- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
קיין באַזונדערע פֿאָרש-אַרבעט וועגן דער ייִדישער פּעדאַגאָגישער סיסטעם, וועלכע איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז דערווײַל ניטאָ. אַ מאָל וועט מען עס, אַ פּנים, אָנשרײַבן. דאָס איז געווען אַ גאַנצע נעץ, צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע לערן-אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען געעפֿנט געוואָרן אין אַ צאָל שטעט. ניט אַלע מענטשן פֿון די וואָס האָבן באַקומען אַזאַ בילדונג זײַנען אַוועק דערנאָך אַרבעטן אין שולן. אייניקע זײַנען געוואָרן שרײַבער, געלערנטע, זשורנאַליסטן צי מענטשן פֿון אַנדערע פֿאַכן. אַזוי צי אַזוי, אָבער ניט פֿריִער און ניט שפּעטער האָט מען ניט געהאַט אַזאַ אַנטוויקלטע פּעדאַגאָגישע בילדונג אויף ייִדיש. אַ סבֿרא, אַז אָנגעהויבן האָט עס זיך אין יאָר 1921, ווען דער בירגער-קריג האָט זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקט און ס’איז געקומען די צײַט זיך צו באַשעפֿטיקן מיט אַזעלכע נאָרמאַלע זאַכן ווי בילדונג, בפֿרט אויף ייִדיש. עס זעט אויס, אַז אָנגעהויבן האָט עס זיך אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ ייִדיש האָט בכלל געשפּילט אַ גרעסערע ראָלע איידער אין רוסלאַנד אָדער אוקראַיִנע. די פֿראַגע, וווּ עס פֿאַרענדיקט זיך רוסלאַנד און עס הייבט זיך אָן ווײַסרוסלאַנד, איז ניט געווען קיין 100־פּראָצענט קלאָרע אין דער צײַט פֿון דער רעוואָלוציע. למשל, וויטעבסק און די גאַנצע געגנט אַרום דער שטאָט איז ערשט דעם 4טן מאַרץ 1924 געוואָרן אַ טייל פֿון ווײַסרוסלאַנד. פֿריִער האָט די דאָזיקע טעריטאָריע (גובערניע) געהערט צו רוסלאַנד, בפֿרט נאָך, אַז די באַפֿעלקערונג איז דאָרטן געווען מער רוסיפֿיצירט איידער אין אַנדערע ווײַסרוסישע געגנטן. דאָס איז געווען כאַראַקטעריש אויך פֿאַר דער היגער ייִדישער באַפֿעלקערונג. געמיינט האָט עס, אַז ס’איז געווען שווערער צו געפֿינען אויסגעשולטע לײַט, וועלכע וואָלטן געקענט אַרבעטן אין ייִדישע שולן. דער סוף איז געווען, אַז דווקא אין וויטעבסק איז אין יאָר 1921 געעפֿנט געוואָרן דער ערשטער ייִדישער "פּעדטעכניקום" — אַזוי האָט מען גערופֿן קאָלעדזשן, אין וועלכע מע האָט געגרייט לערער. וועגן די ערשטע טריט פֿון דער דאָזיקער פּיאָנערישער אינסטיטוציע דערציילט אַן אַרטיקל פֿון דעם מאַטעמאַטיקער — און דירעקטאָר — לייב קאַלעצקי (1884—1953) אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "אויף די וועגן צו דער נײַער שול", נומ’ 7–8, 1927 (קאַלעצקי איז פֿאַר זײַן אָנטייל אין דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿון דעם וואַרשעווער אוניווערסיטעט, אָבער שפּעטער, אַרום 1910, האָט ער באַקומען אַ דיפּלאָם פֿון דעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט): דער טעכניקום איז באַשאַפֿן געוואָרן כּמעט אָן אַ לאָקאַל, אָן אַ ביבליאָטעק און לער-מכשירים, אָן פֿעסטע פּראָגראַמען און לערן-פּלענער, אָן אַ בודזשעט, אָבער מיט אַ שטאַרקן ווילן און באַגײַסטערונג צו בויען צוזאַמען מיטן פּראָלעטאַריאַט זײַן נײַעם קולטור-בנין, זײַן סאָציאַליסטיש לעבן. און אָט האָט זיך אָנגעהויבן אַ טאָג־טעגלעכע שווערע אַרבעט אין טעכניקום. די ערשטע דרײַ יאָר האָט דער טעכניקום געפֿירט אַ קאַמף פֿאַר זײַן עקזיסטענץ און זייער לאַנגזאַם, און מיט גרויס מי, געזאַמלט דעם מינימום פֿון דער אויסשטאַטונג פֿאַרן אַנשטאַלט און צוזאַמענוווינונג. זייער שווער איז געווען די לאַגע פֿון די צוהערער: זיי האָבן געליטן הונגער און קעלט און עס זײַנען געווען מאָמענטן נאָענטע צו פֿאַרצווייפֿלונג; און די שוואַכערע האָבן אויפֿגעהערט צו גלייבן אין דער מעגלעכקייט פֿון ווײַטערדיקער עקזיסטענץ און אַנטוויקלונג פֿון