געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בנימין זוסקין אין "די גליקן-זוכער"

איך האָב שוין לאַנג געזוכט אַ תּירוץ צו פֿאָרן אין מײַן היימשטאָט, זאַפּאָראָזשע. איצט האָב איך עס, ווײַל דעם זומער וועט דאָרטן זײַן אַ משפּחה-צונויפֿקומעניש. אַזוי, אַז מיר — מײַן ווײַב און איך — האָבן שוין אַפֿילו געקויפֿט די בילעטן. מיט אַנדערע ווערטער, האָב איך אַ גוטן שאַנס צו זײַן דאָרטן, נאָך אַן איבעררײַס פֿון צוואַנציק יאָר. דעמאָלט איז פּונקט געשען די איבערקערעניש, ווען מע האָט אַ פּרוּוו געטאָן אַראָפּצוּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוון. איצט איז עס אַ באַזונדערע מדינה, אוקראַיִנע, וווּ איך בין געווען בלויז איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אויף אַ קאָנפֿערענץ אין קיִעוו.

טיילווײַז, איז זאַפּאָראָזשע פֿאַר מיר אַ קבֿר-אָבֿות. אָבער איך פֿאָר ניט נאָר צו די קבֿרים. עס וווינען אין דער שטאָט נאָענטע קרובֿים און אַ פּאָר אַלטע חבֿרים, מיט וועלכע איך האַלט אונטער קאָנטאַקטן. וויל איך זיי זען אַלעמען, פֿאַרשטייט זיך. און איך וויל פּשוט אַרומגיין — אין די גאַסן און קוואַרטאַלן, וואָס האָבן פֿאַר מיר עפּעס אַ באַטײַט.

די ערשטע בערך פֿופֿצן יאָר פֿון מײַן לעבן האָט מײַן משפּחה געוווינט אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אויף דער לענין-גאַס, וואָס — אַגבֿ — הייסט נאָך אַלץ אַזוי. ניט ווײַט פֿון אונדז זײַנען געווען צוויי קינאָ-טעאַטערס, אין וועלכע מײַנע עלטערן פֿלעגן גיין אַליין אָדער מיט מיר. איך גלייב, אַז דאָס איז געווען אָפּהענגיק פֿון דעם פֿילם. איינער פֿון די קינאָ-טעאַטערס, דער גרעסערער, האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, און דער צווייטער, דער קלענערער, איז געווען באַפּוצט מיטן נאָמען פֿון (אויב איך פּלאָנטער ניט) ניקאָלײַ גאָגאָל.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מענטשן אַרבעטן בײַ די קאָמפּיוטערס אינעם מוזיק־אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק פֿון עפֿנטלעכער אינפֿאָרמאַציע, אינעם "זשאָרזש פּאָמפּידו צענטער", פּאַריז

מײַן טאַטע ע״ה האָט ליב געהאַט מאַטעמאַטיק. אין זײַן שטעטל קראַסילאָוו האָט מען געהאַלטן פֿון זײַנע מאַטעמאַטישע כּישרונות. אַלטע ייִדן, בײַ וועלכע די קעפּ האָבן אויך געאַרבעט אין אָט דער ריכטונג, פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן בײַ דער שול און וואַרטן, ביז ע איז אַרויסגעגאַנגען נאָך אַ קלאַס פֿון מאַטעמאַטיק. דעמאָלט האָבן זיי אים אויסגעפֿרעגט וועגן די אויפֿגאַבעס און ווי אַזוי ער האָט זיי געלייזט. אָבער צו ווערן אַ מאַטעמאַטיקער איז מײַן טאַטן ניט געווען באַשערט, ווײַל אין דעם וואָלינער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּהין ער איז געקומען זיך לערנען אין יאָר 1927, איז געווען נאָר איין ייִדישער פֿאַקולטעט, און דווקא פֿאַר לערער פֿון געשיכטע. אַזוי איז ער געוואָרן אַ היסטאָריקער.

