דער כאַרקאָווער אַגראָנאָם יצחק בערגער (1) מיט די פֿאָרשטייער פֿונעם מאָסקווער אַפּטייל פֿון "אַגראָ־דזשוינט"; יוסף ראָזען אין מיטן (2), 1925 |
Credit: JDC |
דעם 12טן און 13טן סעפּטעמבער 1925 האָבן זיך זעקס הונדערט ייִדישע כּלל-טוער צונויפֿגעקליבן אין פֿילאַדעלפֿיע אויף אַ קאָנפֿערענץ. דער "פֿאָרווערטס" האָט די אַסיפֿה דעמאָלט אָפּגעשאַצט ווי איינע פֿון די וויכטיקסטע אין דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. אַזאַ אָפּשאַצונג האָט, אפֿשר, אין זיך געטראָגן אַ שמץ פֿון גוזמא. אָבער אויסערגעוויינטלעך וויכטיק איז די צונויפֿקומעניש בלי-ספֿק געווען. פֿון אירע באַשלוסן איז געווען אָפּהענגיק דער גורל פֿון הונדערטער טויזנטער ייִדן אין אַ צאָל לענדער, דער עיקר אין רוסלאַנד.
די קאָנפֿערענץ אין פֿילאַדעלפֿיע האָבן צונויפֿגערופֿן עטלעכע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער הויפּט-שפּילער צווישן זיי איז געווען דער "דזשוינט". געשאַפֿן אין אָנהייב פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט די דאָזיקע אַמעריקאַנער ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע געהאַלטן בײַם פֿאַרמאַכט ווערן נאָכן סוף פֿון די מיליטערישע קאָנפֿראָנטאַציעס. מע האָט געהאַלטן, אַז דאָס שליחות פֿון העלפֿן מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן איז דערווײַל אויסגעפֿילט געוואָרן. אָבער דאָס לעבן אַליין האָט געפֿאָדערט ניט אָפּצושטעלן די פֿילאַנטראָפּישע אַרבעט, ווײַל די וועלט-מלחמה און די פּאָליטישע איבערקערעניש אין רוסלאַנד האָט שרעקלעך רויִנירט דאָס ייִדישע לעבן אין יענעם טייל פֿון דער וועלט.
באַזונדערס שווער איז געווען דער מצבֿ פֿון שטעטלדיקע תּושבֿים אין סאָוועטן-רוסלאַנד. די נײַע, קאָמוניסטישע סיסטעם האָט איבערגעלאָזט ווייניק אָרט פֿאַר אַזעלכע טראַדיציאָנעלע ייִדישע באַשעפֿטיקונגען ווי האַנדל און מלאכה. אין "פֿאָרווערטס" האָבן בילדער פֿון רוסיש-ייִדישן לעבן געמאָלט שטעטלעך, וווּ:
• קרעמער האָבן ניט געהאַט קיין סחורה און קיין קונים;
• הענדלער האָבן ניט געקענט פֿירן קיין געשעפֿטן, ווײַל זיי האָבן ניט געהאַט קיין קאַפּיטאַל;
• בעלי-מלאכות זײַנען געזעסן אָן אַרבעט;
• "לופֿטמענטשן" האָבן אין דער פֿרי ניט געוווּסט, ווי אַזוי זייערע הונגעריקע משפּחות וועלן איבערלעבן דעם טאָג;
• אַ סך לײַט האָבן געקענט איבערקומען נאָר אַ דאַנק דער גוטהאַרציקייט פֿון זייערע אַמעריקאַנער קרובֿים.
טויזנטער ייִדן האָבן געפֿונען אַן אויסוועג אין לאַנדווירטשאַפֿט. נאָך דער רעוואָלוציע האָבן די פּריצים פֿאַרלוירן די רעכט אויף זייער ערד. עס האָט זיך באַוויזן אַ מעגלעכקייט צו באַקומען אַ שטח פֿון דער נאַציאָנאַליזירטער ערד און אים באַאַרבעטן. אין דער אמתן, האָבן די סאָוועטישע געזעצן ניט געעפֿנט קיין דירעקטן וועג פֿאַר אַ שטעטלדיקן ייִד, ער זאָל קענען ווערן אַן ערדאַרבעטער. די נאַציאָנאַליזירטע ערד איז געווען אויסגערעכנט קודם-כּל פֿאַר פּויערים, און צווישן זיי זײַנען כּמעט קיין ייִדן ניט געווען. דאָך פֿלעגט מען זיך געבן אַן עצה דורך אויסזוכן אַ "שפּאַרונע" אין די געזעצן.