טעכניקום. מיר האָבן אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿאַרבעסערונג פֿון דער מאַטעריעלער לאַגע פֿון טעכניקום וועט קומען דאַן, ווען ס’וועט זיך אָנהייבן אויפֿשטעלן און פֿאַרפֿעסטיקן די צעשטערטע ווירטשאַפֿט פֿון לאַנד, און מיר האָבן מיט געדולד און עקשנות ווײַטער געאַרבעט, פֿאַרפֿעסטיקט דעם אַנשטאַלט און מיט גרויס פֿרייד האָבן מיר זיך דערוואַרט אין יאָר 1924 די ערשטע פֿרוכטן פֿון אונדזער אַרבעט — דעם ערשטן אַרויסלאָז. אין 1924 האָט זיך די מאַטעריעלע לאַגע פֿון טעכניקום ראַדיקאַל געענדערט. נאָך דעם, ווי די וויטעבסקער גובערניע איז פֿאַראייניקט געוואָרן צו ווײַסרוסלאַנד, איז דער טעכניקום אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין דעם מלוכה-בודזשעט. ביז דעם דאָזיקן מאָמענט האָט דער טעכניקום באַקומען זייער באַגרענעצטע מיטלען. ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, זײַנען אין יאָר 1924 אַרויסגעלאָזט געוואָרן 14 לערער, אין 1925 — 31, אין 1926 — 41, אין 1927 — 35. דערווײַל האָבן זיך באַוויזן ענלעכע ייִדישע לערן-אינסטיטוציעס אויך אין אנדערע שטעט, אַרײַנגערעכנט מאָסקווע. אין מאָסקווע האָט אָנגעהויבן אַרבעטן דער קאָמוניסטישער אוניווערסיטעט פֿאַר פֿעלקער פֿון מערבֿ. גערופֿן האָט מען אים "מערבֿקע". דער דאָזיקער אוניווערסיטעט האָט געהאַט אַ ייִדישן אָפּטייל, און אָנגעפֿירט האָט מיט אים מאַלקע פֿרומקין, וועלכע מע האָט צווישן די בונדיסטן געקענט ווי "אסתּר". אין איר אַרטיקל, געדרוקט אין דער צײַטונג "פּראַוודאַ" דעם 27סטן יוני 1925, האָט אסתּר-פֿרומקין דערציילט וועגן דעם ערשטן אַרויסלאָז פֿון דעם אוניווערסיטעט. הגם די "מערבֿקע" האָט געדאַרפֿט אויסשולן טוער פֿאַרן קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל, האָבן אייניקע סטודענטן דערנאָך געאַרבעט אין שולן אויך. אָבער דער וויכטיקסטער צענטער פֿאַר צוגרייטן ייִדישע לערער האָט זיך באַוויזן אין מאָסקווע בײַם צווייטן מלוכה-אוניווערסיטעט. אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, האָט זיך די געשיכטע פֿון ייִדיש בײַ אָט דער אינסטיטוציע אָנגעהויבן אין אָקטאָבער 1924, ווען אין די הויכע פֿענצטער האָט מען באַשלאָסן צו עפֿענען דאָרטן אַ קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור. עפּעס אַ צײַט איז ייִדיש געווען אין די הענט פֿון אַ געלערנטן פֿון גאָר אַנדערע לימודים, דער עיקר פּסיכאָלאָגיע — איטשע-מאיר שפּילרײַן. אין 1926 איז אין מאָסקווע אַפֿילו אַרויס אַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון זײַנע לעקציעס — זען http://yiddish.haifa.ac.il/tmr/tmr03/shpil2.pdf אָבער שפּעטער האָט ער זיך מיט ייִדיש מער ניט באַשעפֿטיקט. אין דעם "פּינטעלע" ווערן געבראַכט אויסצוגן פֿון זכרונות, וועלכע עס האָבן אָנגעשריבן צוויי געוועזענע סטודענטן פֿון דעם ייִדישן אָפּטייל בײַם מאָסקווער אוניווערסיטעט, וועלכער האָט שפּעטער געהייסן "פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט", און הײַנט איז עס שוין "פּעדאַגאָגישע אַקאַדעמיע". שפּרינצע ראָכקינד איז געווען צווישן די סאַמע ערשטע סטודענטן, און זלמן ליבינזאָן — צווישן די לעצטע. שפּרינצע (סאָניע) ראָכקינד (1903—2000) האָט נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט זיך באַזעצט אין מינסק און האָט זיך אַרײַנגעגאָסן אין דער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע געלערנטע, וועלכע האָבן געאַרבעט בײַ דער ווײַסרוסישער אַקאַדעמיע, אָדער ווי זי האָט זיך תּחילת גערופֿן — אינסטיטוט פֿאַר ווײַסרוסישער קולטור. אין יאָר 1934 האָט זי פֿאַרטיידיקט איר דיסערטאַציע אויף דער טעמע פֿון ייִדישע איבערזעצונגען פֿון אַלעקסאַנדער פּושקינס פּאָעזיע. אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער שפּראַך-קענטעניש איז זי פֿאַרבליבן ווי איינע פֿון די צונויפֿשטעלער פֿונעם גרויסן ייִדיש-רוסישן ווערטערבוך, וואָס איז אַרויס אין מינסק ערבֿ דער מלחמה מיט היטלערס דײַטשלאַנד. אירע זכרונות זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 1995 אין דעם אָקספֿאָרדער זשורנאַל "די פּען". אין מאַרץ 1926 איז אין מאָסקווע, בײַם ליטעראַריש-לינגוויסטישן פֿאַקולטעט פֿון דעם צווייטן מאָסקווער אוניווערסיטעט, געשאַפֿן געוואָרן אַ ייִדישע אָפּטיילונג, וואָס איז געוואָרן די שטאַרקסטע ייִדישע הויכשול אין לאַנד. אונדז, עטלעכע סטודענטן פֿון פּעטראָגראַד (צו יענער צײַט שוין לענינגראַד), האָט מען אַריבערגעפֿירט אין מאָסקווע. מיך האָט מען אָנגענומען גלײַך אויפֿן צווייטן יאָר פֿון לערנען. עס האָט זיך פֿאַר אונדז געעפֿנט אַ נײַ לעבן. אין מאָסקווע האָט מען אונדז באַזאָרגט מיט אַ סטיפּענדיע און אַ צוזאַמענוווינונג, גלײַך ווי אַנדערע סטודענטן פֿון דעם אוניווערסיטעט. די סטיפּענדיע איז געווען אַ קליינע, אָבער מ’האָט שוין ניט געדאַרפֿט זוכן קיין אַרבעט און זיך געקענט אָפּגעבן מיט לערנען. מיר האָבן זיך אין מיטן לערניאָר אײַנגעשלאָסן אין אַלגעמיינעם פֿאַקולטעט, באַזוכט די לעקציעס פֿון פּסיכאָלאָגיע, פּעדאַגאָגיק, רוסישער געשיכטע וכ’. סײַ די לעקטאָרן סײַ די סטודענטן האָבן זיך צו אונדז גוט באַצויגן. אונדזער קלאַס איז באַשטאַנען פֿון עלף סטודענטן. צווישן זיי — דער שרײַבער מ. דאַניעל (מייעראָוויטש), איינער פֿון די גרונטלייגער פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער פּראָזע. ער איז שוין דעמאָלט געווען אַ מחבר פֿון אַ ראָמאַן און פֿון דערציילונגען, וואָס זײַנען געווען גוט אָפּגעשאַצט אין דער פּרעסע. נאָך צוויי סטודענטן, די מינסקער פּאָעטן איזי כאַריק און זעליק אַקסעלראָד, זײַנען שוין אויך געווען באַוווּסט. ווי לעקטאָרן פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג זײַנען געווען אײַנגעלאַדן די ליטעראַטור-פֿאָרשער יחזקאל דאָברושין, יצחק נוסינאָוו, אַהרן גורשטיין, דער היסטאָריקער טובֿיה הייליקמאַן, דער לינגוויסט אײַזיק זאַרעצקי און אַ צאָל אַנדערע געלערנטע. דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער אָפּטיילונג איז געווען צבֿי פֿרידליאַנד, אַ ספּעציאַליסט אין מערבֿ-אייראָפּעיִשער געשיכטע. ער איז געווען אַן איידעלער מענטש, אַ טיפּישער אינטעליגענט. צו אונדז, סטודענטן, האָט ער זיך באַצויגן מיט אָפּשײַ און מיטגעפֿיל. זײַן גורל איז גרויזאַם: אין יאָר 1936 איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען אַ געריכטלעכער פּראָצעס קעגן טראָצקיסטן. אויף דעם פּראָצעס האָט מען אויך געמישפּט ס ווי "געפֿערלעכע פֿאַרברעכער" — צבֿי פֿרידליאַנדן און אַן אַנדערן לעקטאָר פֿון אונדזער אוניווערסיטעט, משה לוריע. ביידע זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט. דאָס זײַנען געווען די ערשטע קרבנות פֿון סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס צווישן די ייִדישע קולטור-טוער. [די זין פֿון צבֿי פֿרידליאַנד און מ. דאַניעל — פֿעליקס סוועטלאָוו און יולי דאַניעל — זײַנען אין לעאָניד ברעזשנעווס צײַטן געוואָרן באַקאַנטע שרײַבער-דיסידענטן. — ג.