- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע אַרויסגעבער פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", טײַערע רעדאַקטאָרן: כ׳האָב נאָר וואָס באַקומען דעם נײַעם נומער (43, נאָוועמבער 2010) פֿונעם זשורנאַל "ווײַטער", דאָס מאָל נאָר 7 עקזעמפּלאַרן. (ביז אַהער האָט איר מיר יעדן חודש געשיקט 13. אַ שיינעם דאַנק!) די צאָל סטודענטן, וואָס נעמען אַן אָנטייל אין ייִדיש-קורסן אין האַמבורג, איז אָבער אַ וואַקסנדיקע. דעם זמן לערנען זיך ייִדיש אַרום 50 סטודענטן — אויף פֿאַרשיידענע מדרגות, פֿאַרשטייט זיך. מײַן נײַער אינטענסיווער אַרײַנפֿיר אין דער ייִדישער שפּראַך, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם חודש, האָט אַזש 19 תּלמידים, ס׳רובֿ פֿון זיי יונגע מענטשן. איז זײַט אַזוי גוט און שיקט מיר מער עקזעמפּלאַרן. (אויך פֿונעם נאָוועמבער-נומער, אויב איר האָט נאָך.) 25 וואָלט געווען אַ גוטע צאָל. איך טייל זיי אויס אין מײַנע קורסן פֿאַר אָנהייבערס און מיטנדיקע ווי לייענוואַרג און ניץ אַ מאָל אַן אַרטיקל אין מײַנע לעקציעס. אין אַ מיטנדיקן ייִדיש-קורס אין דער ייִדישער קהילה אין ברעמען (די אָנטיילנעמערס זענען יונגע פֿרויען מיט ייִדיש-רעדנדיקע זיידע-באָבעס) פֿאַרנעמען מיר זיך איצט מיט ר׳ נחמן בראַצלעווערס מעשׂיות. בין איך זייער צופֿרידן, אַז דער פֿריִערדיקער נומער (42, אָקטאָבער 2010) קאָנצענטרירט זיך אויף דער חסידישער וועלט און דרוקט אויך אָפּ אַ מעשׂה פֿונעם בראַצלעווער רבי, כאָטש זי איז זייער אַ שווערע פֿאַר מײַנע תּלמידות (דער טעקסט איז אָנגעלאָדן מיט לשון-קודש-שטאַמיקע ווערטער). אַ שיינעם דאַנק פֿאַר אײַער מי און דער וויכטיקער אַרבעט, וואָס איר טוט פֿאַר ייִדיש.
מיט וואַרעמע גרוסן פֿון האַמבורג,
חשובֿער רעדאַקטאָר פֿונעם "ווײַטער": אַ גרויסן יישר-כּוח פֿאַרן ווײַטער שאַפֿן אַ צײַטונג געריכט אויף סטודענטן. איר שיקט מיר איצט 6 קאָפּיעס פֿון דער צײַטונג; איך האָב אָבער הײַיאָר אַ גרעסערן קלאַס. קענט איר זײַן אַזוי גוט און מיר שיקן 11 קאָפּיעס (פֿאַר 10 סטודענטן און פֿאַר זיך אַליין)?
אַ שיינעם דאַנק!