אַזוי צי אַזוי, אָבער דער "דזשוינט" האָט אין די יאָרן 1922—1924 געהאָלפֿן טויזנטער ייִדישע משפּחות צו ווערן פֿאַרמערס. תּחילת האָט מען אויף דעם געקוקט ווי אויף אַן עקספּערימענט. אָבער ביסלעכווײַז האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט אין דער אַרבעט, וואָס דער "דזשוינט" האָט געפֿירט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אין יולי 1924 האָט דער "דזשוינט" פֿאַררעגיסטרירט אַ שוועסטער-אָרגאַניזאַציע, "אַגראָ-דזשוינט", זי זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדישער קאָלאָניזאַציע אויף סאָוועטישע טעריטאָריעס.
די שאַפֿונג פֿון "אַגראָ-דזשוינט" האָט אָפּגעשפּיגלט דעם נײַעם קער אין דער סאָוועטישער פּאָליטיק לגבי ייִדן. אין די מאָסקווער הויכע פֿענצטער האָט מען באַשלאָסן אויסצוטיילן גרויסע שטחים ערד פֿאַר באַזעצן דאָרטן אַ טייל שטעטלדיקע ייִדן, וועלכע האָבן ניט געקענט געפֿינען פֿאַר זיך קיין סטאַבילע באַשעפֿטיקונג. אַן אָפּמאַך מיטן "דזשוינט" האָט פֿאָרויסגעזען אַזאַ צעטיילונג פֿון די אַחריות: די סאָוועטישע רעגירונג האָט, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, געגעבן ערד; דער "דזשוינט" האָט פֿינאַנציעל געשטיצט די איבערוואַנדערונג, און די איבערוואַנדערער גופֿא האָבן אויך זיך באַטייליקט אין דעקן די הוצאָות.
די קאָנפֿערענץ אין פֿילאַדעלפֿיע, אין סעפּטעמבער 1925, האָט געמוזט מאָביליזירן די מעכטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציאָנעלע נעץ פֿאַר שאַפֿן געלט אויף באַזאָרגן די סאָוועטיש-ייִדישע קאָלאָניסטן. אויפֿן סדר-היום איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון אָנהייבן אַ קאַמפּאַניע פֿאַר צונויפֿקלײַבן בסך-הכּל 15 מיליאָן דאָלאַר אויף שטיצן ייִדן אין פֿאַרשיידענע לענדער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט 5 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר סאָוועטישע ייִדן. בשעת דער קאָנפֿערענץ, האָט דער רײַכער ייִד פֿון שיקאַגאָ, דזשוליוס ראָזענוואַלד, וואָס איז געווען באַקאַנט אי ווי אַ פֿירנדיקע פֿיגור אין דער "סירס"-קאָמפּאַניע אי ווי אַ פֿילאַנטראָפּ, צוגעזאָגט צו געבן אַ מיליאָן דאָלאַר אויף דער רוסיש-ייִדישער קאָלאָניזאַציע. פֿעליקס וואַרבורג, אַ פֿינאַנציסט און איינער פֿון די מנהיגים אין "דזשוינט", צוגעזאָגט צו געבן פֿיר הונדערט טויזנט דאָלאַר.
אויף דער קאָנפֿערענץ זײַנען געווען פֿאַרטראָטן אויך פֿאָרשטייער פֿון ייִדישע סאָציאַליסטן. דעלעגאַטן פֿון דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע האָבן געהערט צו דער דאָזיקער פֿראַקציע, וועלכע האָט געשטיצט די קאַמפּאַניע פֿאַר סאָוועטיש-ייִדישער קאָלאָניזאַציע. די איינציקע קאַטעגאָרישע קעגנער זײַנען געווען די ציוניסטן, ווײַל זיי האָבן עס פֿאַרטײַטשט ווי אַ קאָנקורענץ מיט ארץ-ישׂראלדיקע פּראָיעקטן. אינטערעסאַנט, אַז די פּועלי-ציוניסטישע דעלעגאַטן זײַנען געווען איינשטימיק ניט מיט די איבעריקע גרופּעס ציוניסטן, נאָר דווקא מיט די סאָציאַליסטן. אַזוי אַרום האָבן ס׳רובֿ דעלעגאַטן אונטערגעהאַלטן די ריכטונג פֿון שטיצן ייִדישע קאָלאָניסטן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער דאָזיקער באַשלוס האָט באַשטימט דעם ווײַטערדיקן גורל פֿון בערך אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן, וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט לאַנדווירטשאַפֿט אין אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד.
