- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין דעצעמבער 1910, האָט אין ניו-יאָרק אָנגעהויבן אַרבעטן די "ערשטע נאַציאָנאַל-ראַדיקאַלע שולע", פֿון וועלכער עס ווערט בדרך-כּלל געפֿירט די געשיכטע פֿון ייִדישער שולבילדונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. (זען איציק גאָטעסמאַנס אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס", דעם 3טן דעצעמבער 2010 — https://yiddish2.forward.com/node/3328) אין עטלעכע וואָכן אַרום, שוין אין 1911, האָט מען באַשטימט דעם דירעקטאָר פֿון דער שול. געווען איז ער יואל ענטין (1875–1959), אַ פּענמענטש און אַ לערער. אין 1891 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און איז געווען טעטיק אין ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. זײַנע אַרטיקלען וועגן ייִדיש האָבן זיך באַוויזן אין "פֿאָרווערטס" נאָך אין יאָר 1903. קעגן די יהודים", דאָס הייסט דעם דײַטשיש-ייִדישן עסטאַבלישמענט, איז געווען געצילט זײַן אַרטיקל "אונדזער אָרעמער מאַמע-לשון" (דעם 18טן אויסגוסט 1903), אין וועלכן ער האָט, בפֿרט, געטענהט, אַז: אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, מירטשעם, אָפּמערקן 115 יאָר זינט ס'איז געשאַפֿן געוואָרן אונדזער צײַטונג. זי האָט זיך באַוויזן ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אינטריגעס אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרשיידנשפּראַכיקע סבֿיבֿה, אין וועלכער מע האָט נאָך געדאַרפֿט אויסזוכן אַ מענטשן מיט אַ ווייניק-געהרגעטן ענגליש. דײַטש איז אין יענע יאָרן געווען די הויפּט-שפּראַך פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטיי, אין וועלכער עס האָט דאָמינירט דאַניעל דעלעאָן, אַ פּאַרשוין פֿון אַ סך שפּראַכן און קולטורן. אַב. קאַהאַן און נאָך אַ צאָל ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן קרום געקוקט אויף דעלעאָנען. איצט איז שווער צו זאָגן, וועלכע סיבות — פּערזענלעכע צי אידעאָלאָגישע — זײַנען געווען שטאַרקער, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, אָן דעלעאָנען. מע האָט זיך צעבוצקעווען און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צײַטונג, מיטן דײַטשישן נאָמען "פֿאָרווערטס", וועלכע איז שפּעטער, אין יאָר 1901, געוואָרן אַ פֿאָרום פֿאַר דער נײַ-געשאַפֿענער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מען אין ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 120סטן געבוירנטאָג פֿון דעם ייִדישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס. איך האָב זיך אויך באַטייליקט אין דער ייִוואָ-אונטערנעמונג, און שוין נאָך אָפּדברן מײַנס האָב איך, זיצנדיק אין זאַל, זיך דערמאָנט, ווי מיר איז אויסגעקומען אָפּצומערקן עפּעס אַ דאַטע, פֿאַרבונדן מיט מיכאָעלסן — אָדער זײַן געבוירנטאָג אָדער דעם טאָג פֿון זײַן טראַגישן טויט. געווען איז עס אין מאָסקווע, אין 1988 אָדער 1989, דאָס הייסט, אין דער צײַט פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". מאָדנע יאָרן זײַנען עס געווען: פֿון איין זײַט איז שוין אַ סך דערלויבט געוואָרן צו טאָן, אָבער גלײַכצײַטיק האָט נאָך אַלץ געאַרבעט די גאַנצע סאָוועטישע סיסטעם, מיט דער פּאַרטיי, קיי-דזשי-בי און אַנדערע זאַכן.
ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך בין דער לעצטער, ווער עס האָט באַמערקט דאָס דאָזיקע ווינקעלע אין אינטערנעץ:
http://www.gazetaeao.ru/ איך ווייס ניט, צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אַ נײַע ייִדישע הויפּטשטאָט האָט זיך באַוויזן אין די לעצטע יאָרן. די רייד גייט וועגן דניפּראָפּעטראָווסק, וואָס מע האָט אַ מאָל גערופֿן יעקאַטערינאָסלאַוו אָדער גאָר פּשוט — קאַטערינאָסלאַוו. טאָמער האָט איר ניט געהערט וועגן אַזאַ אָרט, זײַט אַזוי גוט און גיט אַ קוק אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע, אין דעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד. דאָרטן געפֿינט זיך איינער פֿון די וויכטיקסטע אינדוסטריעלע צענטערס. אין די סאָוועטישע צײַטן איז די שטאָט געווען אַזוי וויכטיק, אַז מע האָט זי געהאַלטן פֿאַרמאַכט פֿאַר אויסלענדער, זיי זאָלן, חלילה, ניט אַרויסגנבֿענען סודות. מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָבן זיך אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע באַוויזן די ערשטע דערציילונגען פֿון בערל באָטוויניק (1885—1945), אַ יונגער בונדיסט, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1905, נאָך דערפֿילן דעם טעם פֿון אַ רוסישער תּפֿיסה. אין 1913 איז דער יונגער פּען-מענטש שוין געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס". בערל באָטוויניק האָט אויך געשריבן דראַמעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. מיט זײַן פּראָזע קען מען זיך באַקענען אויך אויף ענגליש; צוואַנציק דערציילונגען זײַנע האָבן געשאַפֿן אַ בוך, וואָס איז אַרויס אין 1984 אונטערן טיטל Lead Pencil. מײַן קאָלעגע יעקבֿ לאָנדאָן און איך האָבן שוין ניט איין מאָל געשריבן וועגן דער מאַסן-עקזעקוציע פֿון פּוילישע בירגער, מערסטנטייל אָפֿיצירן, וועלכע איז אַרײַן אין דער געשיכטע אונטער דעם נאָמען "קאַטין" — אַזוי הייסט דאָס רוסישע דאָרף אין דער סמאָלענסקער געגנט, לעבן וועלכן מע האָט מיט 70 יאָר צוריק אומגעבראַכט טויזנטער אָפֿיצירן, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען אויך הונדערטער ייִדן. זינט אַפּריל 2010 איז דאָס דאָזיקע אָרט פֿאַרבונדן נאָך מיט איין טראַגעדיע: דער פּוילישער פּרעזידענט לעך קאַטשינסקי, זײַן פֿרוי און צענדליקער אַנדערע לײַט, דער עיקר הויכגעשטעלטע, זײַנען אומגעקומען אין אַן אַוויאַ-קאַטאַסטראָפֿע, אויפֿן וועג צום קאַטינער מעמאָריאַל. אַ מאָל האָט מען קיין ייִדן ניט געדאַרפֿט דערקלערן דעם באַטײַט פֿונעם וואָרט "קאָזאַק", וואָס האָט, בדרך-כּלל, קיין גוטע אַסאָציאַציעס ניט אַרויסגערופֿן, ווײַל קאָזאַקן האָבן סימבאָליזירט די רציחות פֿון דעם צאַרישן רעזשים, בפֿרט קעגן ייִדן. איצט מוז איך זייער אָפֿט איבערחזרן דערקלערונגען וועגן קאָזאַקן, ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער סטודענטן האָבן וועגן דעם קיין אַנונג ניט. כ׳בין זיכער, אַז דער "פֿאָרווערטס"-עולם איז אַנדערש, אָבער — אויף מאַלע וואָס — דערמאָן איך, אַז קאָזאַקן זײַנען געווען פֿרײַע, ניט