|
אַן אונטערנעמונג אין דעם ייִדישן קהילה־צענטער |
www.jcc.dp.ua |
איך ווייס ניט, צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אַ נײַע ייִדישע הויפּטשטאָט האָט זיך באַוויזן אין די לעצטע יאָרן. די רייד גייט וועגן דניפּראָפּעטראָווסק, וואָס מע האָט אַ מאָל גערופֿן יעקאַטערינאָסלאַוו אָדער גאָר פּשוט — קאַטערינאָסלאַוו. טאָמער האָט איר ניט געהערט וועגן אַזאַ אָרט, זײַט אַזוי גוט און גיט אַ קוק אויף דער מאַפּע פֿון אוקראַיִנע, אין דעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד. דאָרטן געפֿינט זיך איינער פֿון די וויכטיקסטע אינדוסטריעלע צענטערס. אין די סאָוועטישע צײַטן איז די שטאָט געווען אַזוי וויכטיק, אַז מע האָט זי געהאַלטן פֿאַרמאַכט פֿאַר אויסלענדער, זיי זאָלן, חלילה, ניט אַרויסגנבֿענען סודות.
די שטאָט האָט תּמיד געשפּילט אַ היפּשע ראָל אין ייִדישן לעבן, בפֿרט בשעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען אַהין זײַנען געקומען טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון ליטע. אין די מיט-1920ער יאָרן האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט דערגרייכט צו אַ דריטל פֿון דער צאָל אײַנוווינער. אָבער איצט ווײַזט די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק ווייניקער פֿון 14 טויזנט ייִדן צווישן אַ מיליאָן דניפּראָפּעטראָווסקער אײַנוווינער, אָדער — ניט אָפֿיציעל — 40 טויזנט נפֿשות, וואָס איז אין בעסטן פֿאַל 4 פּראָצענט.
און דאָך, ניט געקוקט אויף אָט דער זייער באַשיידענער סטאַטיסטיק, קרוינט מען דניפּראָפּעטראָווסק מיטן טיטל פֿון דער "ייִדישער הויפּטשטאָט" פֿון אוקראַיִנע. סוף נאָוועמבער האָט זי באַזוכט דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט שמעון פּערעס און געלויבט די היגע קהילה. דער פּרעזידענט איז געווען אין דער כאָרשול, וואָס מע רופֿט "די גאָלדענע רויז", און אין דער גרעסטער ייִדישער לערנשול אין אוקראַיִנע — זי האָט כּמעט 600 תּלמידים.
נאָך מער: לעבן דער כאָרשול — וואָס איז געעפֿנט געוואָרן אין 1852 און מיט צען יאָר צוריק, נאָך אַ טײַערער רעסטאַווראַציע, האָט זי באַקומען אַ פֿריש פּנים — בויט מען דעם גרעסטן אין דער גאָרער וועלט ייִדישן קהילה-צענטער; די אַרכיטעקטור פֿונעם בנין וועט דערמאָנען אַ מנורה. דאָרטן, אין די זיבן טורעמס פֿון דעם נײַעם צענטער (דער גרעסטער טורעם וועט האָבן 20 שטאָק) וועט זיך געפֿינען אַן אָרט פֿאַר כּלערליי זאַכן — אי פֿאַר דאַוונען, אי פֿאַר לערנען, אי פֿאַר עסן, אי פֿאַר פֿאַרברענגען. שוין איצט עקזיסטירט אין דער שטאָט אַ פֿאַרצווײַגטע ייִדישע נעץ. מע אַרבעט דאָרטן אויס כּשרע אַכילה. ניט צופֿעליק איז פֿאַראַיאָרן פֿון די צײַטונגען באַקאַנט געוואָרן, אַז דווקא פֿון דניפּראָפּעטראָווסק איז מצה-שמורה געשיקט געוואָרן אַזש קיין איראַן.
די זאַך איז, אַז פֿאַר די ליובאַוויטשער חסידים איז דניפּראָפּעטראָווסק ניט סתּם עפּעס אַ שטאָט, נאָר די "רביס שטאָט". הגם מנחם-מענדל שניאורסאָן איז ניט געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט בײַם דניעפּער, איז ער דאָרטן אויסגעוואַקסן. זײַן פֿאָטער, הרבֿ לוי יצחק שניאורסאָן, אַן אוראייניקל פֿון דעם דריטן ליובאַוויטשער רבי, איז געווען דער הויפּט-רבֿ פֿון יעקאַטערינאָסלאַוו. אין יאָר 1939 האָט די סאָוועטישע מאַכט דעם רבֿ אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין קאַזאַכסטאַן, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעבן אין 1944.
אין יאָר 1990 האָט דער ליובאַוויטשער רבי געשיקט אין דניפּראָפּעטראָווסק אַ שליח, הרבֿ שמואל קאַמעניצקי, אַ טיכטיקן ישׂראל-געבוירענעם חסיד. אים האָט זיך אײַנגעגעבן אָנצוטאַפּן און פֿאַרפֿעסטיקן קאָנטאַקטן מיט די היגע ייִדן, בפֿרט מיט די רײַכע לײַט. און די שטאָט איז געווען גלײַך ווי צוגעמאָסטן פֿאַר אַזאַ שליחות, ווײַל דאָרטן האָט זיך אַנטוויקלט די באַזע פֿאַר די געשעפֿטן, וועלכע האָבן געמאַכט פֿאַר ביליאָנערן איגאָר קאָלאָמויסקין און גענאַדי באָגאָליובאָוון — זיי פֿאַרנעמען הײַנט דאָס צווייטע און דאָס דריטע אָרט אין דער רשימה פֿון אוקראַיִנער ביליאָנערן. אַ ביסל אָרעמער, נעבעך, פֿון זיי איז פֿאַראַן נאָך אַן אָנגעזעענער דניפּראָפּעטראָווסקער — וויקטאָר פּינטשוק, דער איידעם פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע. די דאָזיקע מענטשן, ווי אויך אַנדערע ייִדישע געשעפֿטסלײַט, גיבן געלט אויף פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אויסלענדישע שטיצער, בפֿרט פֿון באָסטאָן, פֿון דניפּראָפּעטראָווסקער ייִדישע פּראָיעקטן.
איצט קום איך צום עיקר-המעשׂה: איך מיין, אַז מע דאַרף אָנהייבן פֿירן אַהין, קיין דניפּראָפּעטראָווסק, גרופּעס פֿון ייִדישע אַקטיוויסטן, באַזונדערס פֿון וועלטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, צו ווײַזן זיי, וואָס זיי האָבן ניט אויפֿגעטאָן בײַ זיך אין לאַנד, זיי זאָלן בולט דערזען זייער בטלנות. מיט כאָטש אַ ברעקל וויזיע וואָלט הײַנט אַזאַ שטאָט ווי דניפּראָפּעטראָווסק געהאַט אַ נעץ פֿון וועלטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט נאָך, אַז דער ייִדישער עולם איז דאָך געווען דורכויס וועלטלעך און מע האָט געמוזט אַרײַנלייגן אַ סך ענערגיע אין זײַן חב״דיזאַציע.
אָבער דער אַזוי גערופֿענער וועלטלעכער סעקטאָר האָט אין גאַנצן פֿאַרשלאָפֿן די איבערקערעניש אין ייִדישן לעבן אין מיזרח-אייראָפּע און האָט דעם גאַנצן שטח איבערגעגעבן אין די הענט פֿון חב״ד. בינו-לבינו איז פֿאַרשלאָפֿן געוואָרן אויך אַ מעגלעכקייט צו מאַכן שטאַרקער דעם וועלטלעכן שטראָם אין דער מערבֿדיקער וועלט, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ס׳איז דאָך קלאָר, אַז אַזעלכע פּראָיעקטן וואָלטן צוגעצויגן יונגע ענטוזיאַסטן פֿון פֿאַרשיידענע מערבֿדיקע שטעט.
וועט איר זאָגן: אָבער וווּ וואָלט מען געפֿונען געלט? מע האָט געדאַרפֿט נאָר אָנהייבן. געלטער קומען ניט צו בטלנות, געלטער קומען צו אויפֿטוען. די ליובאַוויטשער האָבן דערפֿאָלג ניט בלויז ווײַל זיי זײַנען פֿרום, נאָר ווײַל זיי זײַנען טעטיק.