ע.] פֿון די פּעדאַגאָגן האָט זיך פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון יחזקאל דאָברושין. ער איז געווען באַוווּסט ווי אַ ליטעראַטור-פֿאָרשער, סײַ פֿון דער קלאַסישער, סײַ פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. ער אַליין האָט געשריבן דראַמאַטישע ווערק און טעאָרעטישע אַרבעטן וועגן דראַמאַטורגיע און טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מענטש מיט אַ פּאָעטישער נשמה. אַ דיקלעכער, אַ הינקענדיקער, מיט אַ שטעקעלע אין האַנט, איז ער אָבער געווען אַ באַוועגלעכער און עמאָציאָנעלער. זײַנע לעקציעס, וואָס ער האָט געלייענט פֿאַר אונדזער קליינער גרופּע, זײַנען, אין תּוך גענומען, געווען שמועסן וועגן ליטעראַטור און שרײַבער. ער אַליין האָט זיך געקוויקט ציטירנדיק אַ גוטע שורה, פֿון התפּעלות פֿלעגט ער אַפֿילו אונטערקלאַפּן מיטן שטעקעלע. אָפֿט, נאָך אַ פֿראַגע פֿון אַ סטודענט אַ שרײַבער, פֿלעגן זיך די לעקציעס פֿאַרוואַנדלען אין הויך-אינטערעסאַנטע אימפּראָוויזאַציעס. אַן אַלטער און אַ קראַנקער איז דאָברושין אומגעקומען אין סטאַלינס "גולאַג". יצחק נוסינאָוו — דער פּראָפֿעסאָר, דאָקטאָר פֿון פֿילאָלאָגישע וויסנשאַפֿטן, קענער פֿון מערבֿ-אייראָפּעיִשער, רוסישער און ייִדישער ליטעראַטור — האָט געלייענט לעקציעס פֿאַר גרויסע אוידיטאָריעס, און די סטודענטן האָבן אים זייער ליב געהאַט. איך דערמאָן זיך אין אַ צופֿעליקער באַגעגעניש מיט אים אין יאָר 1947, אין צוואַנציק יאָר אַרום נאָכן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט, ווען איך בין געקומען קיין מאָסקווע צוליב עפּעס אַן ענין. דערזען מיך פֿון דער ווײַטנס, האָט ער זיך געלאָזט צו מיר מיט צעשפּרייטע אָרעמס און פֿאַרפֿירט מיט מיר אַ שמועס ווי מיט אַן אַלטער באַקאַנטער. כ’בין געווען שטאַרק פֿאַרוווּנדערט וואָס ער האָט מיך דערקענט — כ’בין געווען אַ סטודענטקע, וועלכע האָט זיך מיט גאָרנישט ניט אויסגעצייכנט. נוסינאָוו איז אַרעסטירט געוואָרן און אומגעקומען בשעת דעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. [ווי מיר וועלן איבערלייענען ווײַטער, איז יצחק נוסינאָוו געשטאָרבן אין תּפֿיסה, וווּהין מע האָט אים פֿאַרשפּאַרט ווי אַ געפֿערלעכן "קאָסמאָפּאָליט". — ג.ע.] מײַן לערער פֿון ייִדיש איז געווען דער פּראָפֿעסאָר אײַזיק זאַרעצקי. ער איז געווען דער גרעסטער ייִדישער לינגוויסט בײַ אונדז אין לאַנד. זאַרעצקי האָט פֿאַרענדיקט דעם מאַטעמאַטישן פֿאַקולטעט פֿון דערפּטער אוניווערסיטעט (איצט טאַרטו, עסטלאַנד). שפּעטער האָט ער באַקומען אַ סאָלידע לינגוויסטישע צוגרייטונג ווי אַן אַספּיראַנט (גראַדויִר-סטודענט) אין דעם כאַרקאָווער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט געאַרבעט אויך ווי אַ וויסנשאַפֿטלער בײַ דער קאַטעדרע פֿון רוסישער שפּראַך. זײַן מאַטעמאַטישע בילדונג האָט זיך געוויס אָפּגעשפּיגלט אין זײַן לינגוויסטישער טעטיקייט. מיט מאַטעמאַטיק האָט ער ניט איבערגעריסן. ווען ער איז געווען אונדזער לעקטאָר פֿון ייִדיש, פֿלעגט ער בעת די הפֿסקות צווישן די לעקציעס אָפּרוען זיך בײַ אַ מאַטעמאַטישער אויפֿגאַבע. געווען איז ער אויסערגעוויינטלעך פּרינציפּיעל און אָרנטלעך, סײַ אין דער וויסנשאַפֿט סײַ אין פּריוואַטן לעבן. ס’איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן וויפֿל אים איז אויסגעקומען צו לײַדן פֿון זײַנע פֿילצאָליקע קריטיקער. אָבער אין די סאַמע שווערסטע יאָרן האָט זאַרעצקי שטענדיק געשריבן אין די אַנקעטעס, אַז אין אָנהייב פֿון דער רעוואָלוציע איז ער אַרײַן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי און דערנאָך — פֿרײַוויליק אַרויס. וועגן זײַן פּרינציפּיעלקייט אין שטייגער-לעבן דערמאָנט זיך מיר אַזאַ קאָמישער צופֿאַל. זאַרעצקי איז געווען אַ שטאַרקער קעגנער פֿון אַלקאָהאָל, האָט ניט געקענט זען ווי מע טרינקט ווײַן. אין זײַן שטוב איז קיין מאָל ניט געווען קיין טראָפּן משקה. איין מאָל, נאָך פֿאַר דער מלחמה, ווען איך בין געווען אויף אַ באַזוך אין מאָסקווע, בין איך געקומען צו זאַרעצקין אַהיים און אָנגעטראָפֿן אויף עפּעס אַ משפּחה-יום-טובֿ. מע זיצט בײַם טיש, און דאָ דערהערט זיך אַ קלונג אין טיר. זאַרעצקי און זײַן פֿרוי זײַנען אַוועק באַגעגענען די געסט. אין אַ ווײַלע אַרום איז אַרײַנגעלאָפֿן די פֿרוי. זי איז