פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
...
...

אין אַ יאָר אַרום וועלן מיר, מירטשעם, אָפּמערקן 115 יאָר זינט ס'איז געשאַפֿן געוואָרן אונדזער צײַטונג. זי האָט זיך באַוויזן ווי אַ בײַ-פּראָדוקט פֿון אינטריגעס אין די סאָציאַליסטישע קרײַזן, וועלכע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרשיידנשפּראַכיקע סבֿיבֿה, אין וועלכער מע האָט נאָך געדאַרפֿט אויסזוכן אַ מענטשן מיט אַ ווייניק-געהרגעטן ענגליש. דײַטש איז אין יענע יאָרן געווען די הויפּט-שפּראַך פֿון דער סאָציאַליסטישער אַרבעטער-פּאַרטיי, אין וועלכער עס האָט דאָמינירט דאַניעל דעלעאָן, אַ פּאַרשוין פֿון אַ סך שפּראַכן און קולטורן. אַב. קאַהאַן און נאָך אַ צאָל ייִדישע סאָציאַליסטן האָבן קרום געקוקט אויף דעלעאָנען. איצט איז שווער צו זאָגן, וועלכע סיבות — פּערזענלעכע צי אידעאָלאָגישע — זײַנען געווען שטאַרקער, אָבער אויסגעלאָזט האָט זיך, אַז זיי האָבן באַשלאָסן צו מאַכן שבת פֿאַר זיך, אָן דעלעאָנען. מע האָט זיך צעבוצקעווען און געשאַפֿן אַ באַזונדערע צײַטונג, מיטן דײַטשישן נאָמען "פֿאָרווערטס", וועלכע איז שפּעטער, אין יאָר 1901, געוואָרן אַ פֿאָרום פֿאַר דער נײַ-געשאַפֿענער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי.

איך דערמאָן אײַך די דאָזיקע געשיכטע, ווײַל דאָס האָט אַ שײַכות צו דער טעמע פֿון מײַנע הײַנטיקע נאָטיצן, דהײַנו — צו שפּאַניע. די זאַך איז אַז ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך נאָך קוים געשטעלט אויף די פֿיס, האָט זיך זומערצײַט צעברענט די מלחמה צווישן שפּאַניע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווי מיר ווייסן, האָט אַמעריקע געוווּנען און דערמיט אָנגעשריבן אַ נאָכוואָרט צו דער געשיכטע פֿון שפּאַניע ווי אַ קאָלאָניאַלער אימפּעריע. מיך אינטערעסירט, אָבער, ווי דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך באַצויגן צו דעם דאָזיקן ענין, בפֿרט נאָך, אַז די סאָציאַליסטן, בראָש מיט דאַניעל דעלעאָן, האָבן זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דער מלחמה און אַפֿילו קעגן דעם קאַמף פֿון קובאַ פֿאַר אומאָפּהענגיקייט (מחמת פֿון דעם האָט געשמעקט מיט בורזשואַזן נאַציאָנאַליזם!).

דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך, אָבער, אויסגעלאַכט פֿון דעלעאָנס אָפּשאַצונגען און הייס אונטערהאַלטן די אַמעריקאַנער רעגירונג. דעם ערשטן מײַ 1898, נאָך איידער די מלחמה גופֿא האָט זיך אָנגעהויבן, זײַנען די ייִדישע סאָציאַליסטן אַרויס מיט פּלאַקאַטן Cuba Libre. אַ סבֿרא, אַז דערמיט האָבן זיי אַרויסגעוויזן, ערשטנס, זייער אַמעריקאַנער פּאַטריאָטיזם און, צווייטנס, זייער באַציִונג ניט נאָר צו דעם "אינדזל פֿון פֿרײַהייט" (נוצנדיק די טערמינאָלאָגיע פֿון 20סטן יאָרהונדערט), נאָר אויך צו דעלעאָנען. אָבער אַלע געשיכטע-ביכער חזרן איבער נאָך איין סיבה: ייִדן האָבן נאָך אַלץ, אין פֿיר יאָרהונדערט אַרום, ניט געקענט מוחל זײַן דעם גירוש-שפּאַניע.

איך בין מסופּק, אַז אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר האָט באמת געטראָגן אין זיך שׂינאה צו שפּאַניע. אָבער אַז מע זאָגט אַזוי, מוז מען עס אָננעמען פֿאַר ליב. נאָך שטאַרקער האָט מיך פֿאַראינטערעסירט די פֿראַגע, צי דער גירוש שפּילט עפּעס אַ ראָלע אין דער הײַנטיקער באַציִונג פֿון ייִדן צו שפּאַניע. איר פּערזענלעך פֿילט עס? אין זיך אַליין, אַ שטייגער, האָב איך אַזאַ געפֿיל ניט געפֿונען. מיר שײַנט, אַז ס'רובֿ הײַנטיקע ייִדן טראַכטן אַפֿילו ניט וועגן דעם. די אַכזריותן פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן איבערגערוקט דעם גירוש ערגעץ אין פֿוסנאָטעס פֿון ייִדישע צרות.

דאָך האָב איך גענומען נישטערן — אפֿשר האָט עמעצער פֿונדעסטוועגן אויסגעפֿרעגט די ייִדן מכּוח דעם אימאַזש פֿון שפּאַניע? דערווײַל האָב איך גאָרנישט ניט געפֿונען. איך האָב יאָ זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פֿרישן אויספֿרעגן פֿון דעם שפּאַנישן עולם וועגן זייער באַציִונג צו ייִדן. לאָזט זיך אויס, אַז 48 פּראָצענט זײַנען געשטימט פּאָזיטיוו, און כּמעט 35 פּראָצענט נעגאַטיוו. וואָס איז גאָר ניט שלעכט. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, למשל, זײַנען דאָך 29 פּראָצענט געשטימט נעגאַטיוו צו ייִדן.

און איצט איז געקומען די צײַט צו אַנטפּלעקן דעם "סוד" פֿון מײַן הייסן אינטערעס צו שפּאַניע. ניט לאַנג צוריק בין איך צום ערשטן מאָל געפֿאָרן קיין מאַדריד. אין אייניקע אַנדערע געגנטן פֿון דעם לאַנד איז מיר שוין אויסגעקומען צו זײַן, אָבער אין דער הויפּטשטאָט — צום ערשטן מאָל. און איך מוז אײַך זאָגן, אַז סײַ מיר און סײַ מײַן ווײַב איז די שטאָט זייער געפֿעלן געוואָרן. דאָס איז געווען באַזונדערס אָנגענעם, ווײַל קיין סך האָבן מיר, דעם אמת געזאָגט, פֿון מאַדריד ניט דערוואַרט. בפֿרט נאָך הײַנט, ווען דאָס לאַנד האָט דעם העכסטן, דאַכט זיך, ניוואָ פֿון אַרבעטלאָזיקייט — אַזש 20 פּראָצענט.

אָבער אויף דער אויבערפֿלאַך האָט זיך עס גאָר ניט אָנגעזען. קיין בעטלערס האָבן מיר כּמעט ניט געזען. די רעסטאָראַנען און קראָמען זײַנען תּמיד געווען פֿולגעפּאַקט. דער עולם אין דרויסן (דער וועטער איז געווען אַ גוטער, וואַרעמער) האָט אויסגעזען פֿריילעך און זייער גוט אָנגעטאָן. אין מײַן מוח האָט זיך אַפֿילו אַרײַנגעגנבֿעט אַ געדאַנק, אַז אפֿשר לעבן זיי נאָך אַלץ פֿון די זאַפּאַסן, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן פֿון דער בליצײַט. דאָס איז זיכער אַזוי אין שײַכות מיט די מוזייען, וועלכע זײַנען געוואַלדיק רײַך.

די אַנטוישונג האָט אויף מיר דערוואַרט אין טאָלעדאָ, וווּהין מיר האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דעם לעצטן טאָג. איך האָב פּלוצעם דערפֿילט, אַז מײַן אָרגאַניזם איז שוין איבערגעזעטיקט געוואָרן מיט אימאַזשן פֿון אַלטע שטעט מיט שמאָלע גאַסן, וועלכע זײַנען פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ יריד פֿון קיטש. טאָלעדאָ האָט עטלעכע סחורות פֿאַר טוריסטן, בתוכם שווערדן, מאַרצעפּאַנעס און ייִדישער געשיכטע. שווערדן דאַרף איך ניט. (ווער דאַרף בכלל האָבן שווערדן?) מיט מאַרצעפּאַנעס בין איך אויסגעוואַקן. דאָס הייסט, קיין מאַרצעפּאַנעס האָבן מיר ניט געהאַט, אָבער אַלע מאָל, ווען איך האָב געדרייט מיט דער נאָז איבער עפּעס אַ מאכל, פֿלעגט מײַן מאַמע שטעלן מיר די רעטאָרישע פֿראַגע: "וואָס זשע ווילסטו הײַנט? מאַרצעפּאַנעס?" ריכטיקע מאַרצעפּאַנעס האָב איך צום ערשטן מאָל פֿאַרזוכט מיט אַ יאָר צוואַנציק צוריק און גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז איך קען לעבן אָן זיי. וואָס שייך דער ייִדישער געשיכטע, איז עס אויך, אין תּוך אַרײַן, אַ טוריסטישער קיטש. אָן אַזעלכע "מאַרצעפּאַנעס" קען איך לעבן אויך. אָבער אין מאַדריד וועל איך, אפֿשר, פֿאָרן נאָך אַ מאָל.