מיט פֿינף יאָר צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן אַן עקספּערימענט מיט אַרויסגעבן אַ צוגאָב-צײַטשריפֿט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "ווײַטער". אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" זײַנען געווען אַ סך צוגאָב-צײַטשריפֿטן. צו מאָל איז עס געווען נאָך איין ניו-יאָרקער טאָג-צײַטונג, וועלכע מע האָט פֿאַרשפּרייט אין דער פֿרי, בעת די "גלאַוונע" אויסגאַבע, דער "פֿאָרווערטס" גופֿא, פֿלעגט זיך באַווײַזן שפּעטער, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם טאָג. צו מאָל זײַנען דאָס געווען לאָקאַלע אויסגאַבעס, למשל אין שיקאַגאָ. עטלעכע זשורנאַלן האָבן זיך באַוויזן, צי טיילווײַז עקזיסטירט, ווי שוועסטער-פּובליקאַציעס פֿון "פֿאָרווערטס". דער געדאַנק אַרויסצוגעבן אַזאַ צײַטשריפֿט ווי "ווײַטער" איז געקומען פֿון דרויסן. אין יענער צײַט האָבן עטלעכע ענגליש-שפּראַכיקע צײַטונגען גענומען אַרויסלאָזן אומזיסטע בלעטער, אויסגערעכנט, דער עיקר, פֿאַר יונגע לײַט, וועלכע האָבן געירשנט אַ דעפֿעקטיוון גענעטישן קאָד — אָן דעם גען, וואָס ציט צום לייענען די פּרעסע. איז דער געדאַנק געווען זיי אַרײַנצושטופּן בחינם אַ בלאַט מיט פֿאַרוואַסערטע, פֿאַרגרינגערטע אַרטיקלען, און אויף אַזאַ אופֿן אַנטוויקלען, לכל-הפּחות בײַ אייניקע יונגע לײַט, דעם חשק צום לייענען בכלל און צום לייענען צײַטונגען בפֿרט. אָט פֿון אַזאַ אידעע איז אויסגעוואַקסן דער "ווײַטער". אָבער זײַן פֿילאָסאָפֿיע איז געווען פֿון דעסטוועגן אַן אַנדערע, דהײַנו: צו געבן די יונגע ליבהאָבער פֿון ייִדיש אַ ביסל קולטור, אָן וועלכער ס׳איז שווער צו לייענען אַזאַ צײַטונג ווי דער "פֿאָרווערטס". אַגבֿ, אייניקע לייענער האָבן זיך פֿאַרפּלאָנטערט און גענומען זוכן אין "ווײַטער" מאַטעריאַלן פֿאַר אָנהייבער, דאָס הייסט, פֿאַר די וואָס האָבן נאָך ניט באַוויזן — צי פֿוילן זיך נאָך אַלץ — אויסצולערנען דעם אונטערשייד צווישן דאַטיוו און אַקוזאַטיוו אָדער נאָך עפּעס פֿון אָט דעם סאָרט. אַזעלכע לייענער האָבן פּשוט פֿאַרגעסן, אַז פֿאַר אַזעלכע זאַכן עקזיסטירן לערנביכער. דער "ווײַטער" איז פֿאַרן עולם, וואָס האָט שוין אַרײַנגעזאַפּט אין זיך אַ לערנבוך, אָבער שרעקט זיך דערווײַל צו שווימען אין דעם ים פֿון "פֿאָרווערטס" און פֿילן זיך באַקוועמער אין דעם באַסיין פֿון "ווײַטער". ווען אַב. קאַהאַן, דער לעגענדאַרער רעדאַקטאָר, האָט זיך געשטעלט בײַם רודער פֿון "פֿאָרווערטס", האָט ער געוואָלט מאַכן די צײַטונג צוטריטלעך אַפֿילו פֿאַר די ייִדענעס, וועלכע האָבן פֿאַרקויפֿט הערינג אויף די ראָגן פֿון ניו-יאָרקער גאַסן. הײַנט האָט דער "פֿאָרווערטס" אַנדערע לייענער — די אינטעליגענץ, און ניט אַבי וועלכע אינטעליגענטן (די "אַבי וועלכע" לייענען אַנדערע צײַטונגען), נאָר די