האָט מײַן טאַטע געוואָלט, אַז עמעצער פֿון די קינדער זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט זײַן באַליבטער מאַטעמאַטיק. אָבער מײַן ברודער איז געוואָרן אַ דאָקטער. די שוועסטער האָט יאָ פֿאַרענדיקט דעם מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט, אָבער פֿיזיק האָט זי אינטערעסירט מער פֿון מאַטעמאַטיק, און זי האָט אַלע יאָרן געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון פֿיזיק. די לעצטע האָפֿענונג איז געווען פֿאַרבונדן מיט מיר.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

קיין באַזונדערע פֿאָרש-אַרבעט וועגן דער ייִדישער פּעדאַגאָגישער סיסטעם, וועלכע איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז דערווײַל ניטאָ. אַ מאָל וועט מען עס, אַ פּנים, אָנשרײַבן. דאָס איז געווען אַ גאַנצע נעץ, צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע לערן-אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען געעפֿנט געוואָרן אין אַ צאָל שטעט. ניט אַלע מענטשן פֿון די וואָס האָבן באַקומען אַזאַ בילדונג זײַנען אַוועק דערנאָך אַרבעטן אין שולן. אייניקע זײַנען געוואָרן שרײַבער, געלערנטע, זשורנאַליסטן צי מענטשן פֿון אַנדערע פֿאַכן. אַזוי צי אַזוי, אָבער ניט פֿריִער און ניט שפּעטער האָט מען ניט געהאַט אַזאַ אַנטוויקלטע פּעדאַגאָגישע בילדונג אויף ייִדיש.

אַ סבֿרא, אַז אָנגעהויבן האָט עס זיך אין יאָר 1921, ווען דער בירגער-קריג האָט זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקט און ס’איז געקומען די צײַט זיך צו באַשעפֿטיקן מיט אַזעלכע נאָרמאַלע זאַכן ווי בילדונג, בפֿרט אויף ייִדיש. עס זעט אויס, אַז אָנגעהויבן האָט עס זיך אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ ייִדיש האָט בכלל געשפּילט אַ גרעסערע ראָלע איידער אין רוסלאַנד אָדער אוקראַיִנע.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער צווייטער באַנד פֿון "ישו הנוצרי" פֿונעם פּויפּסט בענעדיקט דעם 16טן , איז דערשינען דעם
10טן מערץ 2011. אינעם בוך שרײַבט דער מחבר, אַז נישט אַלע ייִדן טראָגן דאָס אַחריות
פֿאַרן טויט פֿון יעזוס.

איך לייען איצט אַ זאַמלבוך דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף ענגליש, פֿון דעם באַוווּסטן סאָוועטישן שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן. מע האָט עס מיר צוגעשיקט כ’זאָל אָנשרײַבן אַ רעצענזיע, אַזוי, אַז איך לייען עס "מיט כּוונה". מע האָט די אויסגאַבע שוין געלויבט, און זי פֿאַרדינט עס, כאָטש אייניקע קאָמענטאַרן רופֿן אַרויס אַ שמייכל. למשל, מע דערציילט אַ באָבע-מעשׂה, אַז ס’רובֿ מענטשן האָבן אין רוסלאַנד גענוצט אָנעטשעס (אַ וואַרעם שטיק שטאָף, אַרומצוּוויקלען די פֿיס) אַזש ביז די 1950ער יאָרן, ווען מע איז אַריבער אויף שקאַרפּעטקעס. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.

צום סוף פֿונעם בוך איז געגעבן געוואָרן די כראָנאָלאָגיע פֿון געשעענישן אין גראָסמאַנס לעבן גופֿא, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו זײַן ביאָגראַפֿיע. כאַראַקטעריש, אַז דער דאָזיקער "פּינקס" הייבט זיך אָן פֿון 1881, כאָטש גראָסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1905. דאָך, האָט מען באַשלאָסן, אַז די פֿאָרגעשיכטע פֿון זײַן לעבן האָט זיך אָנגעהויבן דעם 13טן מאַרץ 1881, ווען ס’איז דערהרגעט געוואָרן דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדער דער צווייטער.

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק קאָרן

אין אויגוסט 1976 איז אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכער מע האָט געגעבן אַ גרויסאַרטיקן נאָמען: "וועלט-ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור". בראָש דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע איז געשטאַנען יצחק קאָרן, ז״ל — אַ קאָלאָריטפֿולע פֿיגור. מיר האָבן זיך באַקענט מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אין ישׂראל, וווּהין איך בין דעמאָלט געקומען פֿון מאָסקווע אויף אַ וואָך, דאַכט זיך, ווי אַ מיטגליד פֿון אַ גרויסער גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזאַ מדינה האָט נאָך דעמאָלט עקזיסטירט, און איר פּרעזידענט איז געווען מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו. דער "וועלט-ראַט" האָט זיך געגרייט צום סאַמע וויכטיקן מאָמענט אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער קאַלט-מלחמהדיקער אָרגאַניזאַציע: צום קאָנגרעס אין מאָסקווע, אין מײַ חודש.

