פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יצחק קאָרן
יצחק קאָרן

אין אויגוסט 1976 איז אין ישׂראל געשאַפֿן געוואָרן אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכער מע האָט געגעבן אַ גרויסאַרטיקן נאָמען: "וועלט-ראַט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור". בראָש דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע איז געשטאַנען יצחק קאָרן, ז״ל — אַ קאָלאָריטפֿולע פֿיגור. מיר האָבן זיך באַקענט מיט צוואַנציק יאָר צוריק, אין ישׂראל, וווּהין איך בין דעמאָלט געקומען פֿון מאָסקווע אויף אַ וואָך, דאַכט זיך, ווי אַ מיטגליד פֿון אַ גרויסער גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַזאַ מדינה האָט נאָך דעמאָלט עקזיסטירט, און איר פּרעזידענט איז געווען מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו. דער "וועלט-ראַט" האָט זיך געגרייט צום סאַמע וויכטיקן מאָמענט אין דער גאַנצער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער קאַלט-מלחמהדיקער אָרגאַניזאַציע: צום קאָנגרעס אין מאָסקווע, אין מײַ חודש.

זײַנען געווען, פֿאַרשטייט זיך, פֿראַגעס צו מיר, דעמאָלט נאָך אַ מאָסקווער תּושבֿ. איך האָב פֿאַרגעדענקט, ווי אַ פּאָר ייִדן זײַנען באַזאָרגט געווען מיט דער קוואַליטעט פֿון דעם אַשר-יצר-פּאַפּיר אין די מאָסקווער האָטעלן. און נאָך עפּעס זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. אָבער יצחק קאָרן האָט געהאַט אַ מער ערנסטן ענין. ער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין זײַן צימער (דאָס איז געווען בײַ אים אין דער היים), צוגעמאַכט די טיר און געזאָגט אַן ערך אַזוי: "הערט זיך אײַן! איך בין, ווי איר ווייסט, דער פּרעזידענט פֿונעם וועלט-ראַט. און מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו איז דער סאָוועטישער פּרעזידענט. ווי צוויי פּרעזידענטן, האָבן מיר וועגן וואָס צו רעדן. וויל איך בעטן אײַך אײַנצוסדרן אונדז אַ באַגעגעניש".

יצחק קאָרן האָט זייער שטאַרק איבערגעשאַצט מײַנע מעגלעכקייטן. אין דער אמתן, האָב איך מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוון געזען "לעבעדיקערהייט" בלויז איין מאָל, סוף 1990ער יאָרן, ווען איך האָב שוין געוווינט אין אָקספֿאָרד, און ער איז געקומען אַהין מיט אַ לעקציע. די דאָזיקע לעקציע האָט אַראַנזשירט דער דעמאָלטיקער סענסאַציעס-זוכנדיקער ליובאַוויטשער שליח הרבֿ שמואלי בוטח. פֿון אָקספֿאָרד האָט זיך אָנגעהויבן דעם רבֿס קאָנטראָווערסאַלע קאַריערע, אין וועלכער ער הערט ניט אויף זיך צו דרייען צווישן די וועלט-באַרימטע מענטשן. גאָרבאַטשיאָוו איז געווען איינער פֿון די פֿריִע דערפֿאַרונגען זײַנע.

מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו
מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוו
Credit: Getty Images

איך געדענק, אַז די לעקציע פֿון גאָרבאַטשיאָוון איז געווען גאָר ניט קיין אינטערעסאַנטע. איך האָב די דאָזיקע געדאַנקען שוין ניט איין מאָל געהערט אויף דער טעלעוויזיע. די איינציקע זאַך, וועלכע מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, איז דער קאָמישער פּלאָנטער, וועלכן עס האָט אַרײַנגעטראָגן דער אַלטיטשקער קאַנצלער פֿון דעם אוניווערסיטעט. ער איז געווען אַ ביסל ענלעך צו יצחק קאָרן. דער עיקר, אַז אין זײַן קאָפּ איז אויך עפּעס איבערגעמישט געוואָרן און ער האָט פֿאָרגעשטעלט גאָרבאַטשיאָוון ווי דעם רומענישן קיניג, און ווי דעם קיניג האָט ער אים צום סוף באַדאַנקט.

