און אַ דאַנק איר האָט די שטאָט באַקומען דעם שם פֿון אַ צענטער פֿון ייִדישער געלערנטקייט. עקאָנאָמיש, האָט די קהילה גענאָסן פֿון האַנדל מיט מיזרח-אייראָפּע און פֿון פֿינאַנציעלע אָפּעראַציעס.

זינט אָנהייב 13טן יאָרהונדערט פֿילט די קהילה אַלץ אַ שטאַרקערן דרוק מצד דער קריסטלעכער מאַכט. מע באַגרענעצט די רעכט פֿון ייִדן און זייערע קאָנטאַקטן מיט דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג. דער מצבֿ פֿון ייִדישע קהילות איז בולט אילוסטרירט אין דעם זשאַנער פֿון Judensau ("ייִדישע חזירטע") — אימאַזשן, וואָס ווײַזן ייִדן אין קאָנטאַקט מיט אַ חזירטע. אַזעלכע מיאוסע סקולפּטורן האָבן זיך אָפּגעהיט אין אַ צאָל קלויסטערס, אין רעגענסבורג בתוכם. דער סוף איז געווען, אַז אין יאָר 1519 האָט מען די ייִדן אין גאַנצן פֿאַרטריבן פֿון דער שטאָט און די ייִדישע געגנט, צוזאַמען מיט דער שיל, חרובֿ געמאַכט. עס האָבן זיך אָפּגעהיט אייניקע קעלערס, וווּהין מע פֿירט עקסקורסיעס. אויפֿן אָרט פֿון דער רויִנירטער שיל געפֿינט זיך איצט, אין דעם סאַמע צענטער פֿון דער אַלטער שטאָט, אַ מעמאָריאַל, וואָס רעאַליזירט אַ פּראָיעקט פֿון דעם ישׂראלדיקן קינסטלער דני קרוון.

צופֿעליק, האָט נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה ניט ווײַט פֿון דעם אָרט געוווינט אָסקאַר שינדלער. די באַרבאַרישקייט פֿון רויִנירן, אויסוואָרצלען די סימנים פֿון ייִדישן לעבן האָט זיך אין רעגענסבורג איבערגעחזרט אין די נאַציסטישע צײַטן. עס האָט זיך אָפּגעהיט נאָר אַ בנין, וווּ עס האָט זיך, בפֿרט, געפֿונען דעם רבֿס דירה און די מיקווה. בײַם פֿאַרברענען די שיל, האָט מען עס געהאַט מורא אָנצוצינדן, ווײַל די שׂרפֿה האָט געקענט זיך איבערוואַרפֿן אויף בשכנותדיקע הײַזער.

הײַנט־צו־טאָג ציילט די קהילה אַ טויזנט נפֿשות, דער עיקר, אימיגראַנטן פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ס’איז דאָ אַ רבֿ, און אָנגעשטעלטע. מע רענאָווירט דעם בנין. מע מאַכט צורעכט די מיקווה. מע ברענגט פֿון מאָל צו מאָל כּשרע אַכילה פֿון שטראַסבורג. עס פֿירט זיך אַ גרויסע אַרבעט — אי סאָציאַלע, אי קולטורעלע, אי רעליגיעזע. מע ווייסט, אָבער, ניט, ווי לאַנג דאָס אַלץ וועט זיך אָנהאַלטן — צי דער אונטערוואַקסנדיקער דור וועט בלײַבן אין דער שטאָט און צי די יונגע־לײַט וועלן אָנפֿילן די קהילה מיט אַ נײַ לעבן.

ס’איז זייער אינטערעסאַנט, אַז יוסף אָפּאַטאָשוס נאָוועלע, איבערגעזעצט אויף דײַטש, האָט באַרײַכערט דאָס ייִדישע לעבן אין הײַנטיקן רעגענסבורג. מע זאָגט, אַז פֿאַראַיאָרן, אויף דער עפֿענונג פֿון דער אויסשטעלונג, איז געקומען אַזאַ גרויסער עולם, וואָס דער היגער מוזיי האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט צוגעצויגן. בעת אין אַמעריקע האָט מען כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע שרײַבער, געפֿינט זײַן פּראָזע אַ נײַעם אָפּנעמער — און דווקא אין דײַטשלאַנד.