זײַנען געווען, פֿאַרשטייט זיך, פֿראַגעס צו מיר, דעמאָלט נאָך אַ מאָסקווער תּושבֿ. איך האָב פֿאַרגעדענקט, ווי אַ פּאָר ייִדן זײַנען באַזאָרגט געווען מיט דער קוואַליטעט פֿון דעם אַשר-יצר-פּאַפּיר אין די מאָסקווער האָטעלן. און נאָך עפּעס זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. אָבער יצחק קאָרן האָט געהאַט אַ מער ערנסטן ענין. ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין זײַן צימער (דאָס איז געווען בײַ אים אין דער היים), צוגעמאַכט די טיר און געזאָגט אַן ערך אַזוי: "הערט זיך אײַן! איך בין, ווי איר ווייסט, דער פּרעזידענט פֿונעם וועלט-ראַט. און מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו איז דער סאָוועטישער פּרעזידענט. ווי צוויי פּרעזידענטן, האָבן מיר וועגן וואָס צו רעדן. וויל איך בעטן אײַך אײַנצוסדרן אונדז אַ באַגעגעניש".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ פּראָ־רעגירונג־דעמאָנסטראַציע אין וואַרשע, 1968

אין אַ "נאָרמאַלן לעבן" קוק איך אַרײַן אין משך פֿון אַ טאָג ניט מער ווי אין איין צײַטונג. אָבער ווען איך פֿלי פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע צי פֿאַרקערט, האָב איך צײַט צו לייענען אַזעלכע זאַכן, בפֿרט אויב איך פֿאַרגעס (צי וויל ניט) מיטשלעפּן קיין בוך, און אויב קיין לײַטישע פֿילמען זײַנען ניטאָ אין דער פֿאַרווײַלונג-פּראָגראַם. דאָס מאָל איז מיט די פֿילמען געווען גאָר שלעכט. איך האָב געקוקט נאָר איין קינאָ-ווערק, Morning Glory ("פֿרימאָרגן-גלאָריע"), וואָס האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט אַ שווערן נאָכטעם. אַ חוץ כּלערליי נאַרישקייטן, טראָגט דער פֿילם אַזאַ גוואַלדיקע אידעע: די טעלעוויזיע נייטיקט זיך ניט, לכל-הפּחות אין דער פֿרי, אויף אַ ניכטערן מאָגן, אין קיין ערנסטע פּראָגראַמען. רק פֿאַרווײַלונג האָט די רעכט צו בלײַבן אויפֿן עקראַן. אפֿשר בין איך פּשוט אַלט פֿאַר אַזעלכע פֿילמען. קריטיקער שרײַבן דאָך לעצטנס, אַז די הײַנטיקע האָליוווּד-פּראָדוקציע אָריענטירט זיך, דער עיקר, אויף יונגע מענטשן צי קינדער.

הקיצור, האָב איך געלייענט צײַטונגען. אַ לאָנדאָנער צײַטונג האָט מיך געמאַכט קליגער וועגן מײַן בלוט. אין מיר צירקולירט די AB-גרופּע, וועלכע איז אַ רעלאַטיוו זעלטענע זאַך. לאָזט זיך אויס, אַז מיט אַזאַ רויטער (צי אַפֿילו בלויער?) פֿליסיקייט דאַרף איך האָבן אַ נטיה צו קונסט, אָבער גלײַכצײַטיק איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן מײַן אויפֿפֿירונג. מיך פֿרייט, אַז איך האָב ניט די A-גרופּע, וועלכע מע האָט אין נאַצי-דײַטשלאַנד געהאַלטן פֿאַר אַ סימן פֿון "אַריִיִשקייט", כאָטש מײַן גרופּע מאַכט העכער מײַן שאַנס צו אַנטוויקלען געוויסע קרענק.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עפֿענונג פֿון דער ערשטער זיצונג פֿון דער דריטער דומע, 1907, פּעטערבורג