געווען אַ צעמישטע: ס’איז געקומען דער ייִדישער לינגוויסט אלי פֿאַלקאָוויטש מיט זײַן פֿרוי; דער קאָלעגע האָט געבראַכט אַ פֿלעשל ווײַן, האָט אים זאַרעצקי ניט אויפֿגענומען. [דאָ מוז איך צוגעבן אַ הערה. דער באַשריבענער קאָנפֿליקט האָט, בלי-ספֿק, געהאַט טיפֿערע סיבות ווי סתּם אַרום אַ פֿלעשל משקה. אין מאַרץ 1937 איז אלי פֿאַלקאָוויטש געווען אין מינסק, און אין אַ לעקציע האָט ער אַ זאָג געטאָן, אַז אַ מענטש, וואָס באַשעפֿטיקט זיך פּראָפֿעסיאָנעל מיט דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, מוז אומבאַדינג לערנען תּנ״ך און לייענען חיים-נחמן ביאַליקן. אַרום די דאָזיקע ווערטער האָט זיך פֿאַרקאָכט אַ גאַנצער ענין, מיט שאַרפֿע אַרטיקלען אין דער פּרעסע. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען פֿאַלקאָוויטשן משלח געווען פֿון דעם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט (אַזוי האָט דעמאָלט געהייסן דער אוניווערסיטעט), און זאַרעצקי איז געווען שיִער ניט דער איינציקער קאָלעגע זײַנער, וואָס האָט זיך קעגנגעשטעלט, ווען מע האָט אַרומגערעדט די פֿראַגע פֿון אומקערן פֿאַלקאָוויטשן אויף זײַן שטעלע. אַזאַ געשיכטע דערציילן די צײַטונגען און אַרכיוו-מאַטעריאַלן, וועלכע איך האָב מיט יאָרן צוריק געלייענט און באַשריבן דערנאָך אין מײַן בוך Soviet Yiddish. — ג.ע.] זאַרעצקי איז געווען זייער אַ באַשיידענער, שטילער, ניט ליב געהאַט זיך אַרויסצושטעלן. צו די סטודענטן האָט ער זיך באַצויגן מיט אָפּשײַ, סטימולירט זייער איניציאַטיוו, געהאָלפֿן זיך אײַנאָרדענען אויף אַרבעט. אין דער צײַט פֿון דער מלחמה, ווען ער האָט געוווינט אין דושאַנבע (טאַדזשיקיסטאַן) און געאַרבעט דאָרט אין פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, האָט ער מיך אויסגעזוכט אין דעם פֿאַרוואָרפֿענעם העק אין צפֿון-קאַזאַכסטאַן, געשריבן בריוו, זיך אינטערעסירט מיט מײַן לעבן און געבעטן עמעצן אײַנאָרדענען אויף אַרבעט, טאָמער איך האָב אַזאַ מעגלעכקייט. העלפֿן מענטשן — דאָס איז געווען בײַ אים אַ מין באַרוף. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך ניט אומגעקערט קיין מאָסקווע. ס’איז ניט געווען קיין דירה און, ווײַזט אויס, שווער געווער צו געפֿינען אַן אַרבעט. מע האָט געדאַרפֿט לעבן מיט אַ משפּחה פֿון דרײַ קינדער און נאָך העלפֿן קרובֿים. ער האָט זיך אײַנגעאָרדנט אין דער רוסישער שטאָט קורסק און געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער רוסישער שפּראַך און אַלגעמיינער שפּראַך-קענטעניש אין פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. ווײַזט אויס, אַז קיין האָניק האָט ער דאָרט ניט געלעקט. אים האָט זיך געוואָלט פֿון דאָרט אַרויסרײַסן, נאָר ס’איז געווען שווער. עטלעכע חדשים פֿאַר זײַן טויט האָט ער מיר צוגעשיקט אַן אָפּצוג פֿון זײַנעם אַן אַרטיקל אין דעם זשורנאַל Вопросы языкознания ("פֿראַגן פֿון שפּראַך-קענטעניש"), נומ’ 1, 1956. ס’איז אפֿשר געווען אַ גליק וואָס ער איז ניט געווען אין מאָסקווע, וווּ אַ סך ייִדישע געלערנטע און שרײַבער זײַנען אומגעקומען. משמעות, אַז מע האָט אָן אים פֿאַרגעסן. זלמן ליבינזאָן (1918—1992) איז ערבֿ דער מלחמה געווען אַ גראַדויִר-סטודענט. דעם 6טן יולי 1941 איז ער פֿרײַוויליק אַוועק זיך שלאָגן מיט די דײַטשן. די מלחמה האָט ער פֿאַרענדיקט ווי אַ מאַיאָר, און זיך אומגעקערט צו וויסנשאַפֿט. אין 1946 האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן דיסערטאַציע אין גערמאַניסטיק און מע האָט אים געשיקט אַרבעטן אין דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט פֿון דער שטאָט גאָרקי (ניזשני נאָווגאָראָד). אין 1972 האָט ער פֿאַרטיידיקט די צווייטע דיסערטאַציע, געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר. גלײַכצײַטיק האָט ער געדרוקט אַרטיקלען אין דעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אין די פּערעסטרויקע-צײַטן איז זלמן ליבינזאָן געוואָרן דער ערשטער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין ניזשני נאָווגאָראָד. זײַנע זכרונות זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט אין "אָקספֿאָרדער ייִדיש III" .