געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עפֿענונג פֿון דער ערשטער זיצונג פֿון דער דריטער דומע, 1907, פּעטערבורג
די עפֿענונג פֿון דער ערשטער זיצונג פֿון דער דריטער דומע, 1907, פּעטערבורג

אין אַ יאָר אַרום וועט מען אין רוסלאַנד, אַ פּנים, פּראַווען דעם 250סטן יוביליי פֿונעם טאָג, ווען — נאָך אַן איבערקערעניש — האָט זיך אויפֿן טראָן אַוועקגעזעצט די מלכּה קאַטערינאַ די צווייטע. ס׳איז אָנגענומען געוואָרן צו האַלטן די תּקופֿה פֿון איר ממשלה, 1762—1796, ווי די בלי-צײַט פֿון דער רוסישער אימפּעריע. אין דער ייִדישער געשיכטע איז עס אויך אַ ביז גאָר וויכטיקע צײַט, ווײַל בימי קאַטערינאַ האָט זיך פֿאַרלייגט דער יסוד פֿונעם רוסישן ייִדנטום. גראָד אין יענע יאָרן איז פּוילן פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע ווי אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, און דער גרעסטער טייל פֿון די פּוילישע טעריטאָריעס און תּושבֿים (ייִדן בתוכם) זײַנען אַריבער צו רוסלאַנד. דער סוף איז געווען, אַז אין משך פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן ייִדן פֿון אַ נײַעם מין — דעם רוסישן.

אין די ערשטע טעג פֿון יאָר 1792 האָט די דײַטשיש-געבוירענע רוסישע קיסרינע אונטערגעשריבן אַ געזעץ, פֿון וועלכן עס ווערט געפֿירט די געשיכטע פֿון דעם תּחום-המושבֿ (אויף רוסיש черта оседлости, אויף ענגליש — Pale of Settlement), וואָס האָט אַרויפֿגעלייגט אַ שטעמפּל אויף דער גאַנצער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דעם ייִדנטום. כאַראַקטעריש, אַז דאָס דאָזיקע געזעץ האָט זיך באַוויזן אין דער זעלבער צײַט, ווען די רעגירונג פֿון דעם רעוואָלוציאָנערן פֿראַנקרײַך האָט עמאַנציפּירט פֿריִער די ספֿרדישע און דערנאָך אַשכּנזישע ייִדן. און נאָך איין זאַך איז כאַראַקטעריש: קאַטערינאַ די צווייטע איז ניט פֿאַרבליבן אין דער ייִדישער געשיכטע ווי אַ מין המן הרשע אין אַ קליידל. ניט צופֿעליק האָט דווקא דער ייִדישער סקולפּטאָר מאַרק אַנטאָקאָלסקי געשאַפֿן איר דענקמאָל, וועלכן מע האָט געשטעלט אין ווילנע אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

אַזוי צי אַזוי, אָבער צוויי פּאַראַלעלע וועגן האָבן זיך באַוויזן אין דער ייִדישער אייראָפּעיִשער דאָליע: איין וועג, דער מערבֿדיקער, האָט געפֿירט צו אַ ברייטער אינטעגראַציע, בעת דער צווייטער, דער רוסישער וועג, האָט אָפּגעהיט די באַזונדערקייט. דער תּחום-עולם, וואָס האָט "בעסער" פֿון אַלע אַנדערע מיטלען פֿאַרהאַלטן די אַסימילאַציע פֿון ייִדן און באַגרענעצט די ייִדישע מיגראַציע אין רוסלאַנד גופֿא, האָט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע אין די פּראָצעסן, וועלכע האָבן, אין דעם לעצטן סך-הכּל, אויסגעפֿורעמט די ייִדישע ייִשובֿים ניט נאָר אין רוסלאַנד, נאָר אויך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, אַרגענטינע און אַ סך אַנדערע לענדער. אַ סבֿרא, אַז אָן דעם תּחום וואָלט זיך ניט באַוויזן די מדינת-ישׂראל. רוסלאַנד אַליין וואָלט, בלי-ספֿק, אויסגעזען אַנדערש. אָן אַ שום גוזמא קען מען זאָגן, אַז די וועלט וואָלט, בכלל, געהאַט אַן אַנדערן אויסזען, און אונדז בלײַבט נאָר צו בויען השערות, צי אַזאַ וועלט וואָלט געווען בעסער אָדער ערגער.

דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, טעאָריע. די פּראַקטיק איז געווען, אַז ייִדן האָבן קיין נחת פֿון דעם תּחום ניט געשעפּט. די אידעען פֿון רויִנירן דעם תּחום אָדער, לכל-הפּחות, זיך אַרויסרײַסן פֿון אים, האָט געגעבן אַ קאָלאָסאַלע ענערגיע, סײַ (דער עיקר) אַ שאַפֿערישע סײַ אַ חרובֿ מאַכנדיקע. די פֿראַגע וועגן אָפּשאַפֿן דעם תּחום-המושבֿ איז ניט איין מאָל אויפֿגעהויבן געוואָרן אין רוסלאַנד. אָבער ביזן סאַמע סוף פֿון דער אימפּעריע האָט מען עס ניט געטאָן. דאָס איז געווען קעגן דעם פּרינציפּ גופֿא, אויף וועלכן די אימפּעריע איז אויפֿגעבויט געוואָרן, דהײַנו: אַ מענטש וווינט דאָרטן, וווּ די מלוכה וויל ער זאָל וווינען. אַגבֿ, דעם זעלבן פּרינציפּ האָט איבערגענומען דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ די מאָבילקייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אויך געווען שטאַרק באַגרענעצט. פּאַראַדאָקסאַל, זיך איבערפּעקלען קיין ישׂראל צי אַמעריקע איז פֿאַר אַ סאָוועטישן ייִדן אָפֿט מאָל געווען גרינגער איידער, למשל, בײַטן די דירה פֿון אָדעס קיין מאָסקווע.

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין פֿעברואַר 1911, איז די פֿראַגע וועגן אָפּשאַפֿן דעם תּחום-המושבֿ געשטאַנען אין דער רוסישער דומע (פּאַרלאַמענט). צוויי ייִדישע דעפּוטאַטן זײַנען דעמאָלט געווען אין דער דומע: אליעזר ניסעלאָוויטש (1856—1914) און נפֿתּלי פֿרידמאַן (1863—1921). דער ערשטער פֿון זיי איז געווען אויסגעוויילט אין קורלאַנד, דער צווייטער — פֿון דער קאָוונער גובערניע. ביידע האָבן פֿאַרענדיקט דעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿונעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט און געווען אָנגעזעענע געזעלשאַפֿטלעכע טוער.

דעם פּראָיעקט פֿון אַ געזעץ וועגן אָפּשאַפֿן דעם תּחום האָט אין מײַ 1910 אַרײַנגעטראָגן ניסעלאָוויטש. 166 דעפּוטאַטן, אָדער בערך אַ דריטל פֿון דעם גאַנצן עולם דעפּוטאַטן, האָבן עס אונטערגעהאַלטן. אָבער די רעגירונג — ווי אויך די שאָוויניסטיש-געשטימטע פּאָליטיקער — האָבן ניט געוואָלט אַפֿילו הערן וועגן אַזאַ רעפֿאָרם. זיי האָבן געהאַלטן, אַז די ייִדישע מאַסן האָט מען געדאַרפֿט האַלטן פֿאַרשפּאַרט אין דעם תּחום, זיי זאָלן, חס-וחלילה, ניט פֿאַרפֿלייצן גאַנץ רוסלאַנד. אין פֿעברואַר 1911 האָט מען געמאַכט אַ קונץ: דעם פּראָיעקט, וואָס ניסעלאָוויטש האָט געהאַט אַרײַנגעטראָגן, האָט מען פֿאַקטיש "אַרויסגעטראָגן" דורך פֿאַרשיקן אים אין אַ קאָמיסיע פֿון דער דומע. דאָרטן איז ער שטילערהייט באַגראָגן געוואָרן.

אין פֿינף יאָר אַרום, בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, איז דער תּחום כּמעט פֿאַרשוווּנדן. דעמאָלט האָט די רעגירונג שוין קיין ברירה ניט געהאַט. צו יענער צײַט האָבן ייִדישע פּליטים זיך סײַ-ווי-סײַ באַזעצט מחוץ די באַגרענעצטע טעריטאָריעס, וועלכע זײַנען זינט 1914 געוואָרן שלאַכטפֿעלדער. און דער פֿולער סוף צו דעם תּחום איז געקומען אין מאַרץ 1917, ווען ניקאָלײַ דער צווייטער איז געוואָרן ניקאָלײַ דער לעצטער. די צײַטווײַליקע רעגירונג האָט אָפּגעשטעלט דעם תּחום-זייגער, וואָס האָט געוויזן צײַט אין משך פֿון 125 יאָר.