אין אַ יאָר אַרום וועט מען אין רוסלאַנד, אַ פּנים, פּראַווען דעם 250סטן יוביליי פֿונעם טאָג, ווען — נאָך אַן איבערקערעניש — האָט זיך אויפֿן טראָן אַוועקגעזעצט די מלכּה קאַטערינאַ די צווייטע. ס׳איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן די תּקופֿה פֿון איר ממשלה, 1762—1796, ווי די בלי-צײַט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אין דער ייִדישער געשיכטע איז עס אויך אַ ביז גאָר וויכטיקע צײַט, ווײַל בימי קאַטערינאַ האָט זיך פֿאַרלייגט דער יסוד פֿונעם רוסישן ייִדנטום. גראָד אין יענע יאָרן איז פּוילן פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, און דער גרעסטער טייל פֿון די פּוילישע טעריטאָריעס און תּושבֿים (ייִדן בתוכם) זײַנען אַריבער צו רוסלאַנד. דער סוף איז געווען, אַז אין משך פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן פֿון אַ נײַעם מין — דעם רוסישן.

ליטעראַטור, ביאָגראַפֿיעס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "פֿאָרווערטס" האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט מענדל אָשעראָוויטש, איינער פֿון די בעסטע מחברים אין דער געשיכטע פֿון דער צײַטונג. האָט ער אין יולי 1938 געשריבן וועגן מאַקס פּײַן, אַ וויכטיקן טוער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג, און אויך אַ מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס" אין פֿאַרשיידענע יאָרן. פּײַן איז אין יאָר 1920 געפֿאָרן קיין רוסלאַנד מיט אַ שליחות פֿון "דזשוינט" און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער הילף-אַרבעט אין יענע מקומות. ווען ער איז צוריק געקומען קיין ניו-יאָרק, האָט מען בײַ אים געפֿרעגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד און זײַן מיינונג וועגן דעם סאָוועטישן רעזשים. פּײַן איז געווען אַ מענטש מיט הומאָר און האָט זײַנע אײַנדרוקן באַשריבן דורך אַזאַ מעשׂה:

אַ ייִדענע, וואָס איז געווען מיאוס ווי דער טויט, איז אַ מאָל געקומען צום רבין ער זאָל איר צוּווינטשען, אַז איר מאַן, וואָס איז פֿון איר אַנטלאָפֿן, זאָל קומען צוריק.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר לעסער — די לוויה פֿון דערהרגעטע אין וואַרשע דעם 2טן מאַרץ 1861

אין עטלעכע וואָכן אַרום, דעם 3טן מאַרץ, וועט ווערן 150 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון רוסישע — ביז אַהער לײַב-אייגענע — פּויערים. אין דער אמתן, האָט מען די פֿאַרשקלאַפֿונג אָפּגעשאַפֿן נאָך פֿריִער אין אַ צאָל מערבֿדיקע געגנטן פֿון דער אימפּעריע. אָבער ס’רובֿ פּויערים זײַנען געוואָרן פֿרײַ נאָר אין 1861, ווען דער אימפּעראַטאָר, אַלעקסאַנדער דער צווייטער, האָט אונטערגעשריבן דעם מאַניפֿעסט. דאָס הייסט ניט, אַז אַלעמען האָט עס גלײַך געבראַכט מזל. אייניקע זײַנען געוואָרן פֿרײַ, אָבער קיין ערד ניט באַקומען. אַנדערע האָבן באַקומען זייער ווייניק ערד. אָבער עפּעס אַ חלק פֿון די פּויערים האָבן זיך פֿריִער אָדער שפּעטער אַרויפֿגעאַרבעט אין די דערפֿער, וווּ זיי האָבן געוווינט אָדער אין די שטעט וווּהין זיי האָבן מיגרירט.