(1995) דער ייִדישער פֿאַקולטעט בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט (ריכטיקער געזאָגט — די אָפּטיילונג פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם פֿילאָלאָגישן פֿאַקולטעט פֿון דעם דאָזיקן אינסטיטוט) איז געווען איינער פֿון די גרעסטע און באַטײַטנדיקסטע אַנשטאַלטן, וועלכע האָבן געגרייט לערער פֿאַר די פֿילצאָליקע ייִדישע שולן, וואָס האָבן עקזיסטירט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. ענלעכע פֿאַקולטעטן זײַנען דעמאָלט געווען אויך אין כאַרקאָוו, קיִעוו, אָדעס, מינסק. אָבער צווישן זיי האָט זיך דער מאָסקווער אויסגעטיילט אי ווי אַ צענטראַלער, אי לויטן הויכן ניוואָ פֿון לערערײַ און וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט. איך געהער צו די לעצטע סטודענטן, וועלכע זײַנען דורכגעגאַנגען דעם פֿולן קורס פֿונעם פֿאַקולטעט. אָנגעקומען אַהין בין איך, אין אַ געוויסער מאָס, צופֿעליק. אין יאָר 1934 האָב איך פֿאַרענדיקט דעם אַרבפֿאַק (אַרבעטער-פֿאַקולטעט) אין אַ קליין שטעטל, דובראָוונע (ווײַסרוסלאַנד), וואָס האָט אַ מאָל געהאַט אַ שם פֿאַר זײַנע טליתניקעס. אונדזער לערער פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, נח פּאַטשעווסקי, האָט באַמערקט מײַנע ליטעראַרישע פּרוּוון, און ער האָט מיר רעקאָמענדירט אָנגעבן דאָקומענטן ניט אין מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, נאָר אין דעם מאָסקווער. געפֿונען האָט זיך דער פֿאַקולטעט ניט ווײַט פֿונעם צענטער אין מאָסקווע. דער פּרעכטיקער בנין איז נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע אויסגעבויט געוואָרן פֿאַר פֿרויען-קורסן. אַ האַלב-קײַלעכדיקער, מיט אַ קופּאָל אויפֿן דאַך, אויסגעפֿאַרבט אין אַ העלן קאָליר, האָט די געבײַדע זיך אויסגעטיילט פֿון די אַרומיקע הײַזער. שיין איז זי געווען אויך אינעווייניק: מיט אַ גרויסן קײַלעכדיקן וועסטיבול, באַלײַכטעט מיט קרישטאָל-לוסטרעס. אַרום דעם וועסטיבול האָבן זיך געפֿונען דרײַ גרויסע אוידיטאָריעס, וועלכע זײַנען געווען באַשטימט פֿאַר אַלערליי לעקציעס און פֿאַרזאַמלונגען. די דאָזיקע געבײַדע האָט מען נאָך דער רעוואָלוציע איבערגעגעבן דעם צווייטן מאָסקווער מלוכה-אוניווערסיטעט. אָנהייב 1930ער יאָרן האָט מען דעם אוניווערסיטעט פֿאַנאַנדערפֿאָרמירט. אויף זײַן באַזע זײַנען געשאַפֿן געוואָרן דרײַ אינסטיטוטן, צווישן זיי — אַ פּעדאַגאָגישער, וועלכן מ’האָט אַ נאָמען געגעבן נאָך אַנדריי בובנאָוון, דעם דעמאָלטיקן פֿאָלקס-קאָמיסאַר (מיניסטער) פֿון בילדונג. (אין 1938 האָט מען בובנאָוון צעשאָסן ווי אַ "שׂונא פֿון פֿאָלק". צוגייענדיק אין סעפּטעמבער 1938 צום אינסטיטוט, האָבן מיר דערזען ווי מ’קלאַפּט אָפּ דעם שילד, וווּ ס’איז געווען אויסגעקריצט בובנאָווס נאָמען, און מיר האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען וואָס ס’איז געשען מיט אים.) דער ערשטער אָנפֿירער פֿון דעם ייִדישן פֿאַקולטעט איז געווען צבֿי פֿרידלאַנד. אין 1936 האָט מען אים אַרעסטירט. דער גורם פֿון זײַן אַרעסט איז, מן-הסתּם, געווען זײַן בוך "דער קאָמוניסטישער אינטערנאַציאָנאַל און דער קאָמוניסטישער פּועלי-ציוניזם", וואָס איז אַרויס נאָך אין יאָר 1922. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן איז דער דעקאַן געווען ברוך שוואַרצמאַן, דער ברודער פֿונעם באַרימטן ייִדישן דיכטער אָשר שוואַרצמאַן. פֿריִער איז ב. שוואַרצמאַן געווען דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ייִדישער קינדער־היים אין מאַלאַכאָווקע, אַ מאָסקווער פֿאָרשטאָט. ער איז געווען שוין אַן עלטערער מענטש, פֿון אַ הויכן וווּקס, אַ ביסל אַן אײַנגעהויקערטער. לויטן כאַראַקטער — זייער אַ ווייכער. די הונדערט סטודענטן, וועלכע האָבן זיך געלערנט אויף די פֿיר קורסן (לערן-יאָר), האָט ער געקענט פּערזענלעך, פֿאַר יעדערן פֿלעגט ער געפֿינען אַ גוט וואָרט. די מערהייט סטודענטן זײַנען געווען געקומען קיין מאָסקווע פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך, געלעבט אין צוזאַמענוווינונגען. אויף יעדן קורס זײַנען געווען סטודענטן, וועלכע האָבן שוין פֿאַרעפֿנטלעכט זייערע ערשטע ווערק אין ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אָדער אַפֿילו אַרויסגעלאָזט ביכער. למשל, בוזי מילער, וואָס האָט זיך געלערנט אויף צוויי קורסן העכער פֿון מײַנעם, איז פֿאַר אונדז שוין געווען אַ שרײַבער. צוזאַמען מיט מיר האָט זיך געלערנט שלמה רויטמאַן, וועלכער פֿלעגט דרוקן זײַנע לידער אין צײַטונגען. אויף אַ יאָר שפּעטער פֿון מיר האָט זיך באַוויזן אין אינסטיטוט אַהרן ווערגעליס (דער קומענדיקער רעדאַקטאָר פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"). ס’האָט פֿונקציאָנירט בײַ אונדז אַ ליטעראַריש קרײַזל. אין די ערשטע סטודענטישע יאָרן מײַנע האָט מיטן קרײַזל אָנגעפֿירט דוד בערגעלסאָן, וועלכער האָט זיך ניט לאַנג פֿאַר דעם אומגעקערט פֿון אויסלאַנד. ער פֿלעגט אויפֿמערקזאַם אויסהערן דאָס וואָס מיר פֿלעגן פֿאָרלייענען. זײַן פּנים פֿלעגט זיך אויסלײַכטערן ווען אים איז עפּעס געפֿעלן ווערן — אַפֿילו אַן עפּיזאָד, אַ קאַפּיטל, דער עצם פֿאַרטראַכט. דעמאָלט האָט ער געבעטן דעם מחבר בלײַבן נאָך דער זיצונג, אויספֿירלעך געשמועסט מיט אים און — ווי אַ העכערע באַלוינונג — אײַנגעלאַדן צו זיך אַהיים. איין מאָל האָט זיך אַזוינס געטראָפֿן מיט מיר. כ’האָב איבערגעלייענט אַ קליינע דערציילונג וועגן די פּסיכאָלאָגישע שינויים בײַ שטעטלדיקע ייִדן אין די 1930ער יאָרן. און איך בין איבערגעראַשט געוואָרן, ווען דוד בערגעלסאָן האָט צו מיר אַ זאָג געטאָן: "קומט צו מיר אַרײַן". געוווינט האָט ער דעמאָלט אין צוויי צימערן פֿונעם האָטעל "קיִעווסקאַיאַ". אַרײַנגעגאַנגען בין איך צו אים גאַנץ שעמעוודיק. בערגעלסאָן האָט מיך אָבער באַגעגנט אַ פֿריילעכער, באַלד געבעטן די פֿרוי זי זאָל דערלאַנגען טיי. "נו, וואָס האָט איר איצטער געבראַכט?" — האָט ער געפֿרעגט בײַ מיר. איך האָב אָנגעהויבן לייענען און גלײַך דערזען, אַז עס געפֿעלט אים ניט. אין עטלעכע מינוט אַרום האָב איך דערהערט: "ציפּע, קענסט צונעמען פֿונעם טיש. הײַנט איז ניט דאָס"... * * * צו יצחק נוסינאָוון איז בײַ מיר אַ באַזונדערע באַציִונג. איך האַלט אים פֿאַר מײַן גײַסטיקן פֿאָטער, מײַן מדריך-ברוח. ער האָט מיך רעקאָמענדירט אין דער אַספּיראַנטור, נאָכגעשפּירט נאָך מײַנע ערשטע טריט אין וויסנשאַפֿט. יצחק נוסינאָוו האָט געלייענט דעם קורס "געשיכטע פֿון דער מערבֿ-ליטעראַטור". אַ מענטש אַ צעטראָגענער, שטענדיק אין אײַלעניש, פֿלעגט ער ניט זעלטן פֿאַרשפּעטיקן אויף לעקציעס. אָבער אָט לויפֿט ער אַרײַן און גלײַך הייבט ער אָן רעדן. קיין מאָל האָט ער ניט געהאַט קיין שום קאָנספּעקט. גערעדט האָט ער אָבער זייער פֿליסיק. איך געדענקט ניט, אַז ער זאָל זיך פֿאַרפּלאָנטערן. כאַראַקטעריש, אַז וועגן דעם שאַפֿונגס-וועג פֿון אַ שריפֿטשטעלער פֿלעגט ער דערציילן, לחלוטין, ניט קאָנסעקווענט: ניט ווי דער שרײַבער איז אַרײַנגעטראָטן אין דער ליטעראַטור, האָט זיך ווײַטער אַנטוויקלט אאַז"וו. ניין, ער פֿלעגט פֿירן אַ רייד וועגן די הויפּט-געשטאַלטן, וואָס דער, אָדער יענער, מחבר האָט געשאַפֿן, און