- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין דעצעמבער 1910, האָט אין ניו-יאָרק אָנגעהויבן אַרבעטן די "ערשטע נאַציאָנאַל-ראַדיקאַלע שולע", פֿון וועלכער עס ווערט בדרך-כּלל געפֿירט די געשיכטע פֿון ייִדישער שולבילדונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. (זען איציק גאָטעסמאַנס אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס", דעם 3טן דעצעמבער 2010 — https://yiddish2.forward.com/node/3328) אין עטלעכע וואָכן אַרום, שוין אין 1911, האָט מען באַשטימט דעם דירעקטאָר פֿון דער שול. געווען איז ער יואל ענטין (1875–1959), אַ פּענמענטש און אַ לערער. אין 1891 איז ער געקומען קיין אַמעריקע און איז געווען טעטיק אין ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. זײַנע אַרטיקלען וועגן ייִדיש האָבן זיך באַוויזן אין "פֿאָרווערטס" נאָך אין יאָר 1903. קעגן די יהודים", דאָס הייסט דעם דײַטשיש-ייִדישן עסטאַבלישמענט, איז געווען געצילט זײַן אַרטיקל "אונדזער אָרעמער מאַמע-לשון" (דעם 18טן אויסגוסט 1903), אין וועלכן ער האָט, בפֿרט, געטענהט, אַז: די גרעסטע פֿאַראַכטונג פֿאַר ייִדיש האָבן טאַקע קיין אַנדערע ווי די ייִדן אַליין. די באַאַמטע פֿון פּאָסט-אָפֿיס אויף גרענד-סטריט האָבן שוין לאַנג אײַנגעזען, אַז זיי מוזן זיך רעכענען מיט ייִדיש ווי מיט אַ שפּראַך, און זיי האָבן אָנגעשטעלט קלערקס, וואָס רעדן מאַמע-לשון. און די אַנאָנסן אויף די ווענט זײַנען אי אין ענגליש אי אין ייִדיש. דערפֿאַר אַז איר קומט אַרײַן אין אַזאַ "יהודישן" אַנשטאַלט ווי, למשל, דער "מאַונט סיני"-האָספּיטאַל, וועט איר געפֿינען, אַז די אַלע באַקאַנטמאַכונגען און רולס (תּקנות) פֿאַר די חולאָים זײַנען אין ענגליש אָדער אין דײַטש, אָבער אין ייִדיש — חס-ושלום. דערבײַ זײַנען כּמעט אימער (תּמיד) עטלעכע און נײַנציק פּראָצענט פֿון די חולאָים אָרעמע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, גאַליציע און רומעניע, וואָס פֿאַרשטייען ניט קיין ענגליש און ניט קיין דײַטש. ענטין האָט אויך דערמאָנט, אַז אָנהייב 1880ער יאָרן, בעת די ערשטע טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש, האָבן די "אַפּ-טאַונער ברידער" זיך צונויפֿגערעדט מיט דער פּאָליציי, כּדי עס ניט דערלאָזן. אָבער באַזונדערס אויפֿגעבראַכט איז ער געווען מיט ניט דערלאָזן ייִדישע ביכער אין ביבליאָטעקן. ענטין האָט געזען אויך אַנדערע קעגנער פֿון ייִדיש, דהײַנו: ציוניסטן און העברעיִסטן. דער האַס איז, אמת, ניט גאָר קיין אַלגעמיינער, אָבער ער איז אײַנגעבאַקן אין האַרצן בײַ טויזנטער און טויזנטער פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ אין רוסלאַנד. עס גייט אין רוסלאַנד אַן אומאויפֿהערלעכע פֿײַערדיקע מלחמה צווישן די זשאַרגאָניסטן און די העברעיִסטן. די זשאַרגאָן-פֿראַגע גייט ניט אַראָפּ פֿון די ייִדישע בלעטער, גלײַך ווי מיט פּסלענען אונדזער לשון אין די ייִדישע בלעטער וואָלט עס אויך אויסגעראָטן ווערן פֿון די מײַלער פֿון פּראָסטע ייִדישע מענער, אַלטע פֿרויען און זייגקינדער. דער קאַמף, וואָס גייט שוין אָן אין רוסלאַנד זײַט פֿיל יאָרן, און איבער הויפּט פֿיל שטאַרקער געוואָרן זינט די ייִדישע שריפֿטן האָבן גענומען פּרעטענדירן אויף אַ ווירקלעכער ליטעראַטור און די פּעריאָדישע פּרעסע אין ייִדיש האָט זיך גענומען ערווערבן (קריגן) בירגער-רעכט. ענטין האָט דערזען "סיגנאַלן", וועלכע האָבן נאָך הייסער געמאַכט די "מלחמה". דער ערשטער אַזאַ סיגנאַל איז געווען די דערשײַנונג פֿון שלום-עליכמס "פֿאָלקס-ביבליאָטעק" (אין 1881 און 1882). דער צווייטער סיגנאַל איז געווען די טעגלעכע ייִדישע צײַטונג "דער פֿרײַנד", וועלכע האָט אין יאָר 1903 אָנגעהויבן אַרויסגיין אין פּעטערבורג. אָבער די באַציִונג איז געבליבן סײַ ווי סײַ ניט קיין גוטע, און ער רעכנט איבער אייניקע נעמען, וועלכע עס פֿלעגט באַקומען ייִדיש: "צעמישטע שפּראַך", "גראָבע לשון", "דינסטמויד", "ממזרת פֿון בבֿל", "אומגראַמאַטיקאַלישער ציגײַנעריש" וכ'. טאַקע וועגן דער "געמישטקייט" און "ניט-גראַמאַטישקייט" האָט ענטין געשריבן אין זײַן אַרטיקל "דער ווערט פֿון אונדזער מאַמע-לשון", געדרוקט דעם 21סטן אויגוסט 1903. ערשטנס, האָט ער אונטערגעשטראָכן, אַז די געמישטקייט פֿון ייִדיש איז היפּש איבערגעטריבן. צווייטנס, איז עס גאָר ניט שלעכט. ענגליש איז אויך געמישט, אָבער דאָס האָט ניט געשטערט דער שפּראַך צו פֿאַרנעמען די פֿירנדיקע פּאָזיציע. וואָס שייך דער פֿראַגע וועגן "ניט-גראַמאַטישקייט", האָט ענטין געענטפֿערט, אַז דאָס איז גאָר אַ נאַרישקייט, ווײַל יעדע שפּראַך האָט אַן אייגענע גראַמאַטיק, אַפֿילו אויב מע האָט זי נאָך ניט באַוויזן צו פֿאַרשרײַבן. בכלל, איז ענטין געווען גאַנץ אָפּטימיסטיש געשטימט וועגן דער מערכה פֿון ייִדיש: עס קען זײַן אַז ייִדיש וועט אַ מאָל אונטערגיין. יעדן פֿאַלס וועט עס נאָך נעמען פֿיל יאָרן איידער די ייִדן פֿון רוסלאַנד אָדער גאַליציע וועלן פֿאַרגעסן זייער ייִדיש. דאַן איז עס אויך אַ פֿראַגע פֿון ווילן. אויב דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט ליב האָבן די ייִדישע שפּראַך, וועלן זיי נאָך לאַנג גיין צוזאַמען. דערווײַל זעען מיר פֿאַר זיך מערערע טאַלאַנטפֿולע מענטשן, וואָס האָבן זיך געקענט מאַכן אַ שטיקל נאָמען אין אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אָבער שרײַבן דווקא ייִדיש. אין 1903, איז געווען ניט קלאָר, ווי אַזוי וועט אויסזען דער סטאַנדאַרט פֿון דער שפּראַך. הגם ענטין איז געווען אַ ליטווישער ייִד און האָט געזען אַז דווקא ליטוויש ייִדיש האָט דאָמינירט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע, האָט ער געגלייבט מער אין דער השפּעה פֿון דעם "דרום-רוסישן", ד"ה אוקראיִנישן דיאַלעקט (אין וועלכן ער האָט אַרײַנגענומען אויך דעם פּוילישן), ווײַל אויף אים האָבן געשריבן די בעסטע ייִדישע שרײַבער פֿון יענער צײַט. |