די מיגראַנטן האָבן ניט געמאַכט גרינגער דאָס לעבן פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווײַל פֿון דערפֿער אין שטעט זײַנען געקומען קאָנקורענטן. זיי, די געוועזענע לײַב-אייגענע פּויערים, האָבן געעפֿנט נײַע געשעפֿטן, אַנדערע האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט מלאכה. גאָר ניט אַלע ייִדן זײַנען געווען פֿעיִק צו געווינען אין דעם דאָזיקן פֿאַרמעסט. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די באַפֿרײַונג פֿון פּויערים און די אַלגעמיינע אַנטוויקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט געבראַכט נאָר צרות פֿאַר ייִדן.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע אַרויסגעבער פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", טײַערע רעדאַקטאָרן:

כ׳האָב נאָר וואָס באַקומען דעם נײַעם נומער (43, נאָוועמבער 2010) פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", דאָס מאָל נאָר 7 עקזעמפּלאַרן. (ביז אַהער האָט איר מיר יעדן חודש געשיקט 13. אַ שיינעם דאַנק!) די צאָל סטודענטן, וואָס נעמען אַן אָנטייל אין ייִדיש-קורסן אין האַמבורג, איז אָבער אַ וואַקסנדיקע. דעם זמן לערנען זיך ייִדיש אַרום 50 סטודענטן — אויף פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿאַרשטייט זיך.

מײַן נײַער אינטענסיווער אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער שפּראַך, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם חודש, האָט אַזש 19 תּלמידים, ס׳רובֿ פֿון זיי יונגע מענטשן. איז זײַט אַזוי גוט און שיקט מיר מער עקזעמפּלאַרן. (אויך פֿונעם נאָוועמבער-נומער, אויב איר האָט נאָך.) 25 וואָלט געווען אַ גוטע צאָל. איך טייל זיי אויס אין מײַנע קורסן פֿאַר אָנהייבערס און מיטנדיקע ווי לייענוואַרג און ניץ אַ מאָל אַן אַרטיקל אין מײַנע לעקציעס.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
ברוך וולאַדעק

דער ייִדישער היסטאָריקער יונתן פֿראַנקעל ז"ל האָט געשריבן, אַז די "פֿאָרווערטס"-סבֿיבֿה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט "אַ ניט קיין גרינגע פֿאַראייניקונג" פֿון די וועטעראַנען פֿון דער צײַטונג און די נײַע, בונדיסטישע כּוחות. זינט אויגוסט 1901, ווען אויף דער מאַפּע פֿון דעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן האָט זיך באַוויזן די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, איז דער "פֿאָרווערטס" אַרײַן אין איר אינפֿראַסטרוקטור. אָבער קיין סאָציאַליסטישער מאָנאָליט איז די צײַטונג קיין מאָל ניט געוואָרן. צווישן איר מיטאַרבעטער זײַנען געווען מענטשן, וואָס האָבן אָפֿט מאָל געהאַט גאָר פֿאַרשיידענע מיינונגען וועגן פּאָליטיק, קולטור וכ'. און ווי פֿראַנקעל האָט עס באַשריבן, איז די שאַרפֿסטע גרענעץ אַדורך צווישן דער אַלטער סאָציאַליסטישער גוואַרדיע און דעם ייִנגערן דור, וועלכער האָט בדרך-כּלל געהערט צום בונד.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ וויטרינע בײַ אַן אויסשטעלונג וועגן דער אָרטיקער ייִדישער פּרעסע אין ריגע, אויגוסט 2010

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 27סטן יאַנואַר 1951, האָט מען אין ריגע, דער הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, אַרעסטירט דעם ייִדישן שרײַבער מאַרק (משה) ראַזומני. די מאַשין פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס האָט אַרײַנגענומען אין איר "אַרבעט" נאָך איין ייִדישן אינטעלעקטואַל, וועמענס נאָמען ווערט הײַנט דערמאָנט זייער און זייער זעלטן. אמת, קיין שרײַענדיקן ליטעראַרישן נאָמען האָט ראַזומני ניט געהאַט אויך אין די יאָרן פֿון זײַן לעבן, 1896—1988. טיילווײַז איז עס געווען פֿאַרבונדן מיטן כאַראַקטער גופֿא פֿון זײַן שאַפֿערישער פּראָדוקציע, וואָס איז ניט געשטאַנען אין צענטער פֿון דעם ליטעראַרישן לעבן. דערצו נאָך האָט ער געוווינט אין אַן אָרט, וואָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָווינץ אויף דער ייִדישער מאַפּע, אַ פּראָווינץ אין פֿאַרגלײַך ניט בלויז מיט פּוילן, סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אַמעריקע, נאָר אויך אַפֿילו מיט ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך.