געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בנימין זוסקין אין "די גליקן-זוכער"
בנימין זוסקין אין "די גליקן-זוכער"

איך האָב שוין לאַנג געזוכט אַ תּירוץ צו פֿאָרן אין מײַן היימשטאָט, זאַפּאָראָזשע. איצט האָב איך עס, ווײַל דעם זומער וועט דאָרטן זײַן אַ משפּחה-צונויפֿקומעניש. אַזוי, אַז מיר — מײַן ווײַב און איך — האָבן שוין אַפֿילו געקויפֿט די בילעטן. מיט אַנדערע ווערטער, האָב איך אַ גוטן שאַנס צו זײַן דאָרטן, נאָך אַן איבעררײַס פֿון צוואַנציק יאָר. דעמאָלט איז פּונקט געשען די איבערקערעניש, ווען מע האָט אַ פּרוּוו געטאָן אַראָפּצוּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוון. איצט איז עס אַ באַזונדערע מדינה, אוקראַיִנע, וווּ איך בין געווען בלויז איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אויף אַ קאָנפֿערענץ אין קיִעוו.

טיילווײַז, איז זאַפּאָראָזשע פֿאַר מיר אַ קבֿר-אָבֿות. אָבער איך פֿאָר ניט נאָר צו די קבֿרים. עס וווינען אין דער שטאָט נאָענטע קרובֿים און אַ פּאָר אַלטע חבֿרים, מיט וועלכע איך האַלט אונטער קאָנטאַקטן. וויל איך זיי זען אַלעמען, פֿאַרשטייט זיך. און איך וויל פּשוט אַרומגיין — אין די גאַסן און קוואַרטאַלן, וואָס האָבן פֿאַר מיר עפּעס אַ באַטײַט.

די ערשטע בערך פֿופֿצן יאָר פֿון מײַן לעבן האָט מײַן משפּחה געוווינט אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אויף דער לענין-גאַס, וואָס — אַגבֿ — הייסט נאָך אַלץ אַזוי. ניט ווײַט פֿון אונדז זײַנען געווען צוויי קינאָ-טעאַטערס, אין וועלכע מײַנע עלטערן פֿלעגן גיין אַליין אָדער מיט מיר. איך גלייב, אַז דאָס איז געווען אָפּהענגיק פֿון דעם פֿילם. איינער פֿון די קינאָ-טעאַטערס, דער גרעסערער, האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, און דער צווייטער, דער קלענערער, איז געווען באַפּוצט מיטן נאָמען פֿון (אויב איך פּלאָנטער ניט) ניקאָלײַ גאָגאָל.

געוויינטלעך פֿלעגן מיר גיין אין דעם "מאַיאַקאָווסקי"-טעאַטער, בפֿרט נאָך, אַז דאָרטן האָט געאַרבעט עפּעס אַ ווײַטע קרובֿה, און זי פֿלעגט העלפֿן צו קויפֿן בילעטן; אַפֿילו אויב די קאַסע האָט זיי שוין ניט פֿאַרקויפֿט. אָבער מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, ווי מיר זײַנען אַוועק דווקא אין דעם קלענערן קינאָ-טעאַטער, ווײַל דאָרטן האָט מען געוויזן דעם פֿילם "די גליקן-זוכער". מיר איז שווער צו זאָגן, ווען דאָס איז געווען. כ׳גלייב, אַז בערך אין יאָר 1960.

אַרום יענער צײַט פֿלעגן פֿאָרקומען פֿאַרשיידענע געשעענישן, וועלכע היסטאָריקער רופֿן איצט אָן "אויפֿלעבונג פֿון דעם ייִדישן לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". איך האָב אין יענע יאָרן אַזעלכע הויכע ווערטער אַרום זיך ניט געהערט. אָבער מיר האָט זיך, למשל, גוט פֿאַרגעדענקט, ווי איך האָב זיך דעמאָלט באַקענט מיט שלום-עליכמען. געשען איז עס אין דער קינדער-ביבליאָטעק, וואָס איז געווען אויפֿן וועג פֿון דער לערנשול, טאַקע ניט ווײַט פֿון דעם קלענערן קינאָ-טעאַטער. אין יענע צײַטן פֿלעגן קינדער גיין און פֿאָרן אַליין אין דער שול און פֿון דער שול. איצט קלינגט עס אויס מאָדנע צי אַפֿילו ווילד, אָבער דאַן האָט מען ניט מורא געהאַט, אַז אַ קינד וועט אַרויסגעכאַפּט ווערן.

בין איך אַרײַן אַ מאָל אין דער ביבליאָטעק צו בײַטן ביכער און דערזען אויף אַ פּאָליצע אַ ביכל מיט אַ מאָדנעם נאָמען: "מאַל׳טשיק מאָטל" ("דאָס ייִנגל מאָטל"). איצט פֿאַרשטיי איך, אַז דאָס איז געווען די אויסגאַבע פֿון יאָר 1957, די ערשטע נאָך סטאַלינס טויט. ווען איך האָב עס געבראַכט אַהיים, האָט מײַן טאַטע זיך ממש דערפֿרייט. ער האָט מיר דערקלערט, אַז דאָס איז אַן איבערזעצונג פֿון ייִדיש, פֿון אַ בוך וואָס הייסט "מאָטל פּייסי דעם חזנס", און אַז דער מחבר פֿונעם בוך איז שלום-עליכם. און ער האָט מיר אַ ביסל דערציילט וועגן שלום-עליכמען.

אין יענער צײַט האָט מען אויך אויף ס׳נײַ גענומען ווײַזן דעם פֿילם "די גליקן-זוכער", וואָס איז באַקאַנט אויף ענגליש ווי Seekers of Happiness, כאָטש אין יאָר 1936, ווען דער פֿילם האָט זיך נאָר באַוויזן, איז ער אַרויס אויף די אַמעריקאַנער עקראַנען אונטער אַן אַנדער נאָמען, דהײַנו: A Greater Promise. איצט ווײַז איך דעם פֿילם מײַנע סטודענטן און דערצייל זיי, אַז געמאַכט האָט מען אים צוליב אַ פּאָליטישן ציל.

אין די מיט-1930ער יאָרן האָט די סאָוועטישע רעגירונג צוגעזאָגט אַרײַנצולאָזן אין ביראָבידזשאַן עטלעכע טויזנט אויסלענדישע ייִדן. ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן דעמאָלט געזוכט ערטער, וווּהין מע האָט געקענט שיקן פּליטים פֿון דײַטשלאַנד, ווי אויך פֿון פּוילן און אַנדערע מיזרח-אייראָפּעיִשע לענדער. איז אויף אַ ווײַלע געוואָרן אַ לעבן ווי אַ לעקעך צווישן דעם סאָוועטישן צד און פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אַ סבֿרא, אַז סטאַלין האָט ניט געבלאָפֿט, כאָטש שפּעטער — ווען עס האָבן זיך אָנגעהויבן די מאַסן-רדיפֿות אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד — איז פֿון דעם אַלץ ווייניק אַרויס.

דערווײַל, אָבער, האָט מען געמאַכט אַ פֿילם, וועלכער איז טאַקע וועגן ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון אויסלאַנד קיין ביראָבידזשאַן. דער פֿילם ווערט הײַיאָר 75 יאָר אַלט, און ער איז טאַקע פֿאַרעלטערט — טעכניש, עסטעטיש און, פֿאַרשטייט זיך, אידעאָלאָגיש. דאָך האָב איך אַלע מאָל הנאה פֿון קוקן אָט דעם אַלטיטשקן "טאָקי"; פֿון הערן די לידער פֿון יצחק דונאַיעווסקי, פֿון דער מײַסטערישער שפּיל פֿון דעם טאַלאַנטירטן ייִדישן אַקטיאָר בנימין זוסקין, און פֿון דערמאָנען זיך וועגן דעם, ווי אַזוי מײַנע עלטערן האָבן מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק מיך גענומען אין דעם קליינעם קינאָ-טעאַטער. דעם זומער האָף איך צו זען די דאָזיקע געגנט פֿון מײַן היימשטאָט.