וואָס אינטערעסירן זיך מיט ייִדיש-קולטור. וווּ נאָך קענען אַזעלכע לייענער האָבן אַ צוטריט צו אַזאַ סחורה? נאָר אין "פֿאָרווערטס". אין אַנדערע צײַטשריפֿטן באַווײַזן זיך אויך רעלעוואַנטע מאַטעריאַלן, אָבער דאָס קומט פֿאָר זעלטן און גאָר ניט תּמיד גענוג קוואַליפֿיצירט. מיר איז עטלעכע מאָל אויסגעקומען צו הערן דעם אײַנפֿאַל וועגן רעפֿאָרמירן דעם "פֿאָרווערטס"; צו מאַכן אים ניט אַזוי "שווער" און דערמיט פֿאַרברייטערן די צאָל לייענער. איך בין זיכער, אַז אַזאַ רעפֿאָרם וואָלט בלויז פֿאַרפֿירט אונדזער צײַטונג אין אַ טעמפּן ווינקל. ייִדישע פֿרויען פֿאַרקויפֿן שוין ניט קיין הערינג אויף די גאַסן פֿון ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט, אַזוי אַז קיין לייענער פֿון אַ "פּשוטן ייִדיש" (אָדער אַ "ייִדישן ייִדיש", ווי מע האָט עס אַ מאָל גערופֿן) איז פּשוט ניטאָ וווּ צו רעקרוטירן. דער רעצעפּט פֿון "פּראָסטקייט", און פֿון קוקן פֿון אויבן אַראָפּ אויף דעם לייענער, איז אַ ביסל — אפֿשר בלויז אויף פֿערציק צי פֿופֿציק יאָר — פֿאַרעלטערט געוואָרן. גרייט טאַקע דער "ווײַטער" צו לייענער צום אַרײַנטריט אין דעם עליטאַרן (אָן גענדזן-פֿיסלעך) קלוב פֿון "פֿאָרווערטס"-לייענער. און ווידער אַ מאָל: די רייד גייט ניט וועגן אַרבעטן מיט אַ ווייניק-געבילדעטן המון. אַדרבה, די רייד גייט וועגן דער זעלבער אינטעליגענץ, וואָס האָט דערווײַל אַ באַגרענעצטע צוגרייטונג דווקא אין די פֿראַגן פֿון ייִדיש-קולטור. האָט איר באַמערקט, אפֿשר, אַז ווען איר קומט, למשל, פֿון אַמעריקע קיין ענגלאַנד צי קאַנאַדע און עפֿנט דאָרטן אַ היגע צײַטונג, שטויסט איר זיך אָן אויף אַ שיין ביסל אַרטיקלען, וועלכע דערציילן וועגן זאַכן מחוץ דעם שטח פֿון אײַערע אינטערעסן. מע שרײַבט וועגן ווילד-פֿרעמדע היגע פּאָליטישע צי קולטורעלע געשעענישן, מע דערמאָנט ווילד-פֿרעמדע נעמען. מע דאַרף אָפּלעבן אַ געוויסע צײַט אין דעם לאַנד, ביז מע גיסט זיך אַרײַן, ווי עס דאַרף צו זײַן, אין דעם "סיפּור-המעשׂה". נאָר דעמאָלט הייבט איר אָן רעאַגירן אויף דעם נאָמען, וואָס האָט פֿריִער געקלונגען לחלוטין פֿרעמד. נאָך מער: איר הייבט אָן זוכן, וואָס מע שרײַבט אין די נײַעס וועגן דעם דאָזיקן מענטשן. און דאָס איז דער הויפּט-ציל פֿון אונדזער "ווײַטער": אַרײַנצופֿירן דעם לייענער אין דער וועלט פֿון ייִדיש. פֿינף יאָר באַשעפֿטיקן מיר זיך מיט אַזאַ אַרבעט. צו מאָל באַקומט זיך עס בעסער און צו מאָל פֿאַרדריסט אונדז ווען מיר כאַפּן זיך, אַז מיר האָבן פֿאַרזען אַ גרײַז. עס פֿרייט אונדז, ווען מיר באַקומען פּאָזיטיווע אָפּקלאַנגען, און מיר לערנען זיך, ווען מע זאָגט אונדז אַרײַן. און אַזוי גייט עס ווײַטער. אַגבֿ, אַלץ — צי כּמעט אַלץ — קען מען לייענען און אַפֿילו הערן אין אינטערנעץ: https://yiddish2.forward.com/vayter/ |