מע מאַכט קידוש לכּבֿוד אַ בר־מיצווה־בחור, אין דער שיל אין ריקעסטראַסע, בערלין, 1985 |
Credit: T. Sandberg |
אַ קאָלעגע פֿון דײַטשלאַנד האָט מיר געזאָגט: "די צאָל ביכער וועגן ייִדן אין מיזרח-דײַטשלאַנד וועט אָט-אָט דערגרייכן די צאָל ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן געוווינט." אַז מע קוקט אַרײַן אין דער סטאַטיסטיק, זעט מען וואָס ער האָט געמיינט. אין 1989 האָט די ייִדישע קהילה אין דער דײַטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק (דדר) געהאַט בסך-הכּל 380 מיטגלידער, בערך 250 פֿון זיי זײַנען געווען בערלינער תּושבֿים. לעצטנס האָב איך אין מינכן, אין דעם ייִדישן ביכער-געשעפֿט וואָס איז לעבן דער היגער שיל, געקויפֿט אַ פֿרישע אויסגאַבע אויף דער טעמע — "די דדר און די ייִדן: אַ קריטישע פֿאָרשונג". וועגן דעם מחבר, דעטלעף יאָזעף, איז מיר זייער ווייניק באַוווּסט: געבוירן געוואָרן אין 1934, אויסגעוואַקסן אין בערלין, פֿאַרענדיקט דאָרטן דעם הומבאָלד-אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט דערנאָך אין משך פֿון דרײַסיק יאָר געלערנט יורידישע לימודים.
זײַן בוך איז טאַקע יורידיש, טרוקן אָנגעשריבן, כאָטש די פֿראַגע, אויף וועלכער דר. יאָזעף פּרוּווט ענטפֿערן, איז אַ לעבעדיקע: צי אַנטיסעמיטיזם איז געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אידעאָלאָגיע און פּראַקטיק אין דדר? ער קומט צום אויספֿיר, אַז אַ חוץ אַ קורצער צײַט אין די פֿריִע 1950ער יאָרן, ווען כּמעט דער גאַנצער סאָוועטישער בלאָק האָט זיך אַזוי אָדער אַנדערש באַטייליקט אין סטאַליניסטישע אַנטי-ייִדישע קאַמפּאַניעס, האָט די מיזרח-דײַטשישע מלוכה ניט געוויזן קיין קלאָרע סימנים פֿון אַזאַ קרענק. בפֿרט נאָך, אַז די צאָל ייִדן איז געווען אַזוי נישטיק און ניט וויכטיק. נאָך מער — זײַענדיק פֿאַראינטערעסירט אין אָפּרײַסן די מיזרח-דײַטשישע קהילה פֿון דער גרעסערער און שטאַרקערער מערבֿ-דײַטשישער קהילה, האָט די מלוכה פֿאַקטיש אויסגעהאַלטן אירע ייִדן.
בײַ מיר האָט זיך געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז דאָס בוך איז איבערגעלאָדן מיט פּרטים, וואָס אינטערעסירן ניט קיין מאַסן-לייענער. עס וואָלט אויך געהאָלפֿן צו האָבן אַן הקדמה און (צי) אַ נאָכוואָרט, כּדי קלאָר מאַכן די פּאָזיציע פֿון דעם פֿאָרשער. צוריק גערעדט, העלפֿט דעם מחברס נטיה צו קאָנצענטרירן זיך אויף פּרטים אין אַזעלכע פֿאַלן ווי, אַ שטייגער, די קריטיק פֿון די קריטיקער פֿון קאַרל מאַרקס’ אַנטיסעמיטיזם. דעטלעף יאָזעף איז באַזונדערס בייז אויף די שרײַבונגען פֿון עדמונד זילבערנער (Edmund Silberner), וועמענס פֿאָרשונג פֿון מאַרקסיסטישן אַנטיסעמיטיזם, געמאַכט מיט זעקס יאָרצענדליק צוריק, ציטירט מען ביזן הײַנטיקן טאָג. דער צוגאַנג פֿון דעטלעף יאָזעפֿן איז אַ פּשוטער — ער לייענט איבער די ציטאַטן, אויף וועלכע עס האָט זיך פֿאַררופֿן עדמונד זילבערנער, און ווײַזט, אַז אין אַ סך ערטער האָט דער קריטיקער פֿון מאַרקסן ניט ריכטיק איבערגעלייענט דעם קוואַל.