פֿאַרשקלאַפֿטע רוסן צי אוקראַיִנער (צי אַ געמיש פֿון ביידע), וועלכע האָבן געוווינט אין גרענעץ-געגנטן און געהאַט אַ מין קאָנטראַקט מיט רוסישע מלכים. מיט פֿינף יאָר צוריק האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעהויבן אַן עקספּערימענט מיט אַרויסגעבן אַ צוגאָב-צײַטשריפֿט, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "ווײַטער". אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון דער צײַטונג "פֿאָרווערטס" זײַנען געווען אַ סך צוגאָב-צײַטשריפֿטן. צו מאָל איז עס געווען נאָך איין ניו-יאָרקער טאָג-צײַטונג, וועלכע מע האָט פֿאַרשפּרייט אין דער פֿרי, בעת די הויפּט־אויסגאַבע, דער "פֿאָרווערטס" גופֿא, פֿלעגט זיך באַווײַזן שפּעטער, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם טאָג. צו מאָל זײַנען דאָס געווען לאָקאַלע אויסגאַבעס, למשל, אין שיקאַגאָ. עטלעכע זשורנאַלן האָבן זיך באַוויזן, צי טיילווײַז עקזיסטירט, ווי שוועסטער-פּובליקאַציעס פֿון "פֿאָרווערטס". דעם 12טן און 13טן סעפּטעמבער 1925 האָבן זיך זעקס הונדערט ייִדישע כּלל-טוער צונויפֿגעקליבן אין פֿילאַדעלפֿיע אויף אַ קאָנפֿערענץ. דער "פֿאָרווערטס" האָט די אַסיפֿה דעמאָלט אָפּגעשאַצט ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. אַזאַ אָפּשאַצונג האָט, אפֿשר, אין זיך געטראָגן אַ שמץ פֿון גוזמא. אָבער אויסערגעוויינטלעך וויכטיק איז די צונויפֿקומעניש בלי-ספֿק געווען. פֿון אירע באַשלוסן איז געווען אָפּהענגיק דער גורל פֿון הונדערטער טויזנטער ייִדן אין אַ צאָל לענדער, דער עיקר אין רוסלאַנד. איך האָב די טעג געלייענט קאָרעקטורן פֿון אַ נײַ בוך, וואָס האָט אַ טוץ מחברים. האָב איך עס איבערגעלייענט און אָפּגעשיקט, און נאָר אין אַ פּאָר טעג אַרום זיך געכאַפּט, אַז מיר אַלע האָבן פֿאַרזען אַ טעות: דער נאָוועליסט פֿויכטוואַנגער טראָגט בײַ אונדז דעם נאָמען לעאָן, וואָס איז ניט ריכטיק. זײַן אמתער נאָמען איז געווען ליִאָן. מע וועט עס, מירטשעם, פֿאַרריכטן, דאָס בוך איז נאָך ניט אַוועק אין דרוקערײַ. אָבער איך מיין, אַז דער דאָזיקער גרײַז און דער פֿאַקט אַליין, וואָס אַזוי פֿיל גוט-אָנגעלייענטע אויגן האָבן עס דורכגעלאָזט, אַנטפּלעקט דעם מצבֿ פֿון פֿויכטוואַנגער און זײַנע ווערק אין דעם הײַנטיקן לעבן: ליִאָן פֿויכטוואַנגער (1884—1958) איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, בפֿרט אין דער ענגליש-שפּראַכיקער סבֿיבֿה. מיט זעכציק יאָר צוריק, דעם 23סטן נאָוועמבער 1950, האָט מען אין מאָסקווע דערשאָסן צוויי ייִדישע זשורנאַליסטן: שמואל פּערסאָוו און מירע אײַזענשטאַטד. ביידע האָבן געאַרבעט פֿאַר דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט", וועלכע איז מיט צוויי יאָר פֿריִער פֿאַרמאַכט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז שוין לאַנג געווען ווי אַ דאָרן אין מלוכישן אויג. די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם קאָמיטעט וועט מען דערשיסן שפּעטער, דעם 12טן אויגוסט 1952. אָבער מיט פּערסאָוון און זשעלעזנאָוואַ האָט מען זיך אָפּגערעכנט סוף 1950. |