|
מענטשן אַרבעטן בײַ די קאָמפּיוטערס אינעם מוזיק־אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק פֿון עפֿנטלעכער אינפֿאָרמאַציע, אינעם "זשאָרזש פּאָמפּידו צענטער", פּאַריז |
Credit: Getty Images |
מײַן טאַטע ע״ה האָט ליב געהאַט מאַטעמאַטיק. אין זײַן שטעטל קראַסילאָוו האָט מען געהאַלטן פֿון זײַנע מאַטעמאַטישע כּישרונות. אַלטע ייִדן, בײַ וועלכע די קעפּ האָבן אויך געאַרבעט אין אָט דער ריכטונג, פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן בײַ דער שול און וואַרטן, ביז ע איז אַרויסגעגאַנגען נאָך אַ קלאַס פֿון מאַטעמאַטיק. דעמאָלט האָבן זיי אים אויסגעפֿרעגט וועגן די אויפֿגאַבעס און ווי אַזוי ער האָט זיי געלייזט. אָבער צו ווערן אַ מאַטעמאַטיקער איז מײַן טאַטן ניט געווען באַשערט, ווײַל אין דעם וואָלינער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, וווּהין ער איז געקומען זיך לערנען אין יאָר 1927, איז געווען נאָר איין ייִדישער פֿאַקולטעט, און דווקא פֿאַר לערער פֿון געשיכטע. אַזוי איז ער געוואָרן אַ היסטאָריקער.
האָט מײַן טאַטע געוואָלט, אַז עמעצער פֿון די קינדער זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט זײַן באַליבטער מאַטעמאַטיק. אָבער מײַן ברודער איז געוואָרן אַ דאָקטער. די שוועסטער האָט יאָ פֿאַרענדיקט דעם מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט, אָבער פֿיזיק האָט זי אינטערעסירט מער פֿון מאַטעמאַטיק, און זי האָט אַלע יאָרן געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון פֿיזיק. די לעצטע האָפֿענונג איז געווען פֿאַרבונדן מיט מיר. בפֿרט נאָך, אַז איך האָב טאַקע זייער ליב געהאַט מאַטעמאַטיק און בין געווען דער בעסטער אין מײַן שול, און אפֿשר אַפֿילו מער ווי אין דער שול. יעדנפֿאַלס, האָט מיר די מאַטעמאַטיק געעפֿנט די טירן אין עלעקטראָניק, וואָס איך האָב שטודירט, און דערנאָך געאַרבעט אין קאָמפּיוטערײַ. און דאָך האָט מיך אַלע יאָר געצויגן צו געשיכטע, ליטעראַטור און שפּראַך-קענטעניש. מיט דרײַ-און-צוואַנציק יאָר צוריק, נאָך יאָרן פֿון קאָמבינירן עלעקטראָניק מיט פֿאָרשן גאָר אַנדערע זאַכן, בין איך אין גאַנצן אַוועק אויף הומאַניטאַרע וועגן.
מײַן אַרבעט איז, דער עיקר, באַשטאַנען פֿון שאַפֿן אַרכיטעקטור פֿון אויטאָמאַטישע, באַזירט אויף קאָמפּיוטערס, סיסטעמען פֿאַר כּלערליי זאַכן. נאָך איצט פֿיל איך, אַז מײַן מוח אַרבעט "אַרכיטעקטאָריש", גענערירט אַלגאָריטמען פֿאַר מײַן ריין הומאַניטאַרער פֿאָרשונג. וואָס ווײַטער, ווער איך אַלץ מער צופֿרידן מיט אָט דעם אופֿן פֿון טראַכטן, ווײַל דאָס פֿאָדערט דער איצטיקער מצבֿ פֿון אַקאַדעמישער אַרבעט, וועלכע ווערט ממש אָפּהענגיק פֿון דעם פֿאָרשערס אינטעראַקציע מיטן גלאָבאַלן רוים פֿון עלעקטראָנישער אינפֿאָרמאַציע.
איך געדענקט, ווי מיט יאָרן צוריק האָט מען אויף די אינפֿאָרמאַציע־באַזעס געקוקט ווי אויף אַ מיטל צו מאַכן גרינגער דאָס לעבן פֿון די געלערנטע, למשל. מע האָט געטראַכט אַזוי: איצט גריבלען זיי זיך, נעבעך, אין די קאַרטלעך פֿון קאַטאַלאָגן, זוכן דאָרטן דעם פֿאַראַיאָריקן שניי. לאָמיר זיי העלפֿן! לאָמיר פֿאַרבײַטן די קאַרטלעך מיט קאָמפּיוטעריזירטע סיסטעמען, וווּ אַלץ וועט זיך אויסזוכן איינס-און-צוויי. האָט מען עס געטאָן און אַפֿילו געשאַפֿן אַ נײַעם אינטערעסאַנטן געביט פֿון עלעקטראָנישן ביבליאָטעק-וועזן.