גאָרבאַטשיאָוו איז געוואָרן 80 יאָר אַלט. איך האָב געהערט אינטערוויוען מיט אים — ער פֿאַררעדט זיך ניט. נאָך מער: ער רעדט קלוג, צו דער זאַך. און ער איז מיר סימפּאַטיש. מיט צוואַנציק און מער יאָר צוריק איז ער קיין צדיק ניט געווען. און דאָך, איז עס מײַן מזל, אַז דווקא ער איז געקומען צו דער מאַכט און געפֿירט דאָס געשעפֿט אַזוי, אַז די ווילדע — סאָוועטישע — תּקופֿה האָט זיך פֿאַרענדיקט. אָן דעם וואָלט איך אפֿשר נאָך אַלץ געווען אַ "רעפֿיוזניק" און ניט געזעסן אין ניו-יאָרק בײַם שרײַבן אָט די שורות. די גאַנצע וועלט וואָלט אויסגעזען גאָר אַנדערש.

אין רוסלאַנד האָבן ס׳רובֿ מענטשן פֿײַנט גאָרבאַטישאָוון. די רייד גייט ניט נאָר וועגן די לײַט, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייער סטאַטוס און געלט. דאָס זעלבע קען מען הערן פֿון בר-מזלס. זיי בענקען נאָך אַלץ נאָך די "גוטע" סאָוועטישע צײַטן. מע פֿאַרגעסט די מיאוסקייט פֿונעם לעבן, דעם שטענדיקן געיעג נאָך אַכילה און אַנדערע זאַכן, דעם אידעאָלאָגישן דרוק. מע וויל צוריק אין ברעזשנעווס צי אַפֿילו סטאַלינס "גן-עדן". און מע קלײַבט נחת פֿון פּוטינען און מעדוועדיעוון, וועלכע מאַכן אַן אָנשטעל, אַז זיי היטן אָפּ אייניקע עלעמענטן פֿון סאָוועטישקייט.

מיט אַ וואָך צוריק, האָט גאָרבאַטשיאָוו געזאָגט וועגן דעם מצבֿ אין רוסלאַנד: "אויב אַלץ וועט געפֿירט ווערן אַזוי ווי איצט, גלייב איך, אַז די מעגלעכקייט פֿון דעם מיצרישן סצענאַר וועט ווערן אַלץ שטאַרקער. אָבער דאָ [אין רוסלאַנד] קען עס האָבן נאָך אַן ערגערן סוף." מעדוועדיעוו האָט זיך גלײַך אָפּגערופֿן: "לאָמיר אַ קוק טאָן דעם אמת אין די אויגן. זיי האָבן צוגעגרייט אַזאַ סצענאַר אויך פֿאַר אונדז, און זיי וועלן זיך סטאַרען עס צו רעאַליזירן. אָבער זייער סצענאַר וועט בײַ אונדז ניט אַרבעטן."

ווער זײַנען די דאָזיקע "זיי"? קודם-כּל, די אַמעריקאַנער! וועגן דעם שרײַט אין רוסלאַנד די טעלעוויזיע און ס׳שרײַבן די צײַטונגען: די אַמעריקאַנער האָבן בכּיוון געמאַכט די איבערקערעניש אין די אַראַבישע לענדער. זיי וועלן דאָס זעלבע טאָן אין רוסלאַנד. קעגן דער דאָזיקער פּאַראַנאָיע רעדט נאָר אַ מינאָריטעט. דער 80־יאָריקער גאָרבאַטשיאָוו איז צווישן זיי. איך ווינטש אים אַריכות-ימים!