איך בין בכלל ניט קיין מאַרקסיסט און ניט קיין מומחה אין מאַרקסיזם. אָבער דר. יאָזעפֿס אַרגומענטן קלינגען זייער איבערצײַגעוודיק. דערצו נאָך, איז מיר שווער צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די טויזנטער איבערגעגעבענע ייִדן-מאַרקסיסטן האָבן ניט געהאַט "באַמערקט" די סימנים פֿון אַנטיסעמיטיזם, וועלכע עס האָט אַנטפּלעקט עדמונד זילבערנער. איך רעד ניט אַפֿילו וועגן קאָמוניסטן; נאָר אויך בונדיסטן, פּועלי-ציוניסטן און ציוניסטן-סאָציאַליסטן זײַנען געווען געטרײַע מאַרקסיסטן. און זיי אַלע זאָלן בלײַבן געטרײַ אַן אַנטיסעמיט? אַזאַ זאַך לייגט זיך מיר ניט אויפֿן שׂכל. דזשעק (יאַנקל) דזשייקאָבס האָט וועגן דעם געשריבן אין זײַן וויכטיקער פֿאָרשונג "מכּוח סאָציאַליסטן און דער ייִדישער פֿראַגע נאָך מאַרקס" (On Socialists and the Jewish Question after Marx), אַז "סאָציאַליסטן האָבן ניט געהאַט קיין אײַנגעבוירענע נטיה צו זײַן אַנטיסעמיטן, פּונקט ווי זיי זײַנען ניט געווען אימון קעגן אַנטיסעמיטישע שטימונגען". אַזוי טענהט אויך דר. דזשאָזעף, אַז מאַרקסיסטישקייט פֿון דער מיזרח-דײַטשישער מדינה האָט ניט געמיינט, אַז זי האָט געמוזט זײַן אַנטיסעמיטיש.
דאָס בוך האָט אַ וויכטיקע בײַלאַגע — אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון פּובליקאַציעס אויף ייִדישער טעמאַטיק, וועלכע זײַנען אַרויס אין מיזרח-דײַטשישע פֿאַרלאַגן אין די יאָרן 1945—1990. צווישן די 1,086 איינסן געפֿינען מיר אויך ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש: ביכער פֿון די קלאַסיקער: מענדעלע מוכר-ספֿרים, י. ל. פּרץ און (באַזונדערס אַ סך) שלום-עליכם; פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער, איציק מאַנגער און רייזל זשיכלינסקי; פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער: יוסף בורג, בער האַלפּערן, משה קולבאַק, מאַרק ראַזומני און אַהרן ווערגעליס.
אַ קליינטשיקע קהילה איז עס געווען. אָבער אַ שפּור האָט זי לסוף איבערגעלאָזט אַ ממשותדיקן. מיט צוואַנציק יאָר צוריק האָט זי איניציִיִרט די קאַמפּאַניע פֿאַר אַרײַנלאָזן אין מיזרח-דײַטשלאַנד סאָוועטישע ייִדן. יענע קליינצאָליקע עמיגראַציע האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דעם איצטיקן באַנײַטן ייִדישן ייִשובֿ אין דעם פֿאַראייניקטן דײַטשלאַנד. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך געשריבן וועגן מײַנע אײַנדרוקן פֿון מײַן באַזוך אין רעגענסבורג, די אַלטע שטאָט אין בײַערן, וווּ די קהילה ציילט איצט אָן אַ טויזנט נפֿשות. צווישן זיי זײַנען דאָ יונגע לײַט, ווי אויך קינדער. עפּעס אַ פּאַראַדאָקסאַלע לאָגיק קען מען געפֿינען אין דער גאַנצער מעשׂה: אַ הײַפֿל ייִדן, דײַטשישע און פּוילישע, אין דעם מיזרחדיקן, קאָמוניסטישן טייל פֿון דײַטשלאַנד, האָבן אָנגעוואַרעמט אַן אָרט פֿאַר אַ מאַסע ייִדן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.