צי האָט אָבער געמאַכט גרינגער אונדזער דאָליע? יאָ און ניין. פֿון איין זײַט, קען מען באַקומען צוטריט צו טויזנטער ביכער, אַרטיקלען וכ’, ניט אַרויסגייענדיק פֿון דער שטוב צי ביוראָ. פֿאַר אַ ייִדישן פֿאָרשער האָט אַן אמתע איבערקערעניש געמאַכט די רײַכע עלעקטראָנישע קאָלעקציע, וואָס דער ייִדישער ביכער-צענטער האָט אַרויסגעשטעלט אין אינטערנעץ. זייער אַ סך קען מען געניסן פֿון דעם קאַטאַלאָג פֿון ייִדישער פּעריאָדיק, וואָס מע האַלט אין איין באַרײַכערן אין דעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט.
און וויפֿל נייטיק אינפֿאָרמאַציע קען אַ געלערנטער — אַ ייִדישער צי ניט — באַקומען פֿון די אינטערנעץ-אַרכיוון פֿון די צײַטונגען! דער אַרכיוו פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" איז אַן אמתער אוצר. עס פֿאַרדריסט, וואָס דער "פֿאָרווערטס" האָט עס נאָך דערווײַל ניט דערגרייכט. לעצטנס, איז צוטריטלעך געוואָרן דער עלעקטראָנישער אַרכיוו פֿון דער צענטראַלער סאָוועטישער קאָמוניסטישער צײַטונג "פּראַוודאַ", און ווידער אַ מאָל געפֿינט מען דאָרטן אַזעלכע זאַכן, וועלכע זײַנען פֿריִער געלעגן ערגעץ און געשוויגן, ווי אַ נאָדל אין אַ סטויג היי. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַזאַ וויכטיקן מכשיר, ווי דער "גוגל". ניט אַלע מאָל גיט ער אַ מעגלעכקייט איבערצולייענען דאָס וואָס מע דאַרף, נאָר עס ווײַזט וווּ מע דאַרף זוכן.
גלײַכצײַטיק, מאַכט דער ריזיקער אינפֿאָרמאַציע-ים שווערער דעם פּראָצעס פֿון אַקאַדעמישער אַרבעט. שווערער און פֿאַראַנטוואָרטלעכער. ווײַל הײַנט איז פּשוט ניט שיין עפּעס דורכצולאָזן, ניט אויסצוזוכן און ניט צו נעמען אין באַטראַכט. זייער אַ סך איז טאַקע אָפּהענגיק פֿון דעם ווי אַזוי דו האָסט אויסגעבויט דײַן אַלגאָריטעם פֿון געפֿינען, קאָנטראָלירן און פֿאַרגלײַכן די נייטיקע אינפֿאָרמאַציע. ס’איז אויך זייער וויכטיק ניט צו לאָזן זיך פֿאַרפֿירן אין קיין פּאַסטקע, ווײַל די אינטערנעץ איז פֿול מיט נאַרישקייטן. און בכלל — ווי אַזוי צו אָרגאַניזירן דײַן אַרבעט, דו זאָלסט ניט דערטרונקען ווערן אין דעם אינפֿאָרמאַציע-ים.
באַקומט זיך, אַז איך פֿיל עפּעס אַ שטיקל דיאַלעקטיק אין מײַן לעבן: אַוועק פֿון עלעקטראָניק, פֿון שאַפֿן אַלגאָריטמען פֿאַר קאָמפּיוטעריזירטע סיסטעמען, און געקומען בין איך ווידער צו אַלגאָריטמען, שוין פֿאַר זיך אַליין, וואָס העלפֿן מיר ניט פֿאַרפֿאַלן צו ווערן אין דעם ריזיקן עלעקטראָנישן רוים, אָן וועלכן עס קען זיך איצט ניט באַגיין קיין אַקאַדעמישער אַרבעטער. מײַן טאַטן וואָלט אַזאַ דיאַלעקטיק, בלי-ספֿק, געפֿעלן געוואָרן.