יוסף ראָזען
מיט דער אַרבעט פֿון "אַגראָ-דזשוינט" האָט אָנגעפֿירט ד״ר יוסף (דזשאָזעף) ראָזען. ער איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, אין 1877. דאָרטן האָט ער זיך געלערנט. אָבער צו פֿאַרענדיקן דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט איז אים ניט באַשערט געווען. די צאַרישע פּאָליציי האָט אים אַרעסטירט פֿאַר זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט אומלעגאַלע רעוואָלוציאָנערע קרײַזן. די קומענדיקע פֿינף יאָר האָט ראָזען געדאַרפֿט פֿאַרברענגען אין סיביר, אָבער פֿאַרבראַכט האָט ער דאָרטן נאָר זעקס חדשים. ווי אַ סך אַנדערע פֿאַרשיקטע רעוואָלוציאָנערן, איז ער אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד. אַ צײַט האָט ער געוווינט און געלערנט אין דער דײַטשישער אוניווערסיטעט-שטאָט הײַדעלבערג, אָבער אין 1903 האָט ער זיך געלאָזט קיין אַמעריקע.
אין ניו-יאָרק איז ער אָנגעקומען, האָבנדיק אין זײַן קעשענע 50 סענט. אין דער שטאָט האָט ער זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן, אַוועק אין די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע געגנטן פֿון דעם קאָנטינענט. אַ פּאָר יאָר האָט ער געאַרבעט בײַ פֿאַרמערס און דערנאָך זיך געלערנט אין דעם מישיגאַנער לאַנדווירטשאַפֿטלעכן קאָלעדזש, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן נאָך אין די 1850ער יאָרן ווי די ערשטע אַזאַ לערן-אינסטיטוציע אין גאַנץ אַמעריקע. (שפּעטער האָט זי באַקומען דעם איצטיקן נאָמען: דער מישיגאַנער שטאַט-אוניווערסיטעט.) דעם קאָלעדזש האָט ער פֿאַרענדיקט אין יאָר 1908, באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון אַ באַקאַלאַווער (לויט אַנדערע קוואַלן — מאַגיסטער) אין לאַנדווירטשאַפֿטלעכער וויסנשאַפֿט.
דעם 27סטן נאָוועמבער 1926 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיט ראָזענען. ראָזען האָט דערציילט, אַז אין 1908 איז ער געוואָרן דער שעף (מיט נאָך צוויי מיטאַרבעטער) פֿון אַ ביוראָ, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט אינטערעסן פֿון דרום-רוסישער עקאָנאָמיע. וועגן דער תּקופֿה אין זײַן לעבן קען מען זיך דערוויסן פֿון אַן אַרטיקל אין דעם זשורנאַל Agricultural History (באַנד 38, נומער 3, יאָר 1964), ווי אויך פֿון אַן אַרטיקל, אויף אוקראַיִניש, אויפֿן וועבזײַט פֿון דעם דניעפּראָפּעטראָווסקער מוזיי:
http://museum.dp.ua/article0326.html
* * *
אין רוסלאַנד האָט מען וועגן יוסף ראָזענען זיך דערוווּסט דורך זײַנע אַרטיקלען אין רוסישע צײַטשריפֿטן. דער ציל פֿון דעם ביוראָ איז געווען צו פֿאָרשן די אַמעריקאַנער דערפֿאַרונג אין לאַנדווירטשאַפֿט, כּדי זי אויסנוצן אין רוסלאַנד. דעם ביוראָ האָט געשאַפֿן די אויסגעוויילטע אַדמיניסטראַציע ("זעמסטוואָ") פֿון דער קאַטערינאָסלאַווער גובערניע. (די שטאָט קאַטערינאָסלאַוו — אָדער יעקאַטערינאָסלאַוו — הייסט הײַנט דניעפּראָפּעטראָווסק.) אַ חוץ דעם קאַטערינאָסלאַווער "זעמסטוואָ", האָט ראָזען מיטגעאַרבעט מיט אַגריקולטוריסטן פֿון דער שטאָט כאַרקאָוו.
דער ביוראָ, אָדער די "אַגענטור" ווי מע האָט עס אָפֿיציעל גערופֿן, האָט געפֿירט זייער אַ ברייטע און עפֿעקטיווע טעטיקייט, שיקנדיק קיין רוסלאַנד זריעה און נײַע אַמעריקאַנער לאַנדווירטשאַפֿטלעכע טעכניק. אַ פּאָר מאָל אַ יאָר האָט די "אַגענטור" געדרוקט באַריכטן וועגן דער אַמעריקאַנער דערפֿאַרונג. בסך-הכּל זײַנען אין די יאָרן 1908—1912 אַרויס דרײַצן אַזעלכע באַריכטן, ס׳רובֿ אָנגעשריבן פֿון ראָזענען גופֿא. אין 1910 איז ראָזען אײַנגעלאַדן געוואָרן צו קומען קיין רוסלאַנד און זיך באַטייליקן אין אַ לאַנדווירטשאַפֿטלעכער אויסשטעלונג. הגם ראָזען איז זינט דעם 30סטן דעצעמבער 1909 געווען אַן אַמעריקאַנער בירגער, האָט ער פֿון דעסטוועגן ריזיקירט פֿאָרנדיק אין לאַנד, וואָס ער האָט געהאַט אומלעגאַל פֿאַרלאָזט.
גלײַכצײַטיק, האָט ראָזען איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער אַמעריקאַנער לאַנדווירטשאַפֿט. ער האָט געבראַכט פֿון רוסלאַנד אַ מין קאָרן, וואָס איז באַקאַנט געוואָרן אונטערן נאָמען "ראָזען-קאָרן" (Rosen Rye). מע האָט דעם קאָרן מיט גרויס דערפֿאָלג קולטיווירט אין אַ צאָל שטאַטן פֿון אַמעריקע, בפֿרט אין די 1920ער יאָרן.
בינו-לבינו, האָט ראָזען זיך געלערנט ווי אַ גראַדויִר-סטודענט אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מינעאַפּאָליס און האָט, אַ פּנים, פֿאַרטיידיקט דאָרטן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע. אַזוי צי אַזוי, אָבער אין די קומענדיקע יאָרן איז ער באַקאַנט געווען ווי ד״ר ראָזען. אין די יאָרן 1915—1918 האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער שול אין וווּדבײַן, ניו-דזשערזי. ער האָט אויך ניט אויפֿגעהערט מיטצואַרבעטן מיט רוסישע אַגריקולטוריסטן. אין ניו-יאָרק האָט ער אָנגעפֿירט מיטן לאַנדווירטשאַפֿטלעכן אָפּטייל אין דער פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון אַ רוסישן באַנק.
אַמעריקאַנער טראַקטאָרן פֿון דער פֿירמע WATERLOO אין דער קאָמונע "תּל־חי" |
Credit: JDC |
* * *
אַ נײַע — און די וויכטיקסטע — תּקופֿה אין יוסף ראָזענס לעבן האָט זיך אָנגעהויבן פֿון אַ כּמעט צופֿעליקער באַגעגעניש מיט פֿעליקס וואַרבורג. געווען איז עס אין יאָר 1921, ווען אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געזוכט פֿאַרבינדונגען מיט זייערע קרובֿים אין רוסלאַנד. בײַ ראָזענען איז אין רוסלאַנד פֿאַרבליבן די מוטער, אָבער אַלע קאָנטאַקטן מיט איר האָבן זיך איבערגעריסן בעתן בירגערקריג. איז ער אַוועק צו וואַרבורגן מיט דער האָפֿענונג, אַז דער פֿינאַנציסט און פֿילאַנטראָפּ האָט געקענט אים העלפֿן.
אין אָקטאָבער 1921 האָט וואַרבורג אָנגעקלונגען ראָזענען און פֿאַרבעטן אים צו קומען אויף אַ שמועס. די רייד איז געגאַנגען ניט וועגן דער מאַמען, נאָר וועגן אַן אַרבעט — צו ווערן אַ פֿאָרשטייער פֿון דעם "דזשוינט" בײַ דער אַמעריקאַנער הילף-אַדמיניסטראַציע (American Relief Administration). די דאָזיקע מיסיע, בראָש מיטן קומענדיקן פּרעזידענט הערבערט הוּווער, האָט מען געשיקט קיין רוסלאַנד אין 1921 צו העלפֿן ראַטעווען די הונגערנדיקע באַפֿעלקערונג. וואַרבורג האָט פֿאַרשטאַנען, אַז פֿאַר אַזאַ שליחות איז שווער געווען צו געפֿינען אַ מער פּאַסיקן מענטש ווי ראָזען.
אין רוסלאַנד האָט ראָזען פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרזייען גרויסע שטחים מיט ספּעציעל אונטערגעקליבענע מינים אַמעריקאַנער קוקורוזע. אַדאַנק דעם זײַנען געראַטעוועט געוואָרן טויזנטער מענטשן. זײַענדיק אין רוסלאַנד, האָט ראָזען זיך באַקענט מיטן מצבֿ פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג און זיך דערוווּסט וועגן די פּרוּוון פֿון ייִדן צו באַזעצן זיך אויף דער ערד. קיין חידוש ניט, אַז אַזאַ ענטוזיאַסט פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע ווי ראָזען איז געווען זייער באַגײַסטערט מיט אָט די פּרוּוון. און ער האָט אײַנגערעדט פֿעליקס וואַרבורגן און אַנדערע פֿירער פֿון "דזשוינט" צו שטיצן די איניציאַטיוו. ראָזענס באַריכט איז געשטאַנען אין צענטער פֿון דער קאָנפֿערענץ אין פֿילאַדעלפֿיע.
די אַמעריקאַנער דערפֿאַרונג
דער עצם געדאַנק פֿון באַזעצן ייִדן אויף דער ערד האָט ניט געקלונגען אין גאַנצן נײַ אין יאָר 1925. נאָך אין 19טן יאָרהונדערט זײַנען געווען פּרוּוון צו "פּראָדוקטיוויזירן" אויף אַזאַ אופֿן די "פּאַראַזיטירנדיקע" שטעטלדיקע ייִדן. אין יאָר 1804 איז ייִדישע קאָלאָניזאַציע אַרײַן אין די פּלענער פֿון דער רוסישער רעגירונג. דעמאָלט האָט מען באַשלאָסן אויסצוטיילן ערד פֿאַר ייִדישע קאָלאָניעס אין דרום-רוסלאַנד. דער דאָזיקער פּראָיעקט האָט זיך אָנגעשטויסן אויף אַ סך שוועריקייטן. אָבער אַ צאָל ייִדישע דערפֿער האָבן זיך פֿון דעסטוועגן באַוויזן אין די דרום-מיזרחדיקע געגנטן פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. דאָרטן זײַנען אויסגעוואַקסן אַ פּאָר דורות ייִדישע פֿאַרמערס.
ייִדישע קאָלאָניסטן אין ארץ-ישׂראל און אין אַרגענטינע האָבן שטאַרקער געמאַכט די באַוועגונג פֿאַר שאַפֿן צווישן ייִדן דעם פּויערישן קלאַס. מע האָט אָנגעהויבן גלייבן, אַז — לויט די ווערטער פֿונעם דיכטער אליקום צונזער — "אין דער סאָכע ליגט די ברכה". דער גײַסט פֿון יענער צײַט איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין מרדכי ספּעקטאָרס ראָמאַן "דער ייִדישער מוזשיק". די ערשטע פּובליקאַציע פֿונעם ווערק איז געווען אין דער פּעטערבורגער צײַטונג "דאָס ייִדישעס פֿאָלקס-בלאַט" אין יאָר 1884. די געשיכטע פֿון אַ ייִדישן "מוזשיק" (פּויער) איז געוואָרן זייער פּאָפּולער בײַ ייִדישע לייענער.
אידעען פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע זײַנען געווען נאָענט אויך די מיטגלידער פֿון דער באַוועגונג "עם-עולם" ("דאָס אייביקע פֿאָלק"), וואָס האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד אין די פֿריִע 1880ער יאָרן. זיי האָבן געחלומט וועגן לאַנטווירטשאַפֿטלעכע ייִדישע קאָמונעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווי מיר ווייסן, האָט דער שטראָם פֿון "עם-עולם" געבראַכט קיין אַמעריקע אויך דעם קומענדיקן "פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן. אמת, ער איז פֿאַרבליבן אין ניו-יאָרק און האָט זיך ניט באַטייליקט אין קיין לאַנדווירטשאַפֿטלעכע עקספּערימענטן.
* * *
איינער פֿון די פֿירער פֿון "עם-עולם", הירש-לייב סאַבסאָוויטש, האָט איניציִיִרט די גרינדונג פֿון אַ ייִדישער קאָלאָניע, וועלכע איז באַקאַנט געוואָרן ווי "וווּדבײַן". דער נאָמען אַליין פֿון דער געגנט איז מיט עטלעכע יאָרצענדליק עלטער ווי דער ייִשובֿ. דאָס וואָרט woodbine, אַ סינאָנים פֿון אַן אַנדער ענגליש וואָרט, honeysuckle, מיינט אויף ייִדיש "זשימאָלאָסט". קוסטעס פֿון זשימאָלאָסט זײַנען געוואַקסן אין יענעם ווייניק באַפֿעלקערטן ווינקל פֿון ניו-דזשערזי.
זייער אַ גרויסע ראָלע אין קאָלאָניזאַציע-פּראָיעקטן האָט געשפּילט די "ייִדישע קאָלאָניזאַציע-געזעלשאַפֿט", וועלכע עס האָבן געשאַפֿן דער רײַכער מערבֿ-אייראָפּעיִשער פֿינאַנציסט באַראָן מאָריס דע הירש. אין יאָר 1891 האָט דער אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿון דער געזעלשאַפֿט געקויפֿט אַ היפּש ביסל ערד אין וווּדבײַן און געהאָלפֿן עטלעכע צענדליקער ייִדישע משפּחות, אימיגראַנטן פֿון מיזרח-אייראָפּע, זיך באַזעצן אין דעם נײַעם ייִשובֿ. שפּעטער האָט זיך וווּדבײַן אַנטוויקלט אין אַ קהילה, וואָס אייניקע ענטוזיאַסטן האָבן געהאַלטן פֿאַר דער "ערשטער אַליין-רעגירנדיקער ייִדישער געמיינדע זינד דעם חורבן-בית-שני".
אין יענער צײַט האָט די צאָל ייִדישע פֿאַרמערס געהאַלטן אין איין וואַקסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין אָנהייב פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיך מיט לאַנדווירטשאַפֿט באַשעפֿטיקט עטלעכע טויזנט ייִדישע משפּחות. נאָר זייער אַ קליינער חלק פֿון זיי האָט זיך באַזעצט אין וווּדבײַן. און דאָך האָט זיך דווקא דאָרטן געשאַפֿן אַ מין צענטער פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה אין אַמעריקע, ווײַל אין וווּדבײַן האָט זיך באַוויזן אַ ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע שול.
דער גרינדער פֿון דער שול און איר ערשטער דירעקטאָר איז געווען דער זעלבער סאַבסאָוויטש. די שול, וואָס האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אָקטאָבער 1894, איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע, און ניט נאָר ווײַל זי איז געווען אויסגערעכנט אויף ייִדישע סטודענטן. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די שול געווען די ערשטע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע לערן-אינסטיטוציע מיט אַזאַ הויכן ניוואָ פֿון בילדונג. ניט צופֿעליק זײַנען אַ סך געוועזענע תּלמידים פֿון דער שול געוואָרן אָנגעזעענע געלערנטע, כּלל-טוער וכ׳.
* * *
אין די ערשטע יאָרן פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מיט דער וווּדבײַנער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער שול אָנגעפֿירט באָריס באָגען. ער איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, אין יאָר 1869. דעמאָלט האָט ער געהייסן קאַצענעלענבאָגען. אַזאַ נאָמען האָט ער געטראָגן אויך, ווען ער האָט פֿאַרענדיקט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט. דעם ערשטן טייל פֿון זײַן פֿאַמיליע-נאָמען האָט ער אָפּגעוואָרפֿן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּהין ער איז געקומען אין 1892.
אין אַמעריקע האָט באָריס באָגען זיך געלערנט ווײַטער. אין 1897 האָט ער אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין פּעדאַגאָגיק. אַזוי אַז אין דער וווּדבײַנער שול איז ער געקומען שוין ווי אַ קוואַליפֿיצירטער פּעדאַגאָג. קיין גרינגע שטעלע איז עס ניט געווען, ווײַל די שול האָט די גאַנצע צײַט געזוכט איר "פֿאָרמולע" פֿון בילדונג. סאַבסאָוויטש און באָגען האָבן געהערט צו אָנהענגער פֿון געבן די סטודענטן אַ פֿילזײַטיקע, טיפֿע קענטעניש. אָבער אַ סך מענטשן, בפֿרט אין דעם אַפּאַראַט פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע-אַסאָציאַציע, האָבן געטענהט, אַז די סטודענטן נייטיקן זיך, דער עיקר, אין אַ פּראַקטישער צוגרייטונג.
אין 1916 איז באָגען געוואָרן דער דירעקטאָר פֿון "דזשוינט". זײַן שטעלע אין דער שול האָט פֿאַרנומען יוסף ראָזען, וואָס איז געווען באַקאַנט מיט באָגענען נאָך פֿון די מאָסקווער צײַטן. ווידער אַ מאָל וועט זיי צונויפֿפֿירן די אַמעריקאַנער הילף-אַדמיניסטראַציע. ביידע — אי ראָזען, אי באָגען — האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער קאָלאָניזאַציע-אַרבעט, וועלכע דער "דזשוינט" וועט פֿירן אין דער סאָוועטישער מדינה. באָגען האָט זײַן סאָוועטישע דערפֿאַרונג באַשריבן אין זײַן לעבן-געשיכטע, וואָס איז אַרויס ווי אַ בוך אונטערן טיטל Born a Jew, "געבוירן געוואָרן ווי אַ ייִד". אַרויס איז עס אין 1930, אַ יאָר נאָך באָריס באָגענס פֿריצײַטיקער פּטירה.
אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד
אין אויגוסט און סעפּטעמבער 1926 האָט דער "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט זעקס אַרטיקלען פֿון זלמן ווענדראָף, דעם שטענדיקן מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. ווענדראָף — אַ דערפֿאַרענער ייִדישער פּען-מענטש — איז געווען אַ מאָסקווער אײַנוווינער, אָבער אין די 1920ער יאָרן האָט ער פֿאָרגעשטעלט דעם "פֿאָרווערטס" אין דער סאָוועטישער הויפּטשטאָט. אין זײַנע קאָרעספּאָנדענצן פֿלעגט ער בדרך-כּלל אויסמײַדן פּאָליטישע טעמעס. זײַן הויפּט-זשאַנער איז געווען אַ דאָקומענטאַל בילד פֿון טאָג-טעגלעכן לעבן. פֿון מאָל צו מאָל האָט ער קריטיקירט פֿאַרשיידענע זײַטן פֿון דעם סאָוועטישן לעבן, אָבער ווענדראָפֿס קריטיק האָט, אין דער אמתן, איבערדערציילט קריטישע מאַטעריאַלן פֿון מאָסקווער און אַנדערע סאָוועטישע צײַטונגען.
ווי אַן אָנהענגער פֿון ייִדישער קאָלאָניזאַציע, האָט ער מיט צאָרן געשריבן וועגן פֿאַרשיידענע מינים קעגנער פֿון דעם פּראָיעקט. ער האָט געטענהט, אַז די קאָלאָניזאַציע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט ניט קאָנקורירט מיט ציוניזם. די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצן אין דרום-אוקראַיִנע און קרים, האָבן סײַ-ווי-סײַ ניט געקענט פֿאָרן קיין ארץ-ישׂראל, אַזוי אַז די רייד איז געגאַנגען וועגן צוויי פּאַראַלעלע קאָלאָניזאַציעס. אמת, ווענדראָף האָט אָנערקענט, אַז כאָטש די ציוניסטן האָבן ניט פֿאַרלוירן קיין מענטשן, האָבן זיי געקענט פֿאַרלירן געלט.
אַ חוץ די ציוניסטן, האָט די סאָוועטיש-ייִדישע קאָלאָניזאַציע געהאַט נאָך אַן אַנדער מין ביטערע קעגנער. דאָס זײַנען געווען די אַנטי-סאָוועטישע סאָציאַליסטן. זיי זײַנען געווען ניט צופֿרידן מיט אַלע קאָמוניסטישע איניציאַטיוון, ייִדישע און ניט-ייִדישע. ווענדראָף האָט אויך געשריבן וועגן די "כּלומרשטע פֿרײַנד" פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער קאָלאָניזאַציע. זיי האָבן געלויבט דעם גאַנצן פּראָיעקט, אָבער גלײַכצײַטיק ניט אויפֿגעהערט צו געפֿינען טונקעלע זײַטן אין זײַן רעאַליזאַציע.
אין איינקלאַנג מיט ד״ר יוסף ראָזען און אַנדערע פֿירער פֿון "דזשוינט", האָט ווענדראָף אונטערגעשטראָכן, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע קאָלאָניזאַציע האָט מען געמוזט באַטראַכטן ניט ווי אַ פּאָליטישע קאַמפּאַניע. ער האָט פֿאָרגעלייגט צו קוקן אויף דעם ווי אויף אַ וועג צו פֿאַרבעסערן דעם עקאָנאָמישן און סאָציאַלן מצבֿ פֿון טויזנטער יורדים, וואָס האָבן ניט געקענט געפֿינען פֿאַר זיך קיין פּרנסה אין די שטעטלעך.
ווענדראָף האָט באַשריבן אינטערעסאַנטע פּרטים — פֿאַקטן און סטאַטיסטיק — פֿון די ערשטע טריט, וואָס די ייִדישע קאָלאָניסטן האָבן געמאַכט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן. ער האָט אויך געלויבט די ייִדישע קאָמוניסטן פֿאַר זייער שטיצע. לויט ווענדראָפֿן, וואָלט אָן דער ברכה מצד די קאָמוניסטן קיין מאַסן-קאָלאָניזאַציע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בכלל געווען אוממעגלעך.
קאָלאָניעס האָט ווענדראָף באַטראַכט ווי אַ סבֿיבֿה, וווּ ס׳איז געווען גרינגער אָפּצוהיטן ייִדיש און די ייִדישע קולטור. אין שטעטלעך האָבן דאָך ייִדן געהאַט אַ סך מער קאָנטאַקטן מיט ניט-ייִדן, בעת די קאָלאָניסטן האָבן געקענט זיך אין גאַנצן אויסלעבן אין ייִדיש.
* * *
ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט אַנאָנסירט די פּובליקאַציע פֿון ווענדראָפֿס זעקס אַרטיקלען, האָט אַן עדיטאָריאַל אויך צוגעזאָגט אַ דיסקוסיע אַרום דעם דאָזיקן ענין. אַזוי איז עס טאַקע געשען. די לייענער פֿון דער צײַטונג האָבן געקענט זיך באַקענען מיט פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען פֿון דער קאַמפּאַניע, געפֿירט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿאַרסך-הכּלט די דיסקוסיע האָט דער הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון דער צײַטונג ברוך וולאַדעק, וואָס איז אויך געווען אַ מיטגליד פֿון דער "דזשוינט"-פֿאַרוואַלטונג. זײַן אַרטיקל, פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" דעם 17טן נאָוועמבער 1926, האָט געהייסן "פֿאַקטן וועגן דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אין רוסלאַנד".
וולאַדעק, אַ וועטעראַן פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין רוסלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז געווען אַ קעגנער פֿון באָלשעוויזם. אָבער ער האָט געהאַלטן, אַז דער סאָוועטישער רעגירונג האָט מען געדאַרפֿט געבן אַ שאַנס צו שאַפֿן אַ מער דעמאָקראַטישע סיסטעם. און די סאָוועטישע ייִדן האָט מען אויך געדאַרפֿט געבן אַ מעגלעכקייט צו פֿירן אַ בעסערן לעבן, בפֿרט נאָך אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט זיי פּאָליטיש אין גאַנצן עמאַנציפּירט.
אַזאַ צוגאַנג, ווי בײַ וולאַדעקן, איז געווען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדישע סאָציאַליסטן אין אַמעריקע. אין די 1920ער יאָרן האָט אויך דער "פֿאָרווערטס" אַזוי — מיט אַ האָפֿענונג — געקוקט אויף דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ניט צופֿעליק זײַנען די געשעענישן דאָרטן תּמיד געווען אין צענטער פֿון די פּובליקאַציעס אין דער צײַטונג. צוזאַמען מיט שאַרפֿער קריטיק, פֿלעגן זיך דרוקן נייטראַלע צי אַפֿילו פּאָזיטיווע מאַטעריאַלן. די סבֿיבֿה פֿון "פֿאָרווערטס" האָט אַרײַנגעטראָגן אַ סך געלט אין פֿאַרשיידענע קאַמפּאַניעס לטובֿת סאָוועטישע ייִדן. קאָלאָניזאַציע איז געווען איינער פֿון די באַליבטסטע פּראָיעקטן.
דער "דזשוינט" איז געווען טעטיק אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ביז 1938. פֿאַר דער צײַט האָבן בערך 250 טויזנט ייִדן זיך באַטייליקט אין דער קאָלאָניזאַציע. אויף דער סאָוועטישער מאַפּע האָבן זיך באַוויזן אַ סך ייִדישע דערפֿער; אייניקע פֿון זיי האָבן אַפֿילו געטראָגן ייִדישע נעמען. אָבער דער סוף פֿון דער גאַנצער געשיכטע איז געווען אַ טרויעריקער: בעת די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס זײַנען אומגעקומען צענדליקער סאָוועטישע בירגער, וועלכע האָבן געאַרבעט אין "דזשוינט". וועגן די לעצטע זײַטלעך פֿון דער געשיכטע פֿון "דזשוינט" אין סטאַלינס מדינה דערציילט דער אַרטיקל פֿון מיכאַיִל מיצעל, The Final Chapter, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין יאָר 2009, אין נומ׳ 1 פֿונעם זשורנאַל East European Jewish Affairs.
די לעצטע זײַטלעך פֿון דער געשיכטע פֿון די ייִדישע קאָלאָניעס גופֿא זײַנען אויך געווען טרויעריקע. אין 1941 זײַנען זיי אָקופּירט געוואָרן דורך דער דײַטשישער אַרמיי. די קאָלאָניסטן, וועלכע האָבן ניט באַוויזן צו אַנטלויפֿן, זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן. אייניקע לעבנגעבליבענע קאָלאָניסטן האָבן זיך אומגעקערט נאָך דער מלחמה. אָבער קיין ייִדישע דערפֿער זײַנען דאָס שוין מער ניט געווען.
יוסף ראָזען איז געשטאָרבן אין 1949. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ער געפּרוּווט צו געפֿינען אַ מקום-מיקלט פֿאַר ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע, אין דרום-אַמעריקע.