גלײַך פֿאַרגלײַכן און קעגנשטעלן פֿאַרשיידענע פּערסאָנאַזשן — פּראָמעטיי און פֿאַוסט, דאָן-קיכאָט און האַמלעט, קאַרל מאָאָר און טשאַילד-האַראָלד... גלײַכצײַטיק פֿלעגן אויפֿשווימען אויך געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור: דער קיניג ליר און טבֿיה דער מילכיקער, מאַדאַם באָוואַרי און מירעלע הורוויץ... די ייִדישע ליטעראַטור פֿלעגט אָרגאַניש אַרײַן אין די ראַמען פֿון דער וועלט-ליטעראַטור. אין עלטער פֿון העכער פֿופֿציק יאָר, ניט קיין מיליטער-פֿליכטיקער, האָט ער זיך פֿרײַוויליק פֿאַרשריבן אין דער מאָסקווער פֿאָלקס-אָפּאָלטשעניע (האַלב-רעגולערע פֿרײַוויליקע רעגימענטן), וואָס מע האָט פֿאָרמירט אין אָנהייב פֿון דער מלחמה. מיר, זײַנע יונגע תּלמידים, זײַנען געווען שטאָלץ וואָס צוזאַמען מיט אונדז מאַרשירט דער באַרימטער פּראָפֿעסאָר. אמת, ס’איז געווען אַ ביסל קאָמיש צו זען אים אין אַ מיליטערישער אוניפֿאָרם, אין שיך מיט וויקל-געטרעס. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום האָט מען אים באַפֿרײַט פֿון דער מיליטער-דינסט. אָבער קעמפֿן קעגן פֿאַשיזם האָט ער ניט אויפֿגעהערט. מע האָט אים אויסגעקליבן ווי אַ מיטגליד פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און מיט דער פּען האָט ער פֿאָרגעזעצט דעם קאַמף. באַלד נאָכן נצחון האָב איך זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע. אָבער פֿאָרזעצן מײַן וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט איבער דער דײַטשישער ליטעראַטור, מיט וועלכער איך האָב זיך פֿאַרנומען פֿאַר דער מלחמה, איז מיר מאָראַליש געווען שווער. געקומען בין איך מיט מײַנע ספֿקות ווידער צו נוסינאָוון, כאָטש דער אָפֿיציעלער וויסנשאַפֿטלעכער אָנפֿירער איז בײַ מיר געווען אַן אַנדער פּראָפֿעסאָר. נוסינאָוו האָט פֿאַרשטאַנען מײַן מצבֿ, געגעבן גוטע עצות און אײַנגעגאַנגען שפּעטער צו זײַן אַן אָפֿיציעלער אָפּאָנענט (עקזאַמענאַטאָר) פֿון מײַן דיסערטאַציע. אין די יאָרן נאָך דער מלחמה איז די שטימונג בײַ נוסינאָוון געוואָרן אַלץ ערגער און ערגער. אין לאַנד האָט זיך אָנגעהויבן די קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטיזם", קעגן דער כּלומרשטער אַכפּערונג פֿון דער מערבֿדיקער בורזשואַזער קולטור. און ווי דער ערשטער שעיר-לעזאזל איז אויסגעקליבן געוואָרן יצחק נוסינאָוו. פֿאַר וואָס ער? נאָך אין יאָר 1941 האָט נוסינאָוו אַרויסגעלאָזט אַ בוך אויף רוסיש Пушкин и мировая литература ("פּושקין און די וועלט-ליטעראַטור"), אין וועלכן ער האָט באַוויזן ווי דער גרויסער רוסישער פּאָעט האָט אויף זײַן אופֿן אויסגענוצט פֿאַרשיידענע סיפּור-המעשׂיות פֿון דער וועלט-ליטעראַטור. אַזאַ זע-פּונקט האָט מען אויסגעטײַטשט ביז גאָר פּרימיטיוו — אַז פּושקין האָט, לויט נוסינאָוון, בלויז נאָכגעמאַכט די אויסלענדישע שריפֿטשטעלער. שוין דעמאָלט איז געווען קלאָר, אַז דער קאַמף קעגן קאָסמאָפּאָליטיזם איז געווען אַ שירעם פֿאַר אַ ברייטער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע, דער ציל פֿון וועלכער איז געווען די פֿיזישע פֿאַרטיליקונג פֿון ייִדן — טוער פֿון קונסט, וויסנשאַפֿט, מעדיצין. אין יאַנואַר 1949 איז, צווישן אַנדערע, אויך יצחק נוסינאָוו אַוועקגעפֿירט געוואָרן צו די קאַזעמאַטן פֿון דער טרויעריק-באַרימטער לוביאַנקער תּפֿיסה. דאָרט איז ער אין גיכן געשטאָרבן. דעם ייִדישן פֿאַקולטעט האָט מען פֿאַרמאַכט אין 1938, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע פּעדאַגאָגישע אינסטיטוציעס. אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער קולטור פֿאַרנעמט דער פֿאַקולטעט אַ בכּבֿודיק אָרט, ווײַל אַחוץ לערער פֿאַר ייִדישע שולן, האָט ער דערצויגן אַ גאַנצן דור ייִדישע שרײַבער און קולטור-טוער. |